מיט א טיפערן בליק - חנוכה תשע"ה - בני בינה ימי שמונה..!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

מיט א טיפערן בליק - חנוכה תשע"ה - בני בינה ימי שמונה..!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
חנוכה תשע"ה
בני בינה ימי שמונה..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג ביים שוועל פון די הייליגע יו"ט חנוכה הבא עלינו לטובה, זענען מיר שוין אלע איבער גענומען מיט די געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס די יו"ט וועט אין אונז בעזרת ה' אריינשיינען, אבער ווי פארשטענדליך כדי די לעכט זאלן שיין ברענען דארף מען זיך איינהאנדלן גוטע קלארע אויל, און אזוי אויך גוטע געלונגענע קנויטן למהדרין מן המהדרין, וואס דאס מיינט אז אויב ווילן מיר אז די נשמה זאל זיך גוט אנצינדן, דאס אידיש הארץ זאל שיין ברענען דארפן מיר זיך ריכטיג צוגרייטן, לאמיר זיך פארטיפן אינעם הייליגן יו"ט און בסייעתא דשמיא מקבל זיין פון איר ליכטיגקייט מיט א ברייטע האנט.

בימים ההם בזמן בזה - געווען איז אמאל א צייט ווען ס'איז אויפגעשטאנען א מלכות הרשעה - מלכות יון, אנדערש ווי די פאָרגייערס פון די פארשידענע קעניגרייכן און געוועלטיגערס וואס האבן געפייניגט און גערצח'ט די אידישע קינדער, האט מלכות יון גאר געוואלט מכלומר'שט גוטס טון פאר די אידן, ווי חז"ל זאגן אונז אז חושך זו יון, זיי לאזן דעם איד לעבן אבער דאס אידישקייט טוען זיי פארטינקלן, און אזוי טוען זיי צוביסלעך פארכאפן דאס אידישע נשמה, ווי ס'ווערט גערופן א מכה פון "הגוף קיים והנפש נשרפת", דער גוף לעבט, דער גוף איז עוסק אין כל מיני פיליזאפישע און טעכנאלאגישע ערפינדונגען, שטייגט אין אינטולעקטואלישע לערנונגען וכדומה, ווען אין די זעלבע צייט איז די נפש, דער הייליגע נשמה אינגאנצן פארטריקענט און פארלאזט, בקיצור זייער ציל איז געווען איין זאך אריין ברענגן א טינקלקייט אינעם איד און אזוי צוביסלעך אים אוועקרייסן פון אונזער באליבטע טאטע.

טייערע ברידער, מיר לעבן אין א וועלט וואס מלכות יון שלאפט ליידער נישט, לעבנדיג אין א דעמאקראטישע מדינה וואס בגשמיות איז דער מענטש טאקע פריי, מ'קען לעבן רואיג און שיין, אבער אין די זעלבע צייט איז די חלק הרוחני כסדר אין א געפאר, ווייל די פרייע לעבנס שטייגער טוט אונז כסדר פיטערן געדאנקן וואס זאגן פארן מענטש ביסט פריי, דיינע רעכטן זענען פריי, לעב און לאך, אָן קיין חשבונות, טראכט נישט פונעם מארגן וכדומה, כל מיני מחשבות און אידילאגיא'ס וואס ברענגן מיט זיך דעם 'אשר קרך' ס'מאכט פארן מענטש ווינטער און קאלט, און אויב טוען מיר חלילה נישט כסדר אנווארעמען די אידישע געפילן מיט פנימיות לעשט זיך עס צוביסלעך אויס, דאס אידישקייט ווערט חלילה אייז געפרוירן, און פארשטייט זיך אז ווען מ'ציט נישט קיין חיות און פארגעניגן פון תורה און מצות הייבט מען אָן זוכן תענוגים און פארוויילונגען פון די דרויסענדיגער וועלט, און איין זאך פירט צום צווייטן וד"ל.

טייערע ברידער ווען איז די צייט זיך צו ערוועקן אויב נישט יעצט אינעם גרויסן יו"ט חנוכה? לאמיר אריין ברענגן אין זיך און אין די קינדערלעך א ווארעמע פנימיות'דיגע ליכטיגקייט, און מיט אלע כוחות באקעמפן דעם מלכות יון, וואס דאס מיינט אריין פלאנצן אין די הערצער אמונה בטחון און חיזוק, ארויסברענגן פאר זיך און פאר די ארומיגע די גליקליכקייט פון זיין א אידיש קינד א בן מלך... דערפאר מיר טוען מיט אייך מיטטיילן 'אכט' קורצע געדאנקן וואס די לעכטיגע חנוכה טעג געבן אונז, ס'איז כדי אז ווען מיר זיצן ביי די חנוכה לעכט/מסיבות ארום גענומען מיט די טייערע בני משפחה אפצוליינען די פאָר שורות, און טאקע ליינען נאר איינס איעדן טאג, כידוע אז צופיל ליכטיגקייט איז נישט גוט, חנוכה זענען מיר מוסיף והולך איעדן טאג לייגט מען צו איין לעכטל, און פארשטייט זיך אז די שורות זענען קורץ ס'איז די ארבעט פון אייך חשובע חברים אריין צופירן די גאנצע משפחה אין א טיפערע שמועס אין דעם ענין, ובשם ה' נעשה ונצליח!

א - הדלקת המנורה - והדליקו נרות בחצרות קדשך.
דער זכות פון אנצינדן די הייליגע מנורה ליגט ביי די הייליגסטע פון עם ישראל די שבט הכהונה, דער פלאץ ווי די מנורה שטייט איז אינעם היכל פונעם בית המקדש ווי ס'איז פארהאן די גרעסטע מאס השראת השכינה... חנוכה געבט אונז השי"ת די געלעגנהייט צו זיין ווי דער כהן גדול אליין, איעדע איד באקומט די מעגליכקייט צו טון די הייליגע עבודה פון הדלקת המנורה, און כאטש אז ליידער האבן מיר נישט אונזער הייליגע בית המקדש נאר מיר געפינען זיך אינעם שווערן גלות ווי ס'איז טינקל און קאלט, דער נאכט פאלט צו - עד שתכלה רגל מן השוק, דער איד איז צובראכן און צוקלאפט - ס'איז למטה מעשרה טפחים, מיט דעם אלעם טוט זיך דער אידעלע שטארקן און שטעלט זיך אָנצינדן די הייליגע לעכטעלעך ווייל חנוכה קומט השי"ת צו איעדן איד אין שטוב, נישט קיין חילוק וואס דער מצב איז ווען מען טוט די הייליגע לעכט אנצינדן ברענגט עס אריין א געוואלדיגע השראת השכינה, דער איד איז זוכה צו גרויסקייט, מצות חנוכה נר איש וביתו דער חיוב ליגט אויף זיך און אויף די גאנצע שטוב ארום, געדענק אז ווי טינקל און קאלט ס'זאל נאר זיין האט דער איד אייביג די מעגליכקייט צו זיין א כהן גדול אין זיין אייגענע שטוב, און זיין שטוב האט די מעגליכקייט צו זיין א בית המקדש!

ב - הלל והודאה - להודות ולהלל לשמך הגדול.
חנוכה איז צייט וואס מיר דאנקן השי"ת אויף די געוואלדיגע ניסים וואס הקב"ה האט מיט אונז געמאכט, און כאטש עם ישראל איז אין אונזער היסטוריא אריבער אסאך שווערע תקופות זענען די ימי הלל והודאה מיט אונז אייביג פארבליבן, אידן האבן געדאנקט השי"ת אין די שווערסטע אומשטענדן, פרעגט נאר אונזערע עלטערן זיי וועלן אייך דערציילן ווי זייענדיג אין מצבים פון סכנת נפשות האבן זיי די הייליגע לעכטעלעך אנגעצינדן און געטוען מיט פרייליכקייט דאנקן און לויבן השי"ת, על הניסים האבן זיי געזינגן און געטאנצן, ווייל א אידיש הארץ דאנקט און לויבט, דער איד זעט כסדר נאר די פאזעטיווע געשעהנישן, די גוטס וואס השי"ת טוט מיט אים, און אפילו ווען ס'גייט אויף אים אריבער א שווערע צייט לאזט מען זיך נישט פאלן נאר מען כאפט זיך שטארק אָן אין די פילע טעגליכע ניסים וואס הקב"ה טוט מיט אונז, און מען טוט דאס הארץ דערפרייען מיט חיזוק אז דער מלך העולם וואס האט אונז געהאלפן ביז אהער וועט אונז זיכער העלפן ווייטער, עד הנה עזרונו רחמיך... ואל תטשנו לנצח.

ג - מלחמה - ועל המלחמות.
ווען ס'קומט צו אונזער עבודת ה' דארף דער איד שטענדיג זיין גרייט פאר א מלחמה, דער איד דארף כסדר קעמפן, טו זיך נישט שרעקן און טראכטן ..ווער זאגט כ'וועל מצליח זיין? ווער זאגט אז כ'קען עס מאכן? כ'בין שוין אזוי פיל מאל אדורך געפאלן, ס'איז נישט פאר מיר... געדענק אז השי"ת איז מיט דיר, די דארפסט נאר ארויס גיין אין קאמף און השי"ת וועט דיר העלפן "מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים", א קליין הייפעלע אידן גייען אין מלחמה אקעגן אַן ארמיי פון טויזענטער און זיי זיגן, דער יצר שטעלט אונז נסיונות וואס פיל מאל זעהן זיי אויס גרויס און מעכטיג, דער מענטש ווערט אינגאנצן דערשראקן ..ווי אין די וועלט וועל איך עס איבערקומען? געדענק אז די קענסט זיין קליין און שוואך אבער ווען דער מלך העולם שטייט דיר צום האנט זאלסטו זיין רואיג, השי"ת פארלאנגט נישט מיר זאלן זיגן, פון הימל וויל מען אונז זעהן קעמפן העלדיש, לאמיר מיט שטארקייט ארויס גיין צום מלחמה פראנט און זיין פארזיכערט אין די ישועת ה'.

ד - נס פח שמן - על הנסים.
טייערע ברידער די חיזוק איז געוואלדיג, נישט קיין חילוק ווי שטארק די רשעים זאלן פרובירן, זיי קענען ניצן אלע זייערע קרעפטן און מעגליכקייטן וועלן זיי דעם אידישן פאלק נישט קענען מנצח זיין, "נצח ישראל לא ישקר", וטמאו כל השמנים זיי האבן פרובירט מטמא צו זיין אלע אויל אז די אידישע קינדער זאלן די מנורה נישט קענען אנצינדן, אבער השי"ת פארזארגט אונז, ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים, און מיט א געוואלדיגע השגחה עליונה בלייבט פאר אונז איין קריגעלע נישט בארירט, מען קען דעם אידישן פאלק - השי"ת'ס קינדערלעך נישט מנצח זיין... מאכט זיך אמאל אז דער איד גייט אריבער א שווערע צייט ס'קען זיין בכלליות אדער בפרטיות, ער שפירט ווי ער פארלירט דעם קאמף, דער צד שכנגד געווינט איבער אים, געדענקן זאלסטו אז צום סוף טוט דער איד אייביג געווינען, ווילאנג מען טוט זיך אין השי"ת אנכאפן איז דער איד מנצח, אמאל זעט מען די געווינס גלייך און אמאל נישט, אבער איין זאך איז זיכער אז דער איד איז אייביג מנצח, א דריידל שפיל קען מען פארלירן אבער ווען ס'קומט צו אידישקייט געווינט מען!

ה - טהרת המקדש - וטהרו את מקדשך.
ווען די אידן זענען צום הייליגן בית המקדש צוריק געקומען האבן זיי עס אינגאנצן אויסגערייניגט און מטהר געווען ופנו את היכלך וטהרו את מקדשך, ווייל כדי צו קענען צוריק ברענגן די ריכטיגע כבוד ה' און השראת השכינה פארלאנגט זיך אז דער פלאץ זאל זיין ריין און שיין... ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, "בתוכו" לא נאמר אלא "בתוכם" בתוך לבו של כל אחד ואחד, חז"ל הקדושים לערנען אונז אז דער עיקר השראת השכינה געפינט זיך אין דעם מענטש אליין, אין דער הארץ און נשמה פון איעדע איד, פארשטייען מיר דאך פשוט אז פונקט ווי אין דער ביהמ"ק האט זיך פארלאנגט אז ס'זאל זיין ריין און שיין, אט אזוי פארלאנגט זיך אז אונזער אייגענע בית המקדש דאס הארץ פון איעדע איד דארף זיין גערייניגט און באשיינט, וואס דאס מיינט סיי פטור ווערן פון כל מיני זאכן וואס שטערן דעם מענטש'ס עבודת ה', נעמען אויף זיך שטארקע גדרים וסייגים אז ס'זאל בלייבן ריין און אפגעהיטן, און סיי אויף די פראנט פון באשיינען דעם נשמה, זה א-לי ואנוהו אונזערע מצוות און מעשים טובים זענען דאס וואס טוט די נשמה באשיינען און באלייכטן!

ו - פרסומי ניסא – ולעמך 'ישראל' עשית תשועה גדולה.
שטייט דער אידעלע ביים פענסטערל, און מיט א פייערליכן ברען צינדט ער אָן די הייליגע לעכטעלעך, ווען זיין קליינע יענקי פרעגט אים פארוואס פונקט ביים פענסטער? געבט ער אים מיט ליבשאפט צו פארשטיין אז אנדערש ווי אנדערע ימים טובים זענען מיר חנוכה עוסק אין "פרסומי ניסא", מיר זענען מפרסם דעם נס וואס הקב"ה דער מלך העולם האט מיט אונז געטוען, דער מנורה שטייט ביים פענסטער און טוט אויפלייכטן די גלות'דיגע גאסן, ס'זאגט עדות פאר די וועלט אז מיר האבן א טאטע אין הימל וואס היט אויף זיינע קינדערלעך... חנוכה לערנט אונז, אז אויף אונז ליגט דער חוב פון "פרסומי ניסא", ווען א אידיש קינד גייט אין גאס איז ער פונקט ווי דער הייליגער מנורה וואס שטייט ביים פענסטערל, ער איז דער וואס באלייכט די גלות'דיגע גאסן, ער איז דער וואס רופט אויס אז ה' הוא האלוקים ס'איז פארהאן איין מלך אויף די וועלט וואס היט אפ זיינע קינדערלעך אויף איעדן טריט און שריט, און ער מאכט פאר זיי ניסים אָן א שיעור, ברידער טייערע געדענק אז די טראגסט אַן אחריות, די האסט א שליחות מפרסם צו זיין דעם נס, און פארשפרייטן כבוד שמים איבער די גארער וועלט.

ז - מסירת נפש - וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום.
חנוכה זעט מען די געוואלדיגע מסירת נפש פון עם ישראל, כאטש די אלע ביטערע גזירות האבן זיך די אידישע קינדער געהאלטן געטריי צו תורה ומצוות, זיי האבן זיך פון די שונאי ישראל בכלל נישט דערשראקן, נאר זיך אין די הענט פון הקב"ה אינגאנצן איבערגעגעבן... ווען ס'קומט צו אונזער עבודת ה' דארף דער איד זיין גרייט אויף מסירת נפש, זיך אינגאנצן איבערגעבן צו השי"ת, מבטל זיין די אייגענע דעת צום רצון ה', מיר דארפן אויפהערן מאכן כל מיני חשבונות, נאר געדענקן אז אויב איז עס דער רצון ה' טו איך עס מיט די גרעסטע מאס תמימות און איבערגעגעבנקייט, דער איד דערשרעקט זיך נישט פון קיין שטערונגען, ער דערשרעקט זיך נישט פון דאס וואס דער זאגט אדער יענער זאגט... מען ווארפט זיך אריין אין די הענט פון הקב"ה און דארט איז מען פארזיכערט.

ח - נרות חנוכה – הנרות הללו קודש הם.
אַה! ווי קען מען באשרייבן דעם הערליכן בילד ווי דער אידעלע מיטן משפחה זיצן ארום די הייליגע לעכט, מען זינגט די זמירות וואס קומט באגלייט מיט ווארעמע ניגונים, ווען פון די טיפעניש פון הארץ בעט זיך א איד ביי הקב"ה בזכות פון די הייליגע לעכטעלעך... מען אטעמט אריין די ווארעמע אטמאספערע, ווען צו די גאנצע צייט זענען די אויגן ווי געקלעבט צו די הייליגע פלאמען, דער נשמה זאפט זיך אָן מיט קדושה ווי די ספה"ק זאגן אונז אלא לראותם בלבד נאר קוקן אויף די לעכט האט א כח אויסצווואשן די אויגן און נשמה פון א איד... לאמיר אבער גיין א טריט טיפער און באטראכטן דאס עצם לעכטל, יא די פשוטע לעכטל מיט די קנויטן באגלייט מיט די קלארע איילבירטן אויל, ווען מיר וועלן זיך דערין פארטיפן וועלן מיר זעהן גאר אסאך פשוטע געדאנקן וואס דער לעכטל לערנט אונז. מיר טוען מיט אייך מיטטיילן אכט קורצע געדאנקן, טייערע ברידער טו דעם שמועס פארברייטערן ווייל די לימודים זענען בלי גבול.
(אפשר קענסטו דערמיט פארברענגן מיט די בני משפחה, פרעג: וויפיל געדאנקן קען מען טרעפן אין די הייליגע לעכט? אוי וועסטו שעפן נחת הערנדיג די שיינע ענטפערס בעזהשי"ת)

א. א לעכטל ווי לאנג ס'ברענט שפרינגט עס כסדר ארויף און אראפ... די זעלבע איז מיטן מענטש ווי לאנג ער ברענט איז פארהאן מינוטן פון ארויף און אראפ, שרעק זיך נישט, ס'מיינט אז די לעבסט!

ב. אויל – די קלארע אויל וואס ברענט הערליך שיין האט א שטיקל היטוריא צו זיך, זייענדיג זיתים-איילבירטן האט מען עס אריין געלייגט אינעם בית הבד (פרעס מאשין), דארט איז עס צוקוועטשט און צודריקט
געווארן... גייסט אמאל אדורך א שווערע צייט, שפירסט געדריקט, געדענק אז נאר נאכן צודריקט ווערן צינד זיך אָן א שיינע פלאם.

ג. א לעכטל אפילו ווען ער איז שוין אינגאנצן אויסגעברענט גייט נאך די רויעך אויף ארויף... דער איד נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער געפינט זיך, ער שפירט זיך אויסגעברענט דארף ער אלץ צילן אויף ארויף.

ד. קנויטן – די טבע פון א טריקענע קנויט איז: ס'ווערט גלייך פארברענט, כדי א קנויט זאל שיין ברענען דארף עס זיין דורך געווייקט אין אויל... דער איד כדי ער זאל שיין ברענען דארף ער זיין אדורך געווייקט, מיט תורה תפילה מצוות און ווארעמקייט!

ה. אויל – אפי' דער מענטש האט נאר א קליין טראפל וועט עס שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט... אפילו א קליין טראפל עבודת ה' וועט שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט, דארפסט נישט אנפאנגן מיט אסאך.

ו. דער פלאם איז צוזאם געשטעלט פון אסאך הערליכע קאלירן... דער עבודת ה' פונעם איד דארף האבן אין זיך אלע קאלירן וואס דאס מיינט תורה עבודה גמילת חסדים און פיל נאך.

ז. א לעכטל זיין גאנצע געשטעל איז שטיל און געלאַסן אז נאר קוקנדיג אויף אים ווערט מען בארואיגט, דער מענטש דארף זיך פירן שטיל און געלאסן אז די גאנצע ארום זאל אטעמען רואיגקייט.

ח. דער פלאם מאכט ליכטיג און ווארעם, ס'צינט אָן אנדערע, דער איד דארף כסדר מאכן ליכטיג און ווארעם פאר זיך פאר זיין שטוב און פאר עם ישראל!

א לעכטיגע און פרייליכע חנוכה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעאגיר