מתיוון מהו ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

מתיוון מהו ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

וואס גענוי איז דאס א מתיוון, וואס איז די עוולה דערביי ?
איז דאס פשוט א פאררעטערישע אקט דוקא אין יענע צייט און אין יענע אומשטענדן ?
איז דאס א קולטוראלע איבערגאנג אדער גאר א רעליגיעזע, גלויבענדיג אין די גריכישע געטער פונעם אלימפיען בארג און נאכלאזענדיג פון שמירת המצוות ?
איז אזא שטייגער ווי פילון האלכסנדרי פאררעכענט ווי א רעכטער מתיוון? שטעלט טאקע אזא איד פאר דאס פארקערטע פון רוח התורה ?
איז דאס אן עוולה לפי היהדות צו שעצן די גריכישע פיליזאפיע, סוכ"ס האבן דאס געטאן גדולי בעלי המחשבה ביהדות ווי דער רמב"ם רלב"ג ועוד און גאר גע'טענה'ט אז תורת משה הן הן פיליזאפיע יוונית
פארוואס דאן ווערט די רמב"ם נישט פאררעכענט ווי א מתיוון (בפרט אלו שחשבו שהרמב"ם נמשך אחרי הפילוסופיה הארורה) איז דאס ווייל ער האט געלעבט אין אנדערע צייטן און אומשטענדן? צו ווייל ער איז איז פרום אין געטריי צו הלכה, משא"כ די מתיוונים בזמן החשמונאים האבן דוקא יא מזלזל געווען אין שמירת המצוות וואס זענען דאן געווען מקובל ?
אדער זענען באמת געווען עטליכע דרגות פון מתיוונים, פארהאן די וואס האבן מזלזל געווען אין שמירת המצוות אין זיי זענען בעיקר וואס ווערן פארדאמט, נאר אפילו די וואס האבן נאך יא מקפיד געווען אויף שמירת המצוות זענען געווען אין א סכנה פון נמשך ווערן אחרי יפיפיתו של יפת און אפלאזן אידישקייט
איז דאס א קולטוראלע איבערגאנג און איז א פראבלעם פון ובחקותיהם לא תלכו פון ספורט, בתי תיאטראות וקרסיקאות, וואס ווערט פארדאמט אין חז"ל ?
אין הלכה וואס זענען טאקע די איינצוימונגען לגבי ספורט, איז נישט אידישלעך אנטיילצונעמען אין ספורט ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר