חלומות השוא ידברו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

חלומות השוא ידברו

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:02 pm

די וואכן לערנט מען אין די סדרות אסאך איבער חלומות, אזוי אויך אין מערערע פלעצער אין תנ"ך, ווי חלומות ווערן באטראכט אלס געטליכע מעסעדזשעס, און דאס איז נישט ניי אין די תורה, אין פאקט גייט דאס שוין צוריק צו די אוראלטע מעספעטעמיע, אין שפעטער אין נאכפאלגנדע ציוויליזאציעס, ווי די עיגעפטער, גריכן, רוימער, ווי זיי האבן גענומען חלומות זייער ערענסט, ערענסטע החלטות פון שלום און מלחמות זענען באשלאסן געווארן באזירט אויף חלומות, עס זענען געווען פותרי חלומות אין די קעניגליכע הויפן, ס'איז פארבליבן פון יענע צייטן פארשידענע ביכער פון פתרון חלומות.

אינטערפארטאציעס זענען געווען באזירט אויף סימבאלן, אסאסיאצירונגן, און ווערטערשפילן, (פארשטייט זיך, יעדע שפראך האט זיינע באזונדערע ווערטערשפילן) גענוי ווי מזעהט אין די סוגיא פון חלומות אין תלמוד ברכות.

אין תלמוד ברכות ווערט אויך געברענגט מיינונגספארשידנהייטן איבער די תוקף פון חלומות, פארהאן חכמים וואס האבן דאס גענומען זייער ערענסט און זיך געלאזט פותר זיין ביי די פארסישע פותרים, ווידעראום איז געווען חכמים וואס האבן זיך אינגאנצן אויסגעלאכט פון חלומות, געוויסע האבן אויך מחלק געווען אין פארשידענע חלומות.

אין מאדערנע צייטן האט דאס ענין פון חלומות אינטערפארטאציע געקריגן א נייער באגריף, פרויד ערקלערט אז חלומות זענען א רעזולטאט פון אינטערבאוויסטזיניגע רצוניות וואס ווערט אין חלומות אויפגעשפילט אין סימבאלן, וואס מ'קען זי געבן באדייט דורך איר פסיכיאנאלאזירן.

עס זענען דא נאך אנדערע פארשידענע טעאריעס צעווישן היינצייטיגע פסיכלאגן איבער די באדייט פון חלומות, עס איז ביזדערווייל נישטא קיין דבר מוסכם דערביי.

אין הלכה קומט אריין חלומות עטליכע מאל, לגבי תענית חלום און אז מ'זאל פאסטן אפילו אום שבת, לגבי א ספעציעלע תפילה וואס מ'קען דערמיט אפשפרעכן א חלום בשעת ברכת כהנים, ווי אויך אז מ'האט געמאכט א נדר און א חלום דארף מען דאס מתיר זיין בפני עשרה. לגבי אויב מ'באקומט א אנזאג אין חלום אויף געוויסע פירות אז דאס איז מעשר ווערט געפסקנט אז מ'קען זיך אויסלאכן ווייל דברי חלומות לא מורידין ולא מעלין.

די רמב"ם ווי אויך אנדערע ראשונים, מאירי און נאך, האבן א ראציאנאליסטישע צוגאנג צו דער ענין פון חלומות,און דאס זעלבע דרך אגב צו אנדערע איבערגלויבענישן, זיי באטראכטן דאס ווי אינערליכע דמיונות וואס שפילט זיך אפ אין מח, לפי זה , דארף א חלום גארנישט באדייטן אין ס'איז אומזינסט צוטאן פעולות דאס אפצושפרעכן.

לפ"ז, וואס איז די הסבר אז די רמב"ם'ס ראציאנאליזם און פיליזאפיע איז נישט אלס איינשטימיג מיט זיין פסיקת ההלכה, אפטמאל טוט זיך די רמב"ם ארויסדרייען פון די סארט הלכות וואס זענען באזירט אויף איבערגלויבענישן, אבער טיילמאל איז דאס נישט שייך, די רמב"ם פסקנ'ט אז מ'דארף צו פאסטן א תענית חלום, ווי אויך אז מ'דארף מתיר נדר זיין א נדר וואס מ'האט געמאכט אין חלום, איז וואס איז די הסבר דערצו, וואלט די רמב"ם ווען אליין זיך פותר געווען א נדר וואס ער האט געמאכט אין חלום ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1482
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1883 מאל

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט