על הפיוט הנרות הללו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2315 מאל

על הפיוט הנרות הללו

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

מיר אלע זאגן דעם נוסח פין הנרות הללו אכט מאל א יאר אבער מן הסטם ווייניג קענען קלאר מסביר זיין די פונקטליכע טייטש דערפין, איך האב מיר מתבונן געווען אין דעם נוסח אין איינגעזען אז עס איז כמעט אומפארשטענדליך,
קודם כל דער עצם ענין פין אוועקשטעלן בשעת'ן עשית המצוה דער כונת המצוה -כעין לשם יחוד- איז א זאך ווואס מען טרעפט כמעט נישט אין הלכה, אחוץ פין פסח מצה מרור ווואס מען זאגט פסח על שום מה אבער דארט איז עס וועגן די מצוה פין והגדת לבנך, אבער סתם אזוי מסביר זיין ווואס מען טוט איז א מאדנע זאך,
אין אז מען באטראכט דעם גוף הנוסח זעט מען לכאורה א ציזאמווארפעניש פין זאכן וואס קלעבן נישט, לכאורה איז דדער כונה מיטן זאגן דער נוסח צי זאגן א שבח והודאה פארן השי''ת איז לאמיר געבן א קוק,
הנרות הללו אנו מדליקין על הניסים ועל הנפלאות ועל התשועות ועל המלחמות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה ע''י כהניך הקדושים

אקעי די שטיקל איז נאך פארשטענדליך עס בלייבט נאר די ערשטע הערה מאי שנא די מצוה וואס מען איז מסביר די כונה פון וואס מען טוט
וכל מצות שמונת ימי חנוכה

די שטיקל האט נישט קיין פירוש נישט אויף ארויף אין נישט אויף אראפ, וואס זאגט מען דא?
הנרות הללו קודש הם ואין לננו רשות להשתמש בהן אלא לראותם בלבד

וואס טוט מען דא מען געבט א שיעור אין הלכה? אין אויב שוין יא פארוואס פונקט די הלכה?
כדי להודות ולהלל לשמך הגדול על ניסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך

דאס איז א הסבר פארוואס מען טאר זיך נישט משתמש זיין?
בקיצור עס זעט אויס ווי א מיסטריעזע נוסח אן קיין סדר אין פירוש,

איך האב א שטיקל השערה אז דער כונה פין זאגן דער נוסח איז נישט סתם מגלה דעת זיין אז מען געבט א שבח פארן בורא מיטן צינדן, נאר היות דעמאלטס האט מען זיך א גאנץ יאר משתמש געווען מיט לעכט איז אייביג געווען לעכט אין שטוב איז יעצט וועט מען קימן צינדן לכבוד חנוכה נאך א לעכט איז א) עס וועט נישט זיין ניכר אז דאס איז לכבוד חנוכה א זכר לנס אין ב) היות מען איז ציגעויונט א גאנץ יאר זיך צי באניצן מיט לעכט פאר אלע הצטרכותער וועט מען קימן זיך משתמש זיין אויך מיט די ליכט, פארדעם האט מען זיך געפירט אז בשעת'ן צינדן האט מען מכריז געווען ''די ליכט איז נישט ווי אלע אנדערע לעכט נאר דאס איז א זכר לנס'' אין מען האט מזהיר געווען פאר די בני בית אז דער ליכט איז הייליג אין מען טאר זיך נישט דערמיט משתמש זיין,

אין איך וואלט געזאגט אז דער נוסח איז באמת צוויי שטיקלעך איינס די ערשטע האלב ביז די צוויטע הנרות הללו וואס דאס איז א הכרזה אז די ליכט איז נישט סתם נאך א לעכט נאר א זכר לנס, אין נאכדעם א אזהרה פין די צוויטע הנרות הללו אז מיט די ליכט טאר מען זיך נישט משתמש זיין אין דאס איז דער ביאור פארוואס מען פירט נאכאמאל אויס כדי להודות ולהלל על ניסיך וכו' וויייל מען זאגט אז מיט די ליכט טאר מען זיך נישט משתמש זיין ווייל זיי זענען הייליג כדי להודות ולהלל,

אין איך האלט אז מען קען ברענגען א ריאה לדברי פין דער ערשטער מקור ווי עס ווערט דערמאנט דער מנהג צי זאגן הנרות הללו דאס איז אין מסכת סופרים פרק כ' הלכה ו' , אין אין די מהודורה וואס ד''ר מיכאל היגער האט ארויסגעגעבן שטייט אזוי (דארט איז עס הל' ד')
כיצד מברכין, ביום הראשון המדליק מברך ג' והרואה ב' המדליק אומר ברוך וכו' להדליק נר של חנוכה, ומתנה ואומר הנרות הללו אנו מדליקין וכו' וכל שמונת ימי חנוכה הנרות הללו קודש

זעט מען צווי אינטערעסאנטע נקודות א) אז ער רופט אן דעם זאגן דעם נוסח ווי א 'התנאה' זיך אויסנעמען אין דאס שטימט זיייער גוט מיט וואס איך האב געשריבן אז מיט דעם נוסח איז מען זיך מתנה אז דאס איז נישט סתם א ליכט נאר אז דאס איז א זכר לנס אין ז מען טאר זיך נישט משתמש זיין,
אין נאך א נקודה אז עס שטייט נישט וכל מצות שמונת נאר וכל שמונת (וכן ליתיה בהטור ובמהרש''ל, ובמס' סופרים הנד' בש''ס וברא'''ש מס' שבת איתא בוגריים וציון שהגר''א מוחקו) איז אויב אזוי קען זיין אז דאס איז א אויספיר פין דעם ערשטן חלק אז מען זאגט די ליכט איז אלץ זכר לנס אין אזוי איז די ליכט פין די אלע אכט טעג,

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר