געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]א חסידישע פארברענג:
ביי א חסידישער פארברענג ווערט איבערגעשמועסט אסאך ענינים וואס האט מיט עבודת השם. איבער א גלעזל משקה מיט דביקות'דיגע חסידשער ניגונים אינצווישן, רעדט מען אפענהארציגע נושאים. אסאך געדאנקן ווערן געעפנט און דורך געטוהן דארט. נאך א פאהר מאל זאגן לחיים די הארץ איז אפן און איז גרייט מקבל צו זיין זאכן, וואס בדרך כלל איז עס שווער צו אויפנעמען. די נפש הבהמי האט זיינס, און ער איז יעצט גרייט צו מאכן געוויסע שינויים אין זיין סדר העבודה.

דורך אויס א פארברענג וועט מען הערן געשמאקע ווערטלעך און מעשיות וואס מען קען זיך פון דעם אפלערנען געוויסע נקודות. דיע ווערטלעך וויל איך דא מאכן אן אשכול וואס מען זאל קענען ברענגן די געדאנקען וואס מען האט געהערט ביי חסידשע פארברענגענס. איך וויל לאדענען אלע מגיבים זאלן אויך ברענגן אזעלכע געדאנקען וואס זיי האבן געהערט ביי חסידישע פארברענגנס.

איידער איך הייב אהן וויל איך קלארשטעלן עטליכע נקודות וואס איז כדאי צו וויסן פאר איר זענט מגיב, אדער פאר איר לייגט א געדאנק:

1. יעדע געדאנק זאל האבן א נאמבער. דאס הייסט אויבן אין די טעמע שרייב נומער 1 אדער 2 אזוי ווייטער ווי מען האלט מיט די נומער'ס.

2. ווען איר זענט מגיב אויף א געוויסע געדאנק שרייבט אויך אריין אין די טעמע אויף וועלעכע נומער איר זענט מגיב.

3. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די געדאנקען און מעשיות על אף אז זיי האבן א תוכן, איז עס נישט הלכה למשה מסיני. עס מוז נישט זיין אז די מעשה האט אמאל טאקע פאסירט. עס מוז נישט זיין אז אויף וועמען מען זאגט אז ער האט עס פארציילט איז אמת. די איינציגסטע זאך וואס עס זאגט אז דער כותב האט עס געהערט ביי א חסידישע פארברענג, וזהו.

4. ולכן ווען דו צונעמסט א מעשה, טוה עס נאר אלס א המשך פון די פארברענג, דהיינו אויב דו האלסט אז מען קען אנדערש אפלערנען די געדאנק, שרייב דיין חוות דעת, וכדומה.

5. אזוי אויך איז דא אזעלעכע מעשיות וואס ברענגן א שמייכל און מאכן ווארעם אויפן הארץ, אבער לאו דוקא אז עס האט אזא קנאקעדיגע ובכן. מיר ברענגן עס צוליב דעם אז עס אז געזאגט געווארן ביי א חסידישע פארברענג.

איך וועל ברענגן מזמן לזמן בל"נ נאך א געדאנק אדער צוויי. דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן זייערע געדאנקן.

איך דאנק פון פאראויס פאר אלע ניקס וואס וועלן זיך משתתף זיין אין דעם אשכול. נאר בהשתתפות פון אנדערע קען דער פארברענג זיין געשמאק.

רבותי זאגט'ס לחיים און לאמיר פארברענגן מיט א געשמאק.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 104 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר