מיט א טיפערן בליק -פרשת ויחי תשע"ה - בקש יעקב לגלות את הקץ!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק -פרשת ויחי תשע"ה - בקש יעקב לגלות את הקץ!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת ויחי תשע"ה
בקש יעקב לגלות את הקץ..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

וַיְחִי יַעֲקֹב – ברש"י - למה פרשה זו סתומה? לפי שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד שהתחילו לשעבדם, ד"א שבקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו (ב"ר).
בדרך כלל איז פארהאן ניין אותיות וואס מאכן א צווישנשייד צווישן צוויי פרשיות, אבער דא ביי אונזער פרשה געפינען מיר נישט קיין צווישנשייד נאר די פרשה איז פארמאכט, ס'איז איינס מיט פרשת ויגש, פרעגט רש"י פארוואס איז עס טאקע אזוי? ענטפערט רש"י צוויי פשטים, א - ווילאנג יעקב אבינו האט געלעבט האט געהערשט א ליכטיגקייט ביי די אידישע קינדער אבער ווי נאר יעקב איז נפטר געווארן זענען די אידישע הערצער 'פארמאכט' געווארן און דער שעבוד האט זיך אנגעפאנגן, ב - יעקב אבינו האט געוואלט אנטפלעקן דעם קץ הגלות און ס'איז 'פארהוילן' געווארן פון אים, און ער האט עס פאר די הייליגע שבטים נישט געקענט מגלה זיין.

שפעטער אין די פרשה געפינען מיר וַיִּקְרָא יַעֲקֹב אֶל בָּנָיו וַיֹּאמֶר הֵאָסְפוּ וְאַגִּידָה לָכֶם אֵת אֲשֶׁר יִקְרָא אֶתְכֶם בְּאַחֲרִית הַיָּמִים, יעקב אבינו האט צוזאם גערופן זיינע זוהן און ער זאגט צו זיי: זאמלט אייך איין און איך וועל פאר אייך דערציילן וואס ס'וועט אייך טרעפן ווען משיח וועט קומען. זאגט די גמרא אין מסכת פסחים (דף נו.) דאמר רבי שמעון בן לקיש ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין ונסתלקה ממנו שכינה. אמר: שמא חס ושלום יש במטתי פסול כאברהם שיצא ממנו ישמעאל ואבי יצחק שיצא ממנו עשו? אמרו לו בניו 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' אמרו - כשם שאין בלבך אלא אחד, כך אין בלבנו אלא אחד. באותה שעה פתח יעקב אבינו ואמר 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'. – יעקב אבינו האט געוואלט מגלה זיין דעם 'קץ הימין' האט אים די שכינה הקדושה פארלאזט און ער האט עס פאר זיי נישט געקענט אנטפלעקן, האט יעקב צו זיך געזאגט: אפשר איז פארהאן צווישן די קינדער עפעס א פסול וואס דערפאר לאזט מען מיר נישט מגלה זיין דעם קץ, די שבטים שפירנדיג די הרגשה פון זייער פאטער האבן זיי אלע צוזאמען אויסגערופן 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' ס'איז פארהאן נאר איין איינציגע קעניג אויף די וועלט, אין יענעם מינוט האט יעקב געזאגט 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'.

לאמיר פארשטיין, א) פארוואס האט יעקב אבינו בכלל געוואלט מגלה זיין די קץ הימין? ב) יעקב האט א חשד אז אפשר איז פארהאן א פסול צווישן זיי, זאגן די שבטים שמע ישראל, וואס איז דער טיפקייט דערפון? ג) דערנאך וואס זיי זאגן שמע ישראל, זאגט יעקב ברוך שם און דאס איז עס, מיר געפינען נישט אז יעקב זאל ווייטער טראכטן א הסבר פארוואס ער קען עס פאר זיי נישט מגלה זיין, וואס דערפון איז משמע אז נאך דעם שמע ישראל האט ער שוין ניטאמאל געוואלט מגלה זיין דעם קץ, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט פארוואס טאקע נישט? ד) ע"פ רש"י פרעגט זיך, אויב די טעם פון דעם פרשה סתומה איז צוליב דעם בקש לגלות ונסתם ממנו – פארוואס איז עס די תוה"ק אונז מרמז גלייך ביים אנפאנג פרשה און נישט שפעטער ווען ס'ווערט דערמאנט אין פסוק?

טייערע ברידער איידער מיר זענען ממשיך מיט אונזער שמועס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אין די פרשיות איז פארהאן א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין, דאס וואס מיר שמועסן איז נאר מה שנוגע צו אונזער עבודת ה', וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן...

דער ענין פון "קריאת שמע" טרעפן מיר שוין לעצטע וואך אין פרשת ויגש, יעקב אבינו ווען ער באגעגנט זיך מיט יוסף זאגן אונז חז"ל אז ער האט געליינט קריאת שמע אבער יוסף האט נישט געליינט, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין אויב איז עס געווען א צייט וואס מען דארף ליינען קריאת שמע פארוואס טאקע האט יוסף נישט געליינט? אין די מפרשים ווערט געברענגט אז יוסף האט נישט געליינט קר"ש ווייל ער האט עוסק געווען אין מצות כיבוד אב, און דער כלל איז העוסק במצוה פטור מן המצוה, אבער לכאורה וואלט דאך יוסף געקענט טוען ביידע צוזאמען, אויב איז עס טאקע זמן קריאת שמע איז דאך זיין קבלת עול מלכות שמים די גרעסטע כיבוד אב וואס נאר שייך, ווייל ווי פארשטענדליך איז פאר יעקב אבינו נישט פארהאן קיין גרעסערע הנאה ווי צו זעהן יוסף ליינען קריאת שמע? לאמיר זיך פארטיפן אין די עומק פון יעקב אבינו'ס קריאת שמע, און דערמיט וועלן מיר בסייעתא דשמיא פארשטיין פארוואס יוסף האט נישט געליינט.

ברעיקינג! די גוטע נייעס קומט אריין יוסף לעבט, ער איז די משנה למלך אין לאנד מצרים וַתְּחִי רוּחַ יַעֲקֹב אֲבִיהֶם ס'האט אויפגעלעבט דער גייסט פון יעקב אבינו, זאגן אונז חז"ל אז די השראת השכינה וואס האט געהאט פארלאזט יעקב אבינו די אלע יארן וואס ער איז געווען בצער איז צוריק געקומען, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די אלע יארן וואס יוסף איז נישט געווען ביי יעקב אין שטוב האט יעקב געלעבט בצער, געמיינט האט ער אז ס'איז דער 'מידת הדין' וואס האט אויף אים געברענגט דעם שרעקליכן גזירה, און וויבאלד יעקב איז געווען בצער האט דאס גורם געווען אז אונזער הייליגע פאטער זאל פארלירן זיין גרויסע מדריגה פון השראת השכינה, אבער יעצט ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז יוסף לעבט, און נישט סתם נאר ער איז די משנה למלך אין לאנד מצרים, יא דער חלום פון יוסף'ל אויף וואס יעקב האט אזוי געהאפט און געווארט וְאָבִיו שָׁמַר אֶת הַדָּבָר איז ווירקליך מקיום געווארן, ס'איז פאר אלעמענס אויגן קלאר געווארן אז דאס גאנצע גיין קיין מצרים איז א שטיק חסד ה', השי"ת האט אזוי צוגעפירט כדי יוסף זאל צוגרייטן דאס לאנד ברחניות ובגשמיות פאר זיין טאטען, פאר די שבטי י-ה און שפעטער פאר עם ישראל וואס וועלן אהין קומען און דארט פארבלייבן פאר א שטיקל צייט, הערנדיג די געוואלדיגע נייעס האט יעקב אויפגעלאכטן, און ווען דער צדיק לייכט איז פארהאן די העסטע שטאפלן פון השראת השכינה.

דערנאך וואס השי"ת פארזיכערט פאר יעקב אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן מיטן גיין קיין מצרים אַל תִּירָא מֵרְדָה מִצְרַיְמָה כִּי לְגוֹי גָּדוֹל אֲשִׂימְךָ שָׁם, איז ער טאקע אויפן וועג אהין, דער בילד ווי יעקב קומט אָן קיין מצרים קענען מיר זיך נישט פארשטעלן, יעקב נאך אזוי פיל יארן טוט ער זיך ענדליך באגעגענען פנים אל פנים מיט זיין יוסף'ל... יוסף שטייענדיג מיט די גרעסטע מאס בענקשאפט און ליבשאפט פאלט ער ארויף אויף זיין הייליגע פאטער און ער וויינט, אבער יעקב ליינט קריאת שמע, ווייל פאר אים האט זיך יעצט אנטפלעקט א געוואלדיגע ליכטיגקייט, ער האט אין די מינוט זוכה געווען צו א נייעם יסוד אין גדלות הבורא, ער זעט פאר די אויגן די פילע חסדים, די אפענע ניסים וואס השי"ת טוט און האלט אין איין טוען, ס'ווערט אים קלאר דאס גאנצע בילד אז אלעס אנגעפאנגען פון די ערשטע מינוט ווען יוסף איז נעלם געווארן איז אלעס געווען חסדי ה', די אלע יארן וואס ס'האט אויסגעזעהן אז דער מידת הדין איז שולט און ס'ברענגט די שווערע גזירה איז גאר געווען א שטיק רחמים וחסדי ה', שרייט יעקב אבינו אויס 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד', ער איז מקבל אויף זיך ישראל און אזוי אויך אויף די גאנצע עם ישראל אז ס'איז י-ה-ו-ה מידת הרחמים און דער אלקינו מידת הדין "אחד" ס'איז אלעס איין, ס'איז נישט פארהאן אזא סארט מצב ווי נאר דער מידת הדין איז שולט אויף א איד, ס'איז אלעס חסדי ה', אונטער איעדע שווערע נסיון ליגט געוואלדיגע גרויסע כוחות און ישועות, אפילו ווען ס'זעט אויס ווי דער מידת הדין האט עפעס א כח שטייט אונטער דעם דער מידת הרחמים!

אבער יוסף פון זיין זייט האט שוין במשך פון זיינע יארן אין מצרים עטליכע מאל זוכה געווען איינצוזעהן אז די געוואלדיגע רחמנות פון השי"ת שטייט אונטער אלעס ..מ'קען זיצן אין א פארשטיפטע בית הסהר אינעם ווייטן מצרים און פלוצלינג גייט מען פון דארט גלייך אין קעניג'ס פאלאץ אריין, וואס דאס זאגט אז אלעס איז בורא עולם, יא ס'קען אמאל אויסזעהן ווי דער מידת הדין נעמט איבער, דער מענטש גייט אדורך שוועריגקייטן אבער אין אמת'ן איז אלעס רחמים וחסדים, דערפאר האט ער נישט געליינט קריאת שמע ווייל ביי אים איז דער ה' אלקינו ה' אחד קלאר...

ס'קען זיין אז דאס איז די עומק פון די מפרשים וואס זאגן אז יוסף האט נישט געליינט ווייל ער האט עוסק געווען אין דער מצוה פון כיבוד אב, מיטן נישט ליינען קריאת שמע האט יוסף געזאגט פאר יעקב ..נאר מיט דעם פארשטאנד אז אונטער אלע שוועריגקייטן שטייט בורא עולם, אונטער אלע צרות איז פארהאן ישועות האב איך די אלע יארן זיך געקענט האלטן... און דערמיט האט ער געגעבן די גרעסטע שמחה און פרייד פאר יעקב הערנדיג די געוואלדיגע געדאנק אז זיין יוסף האט זיך אזוי שיין און הערליך געהאלטן און טאקע קלאר געווארן מיט דעם לעבנס וויכטיגע יסוד אז ס'איז ה' אחד אלעס איז בורא עולם!

און דערמיט קומען מיר צו אונזער פרשה, יעקב אין די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן, אין דער צייט וואס דער שעובד האלט אט אט פארן זיך אנפאנגן, גלות מצרים שטייט ביים שוועל, שפירט ער אז ס'וועט קומען א צייט וואס די אידישע קינדער וועלן דעם ביטערן שווערן גלות נישט קענען אויסהאלטן, זיי וועלן די גרויסע נסיונות ח"ו נישט קענען איבערטראגן וויל ער פאר אונז מגלה זיין דעם קץ הימין, וואס דאס מיינט ארויסברענגן דעם געדאנק אז ס'איז פארהאן א סוף צו די אלע גלות'ן, ס'וועט קומען א טאג וואס דער שעובד וועט זיך ענדיגן, און דערמיט אריין ברענגן חיזוק אין אלע דורות אז די שוועריגקייטן וואס די אידישע קינדער גייען אריבער איז נאר ווי לאנג מיר זענען אונטערוועגנס... אבער פון הימל האט מען עס פון אים באהאלטן האט ער געטראכט אז אפשר זענען די שבטים פשוט נישט ראוי צו דעם, האבן די שבטים אויסגערופן "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, כשם שאין בלבך אלא אחד, כך אין בלבנו אלא אחד" טאטע טייערע דארפסט דעם קץ פאר אונז נישט מגלה זיין ווייל פונקט ווי ביי דיר איז דער "אחד" קלאר, פונקט אזוי איז עס ביי אונז, מיר ווייסן דעם יסוד פון י-ה-ו-ה אלקינו ה' אחד, מיר ווייסן אז דער מידת הדין און רחמים גייען אייביג צוזאמען האנט ביי האנט, און אונטער איעדע שוועריגקייט ליגט די גרעסטע מאס פון רחמים וחסדים, און דערפאר קענסטו זיין זיכער אז מיר וועלן איבער טראגן סיי וועלכע גלות ס'זאל נאר זיין, ווייל ווען דער איד ווייסט אז אונטער זיינע שוועריגקייטן שטייט זיין טאטע דער מלך העולם קען ער אדורך שפאצירן דעם גרעסטן ים כוואליא... ווען יעקב אבינו הערט דאס, טוט ער אויסרופן ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד!

דערמיט פארשטייען מיר געוואלדיג פשט אין רש"י הקדוש אנפאנג פרשה, למה פרשה זו סתומה? ברענגט רש"י צוויי פשטים אבער בעומק זענען די צוויי געבינדן, די סיבה פארוואס יעקב האט געוואלט מגלה זיין דעם קץ איז געווען וועגן דעם נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, די אידישע הערצער זענען 'פארמאכט' געווארן און דער שעבוד האט זיך אנגעפאנגן, האט יעקב אבינו אונז געוואלט גרינגער מאכן, ער האט אונז געוואלט געבן כוחות איבער צו טראגן דעם שווערן שעובד און גלות, אבער ווי מיר שמועסן אז דערנאך וואס ער הערט פון די שבטים שמע ישראל, ער הערט אז זיי זענען קלאר אז אין איעדע מצב וואס א איד איז זאגט מען שמע, דער איד פארשטייט אז אלעס איז ה' אחד האט זיך עס שוין נישט אויסגעפעלט, דערפאר איז געווען ונסתם ממנו ס'איז פון אים פארהוילן געווארן.

טייערע ברידער, יעקב אבינו אונזער געטרייע פאטער געבט אונז דער שליסל איבערצוקומען איעדע שוועריגקייט אין די וועלט, ווען ס'ווערט קלאר פאר א איד אז אונטער איעדע מצב שטייט בורא עולם, אונטער איעדע שטיין אין וועג ליגן דיימאנטן גרויסע כוחות און ישועות, דער מענטש ווייסט מיט א קלארקייט אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך ווי נאר מידת הדין איז שולט אויף א איד, דער מידת הדין דינט נאר אלץ א לבוש, א צודעק איבער די רחמים וחסדים פון השי"ת, יא אמת אז אמאל זעט עס נישט אויס גוט, ס'טוט אמאל וויי, אבער דער מציאות איז אז אונטער דעם שטייט דער מלך העולם אונזער באליבטע טאטע מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, און אונטער די שוועריגקייטן ליגן פאר אונז אנגעגרייט גרויסע הצלחות, ווען דער מענטש לעבט דאס ווערט פלוצלינג דאס שווערסטע גרינג און דאס אוממעגליכע געשמאק און זיס און ער האט די כוחות איבער צוקומען אלעס אין די וועלט און גאר גיין פון א בית הסהר גלייך אין פאלאץ אריין, פון א שפיטאל בעט צוריק צום בית המדרש, און פון ארימקייט ביז צום געווינען דעם לאטארי...

טייערע ברידער געדענק אז השי"ת ווייזט עס אונז נישט איעדן טאג, אבער פון צייט צו צייט זענען מיר זוכה מכיר צו זיין אז הקב"ה איז דער וואס שטייט אונטער אלעס, איעדער פון אונז איז פון צייט צו צייט זוכה צו א אפענע השגחה פרטית, ער זעט אפען דעם יד ה', ווען דאס פאסירט דארפן מיר זיך אנכאפן דערין און אריין נעמען אין זיך דעם שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד ס'איז אלעס אחד איעדע מצב גוט אדער נישט איז אלעס רחמים וחסדים, ערב ובוקר בכל יום תמיד פעמים באהבה שמע אומרים סיי אויב ס'איז א מצב פון ערב ס'איז טינקל און קאלט, און סיי אויב ס'איז בקר ליכטיג און גוט טוט דער מענטש כסדר מיחד זיין דעם שם ה' און רופט אויס ה' אחד! יא די גלות איז שווער און לאנג אבער ווען מיר כאפן זיך אָן אין די מינוטן וואס השי"ת איז זיך צו אונז מגלה זעט דער מענטש קלאר איין אז ה' הוא האלוקים ס'איז אלעס בורא עולם, און דאס געבט אונז כח אנצוגיין, דאס געבט אונז כח צו פארשטיין אז אונטער אלע שוועריגקייטן שטייט אונזער גרויסע פאטער און טוט פאר אונז צוגרייטן דעם גאולה וואס קומט שוין אט אט, לאמיר זיך שטארקן יעצט אין די לעצטע מינוטן פון דעם גלות ווען די גאולה שפירט זיך שוין אין די לופט און אויסשרייען פאר זיך פאר די קינדער און פאר די וועלט שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!

לסיכום געדענק:
• שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד - אין איעדע מצב איז דער איד מקבל ה' אחד.
• אונטער איעדע שוועריגקייט שטייט בורא עולם, און ס'איז אלעס רחמים וחסדים.
• כאפ זיך אָן אין איעדע השגחה פרטית און זיי זוכה אדורך צו גיין די גרעסטע שוועריגקייטן אין די וועלט.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעאגיר