א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!

שליחה דורך א שעפעלע »

א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!

שטעל אראפ די פראגע: וויפיל פשוטע געדאנקן קען מען טרעפן אין די הייליגע לעכט? יא אין די פשוטע לעכט מיט איר קנויט און אויל ס'לערנט אונז אסאך, איז פרעג די פארזאמעלטע וויפיל געדאנקן זיי האבן, דער וואס האט די מערסטע איז דער געווינער, פארשטייט זיך אז דערנאך שמועסט מען אלעס איבער בקול גדול וחזק..!
פאנג אן שפילן אוי וועסטו שעפן נחת הערנדיג די שיינע ענטפערס בעזהשי"ת.

בייגעלייגט האבן מיר געשריבן אכט ענטפערס אבער ס'איז בלי גבול...

א. א לעכטל ווי לאנג ס'ברענט שפרינגט עס כסדר ארויף און אראפ... די זעלבע איז מיטן מענטש ווי לאנג ער ברענט איז פארהאן מינוטן פון ארויף און אראפ, שרעק זיך נישט, ס'מיינט אז די לעבסט!

ב. אויל – די קלארע אויל וואס ברענט הערליך שיין האט א שטיקל היטוריא צו זיך, זייענדיג זיתים-איילבירטן האט מען עס אריין געלייגט אינעם בית הבד (פרעס מאשין), דארט איז עס צוקוועטשט און צודריקט
געווארן... גייסט אמאל אדורך א שווערע צייט, שפירסט געדריקט, געדענק אז נאר נאכן צודריקט ווערן צינד זיך אָן א שיינע פלאם.

ג. א לעכטל אפילו ווען ער איז שוין אינגאנצן אויסגעברענט גייט נאך די רויעך אויף ארויף... דער איד נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער געפינט זיך, ער שפירט זיך אויסגעברענט דארף ער אלץ צילן אויף ארויף.

ד. קנויטן – די טבע פון א טריקענע קנויט איז: ס'ווערט גלייך פארברענט, כדי א קנויט זאל שיין ברענען דארף עס זיין דורך געווייקט אין אויל... דער איד כדי ער זאל שיין ברענען דארף ער זיין אדורך געווייקט, מיט תורה תפילה מצוות און ווארעמקייט!

ה. אויל – אפי' דער מענטש האט נאר א קליין טראפל וועט עס שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט... אפילו א קליין טראפל עבודת ה' וועט שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט, דארפסט נישט אנפאנגן מיט אסאך.

ו. דער פלאם איז צוזאם געשטעלט פון אסאך הערליכע קאלירן... דער עבודת ה' פונעם איד דארף האבן אין זיך אלע קאלירן וואס דאס מיינט תורה עבודה גמילת חסדים און פיל נאך.

ז. א לעכטל זיין גאנצע געשטעל איז שטיל און געלאַסן אז נאר קוקנדיג אויף אים ווערט מען בארואיגט, דער מענטש דארף זיך פירן שטיל און געלאסן אז די גאנצע ארום זאל אטעמען רואיגקייט.

ח. דער פלאם מאכט ליכטיג און ווארעם, ס'צינט אָן אנדערע, דער איד דארף כסדר מאכן ליכטיג און ווארעם פאר זיך פאר זיין שטוב און פאר עם ישראל!

א לעכטיגע און פרייליכע חנוכה!

נ.ב. די גאנצע איז א חלק פון מיט א טיפערן בליק חנוכה תשע"ה, גענומען מיט רשות!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר