וואס איז דער נס חנוכה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19038 מאל

וואס איז דער נס חנוכה

שליחה דורך שמעקעדיג »

מ'האלט מיר שוין נעילת החג פון אסרו חג... אבער די קשיא איז נאך אלץ קיימא וקאי, איך וויל הערן ווער עס קען מיר פארענטפערן.

בימים ההם האבן די אידן שרעקליך געליטן פון די רוימער, ברוחניות און בגשמיות. א הארץ קען צוגיין ווען מען לייענט זיך אן די צרות און רדיפות וואס כלל ישראל איז דאן אדורכגעגאנגען. יוסף משיתא, חנה ושבעה בניה, וויפיל אידן האט מען גע'הרג'עט אן קיין רחמנות מיט כל מיני מיתות משונות בלויז פארן וועלן זיך פירן ע"פ תורה, און די רשעים האבן מטמא געווען דעם ביהמ"ק מיט אירע הייליגע כלים,

ביז די חשמונאים האבן זיך גענומען אין די האנט אריין, געגאנגען אין מלחמה און אנגעהויבן באזיגן די שונאים די רשעים, וועלכע האבן געליטן איין מפלה נאכן צווייטן, ביז, ביז... מ'איז אריין אין ביהמ"ק און מען האט געטראפן א קריגעלע טהור'ע אויל... און לזכר דעם פייערט מען דעם נס!! ווייל מיט דעם ווייזט זיך ארויס די אהבה פון הקב"ה צו כלל ישראל.

זאגט מיר, מאכט עס סענס? האט איינער געבעטן די אויל? אויף ענגליש רופט זיך אזא זאך "יו ענסערד עי קוועסטשון נאו-וואן עסקד"! (You answered a question no one asked), אויל האט אונז געפעלט? עס האט געפעלט טויזענטער אידן, צובראכענע משפחות רצוצים ושבורים, און איה"נ מען דערמאנט טאקע די גרויסע נסים "ועל הנסים... ועל המלחמות.." אבער דאס איז נאר אזא נכתב בצדו, מען מאכט פונעם עיקר א טפל און פונעם טפל אן עיקר, אלעס איז פארנומען מיט דאס ביסעלע אויל, כאילו דאס גליק האט אונז באטראפן מיט די אויל...

מה הפשט?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר