אינטערעסאנטע טשיקאווע מעשיות פון צדיקים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

אינטערעסאנטע טשיקאווע מעשיות פון צדיקים

שליחה דורך א איד »

איך האב לעטענס באמערקט א שיינע פאר מעשיות פון פריערדיגע צדיקים ולמעלה בקודש, וואס עס וואלט געווען א גוט ארט עס ארויפצולייגן דא.

ווי אויך אויב איינער האט עפעס אינטרעסאנטס קען עס אהער ברענגען.

און מיט דעם הייב איך אן.

מען פארציילט אויף ר' אלעזר ריישא'ער זיעועכי"א, עס איז געקומען צו עם א חתן פאר די חתונה נעמען א ברכה, און דער חתן מיט זיין טאטן האבן זיך אהיימגעיאגט צו כאפן דעם באן אהיים, אבער ר' אלעזר האט געזאגט אז ער קען זיי נאכנישט אויפנעמען.
עס ווערט שפעט, און דער חתן ווערט נערוועז, און ער וויל שוין לויפן צום באן, אבער זיין טאטע זאגט עם, ניין דו ווארטסט דא אריינצוכאפן א ברכה פון רבין פאר די חתונה.
ענדליך לאזט זיי די גבאי שוין אריין, מען לייגט אראפ די קוויטל [מיטן פדיון שטייטזיך], און די רבי ווינטשט עם אן, שער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל מקוים ווערן ביי דיר דעם פסוק, על גחונך תלך ועפר תאכל כל ימי חייך, און דו זאלסט זיך צוברעכן דיין קארג.
דער חתן בלייבט שטיין פארוואנדערט, און הייבט אן צו וויינען רבי, פאר די ברכה האב איך געדארפט ווארטן און פארשפעטיגן די באן?
זאגט ר' אלעזרל, נעה וואס פארשטייסטו צו מיינע ברכות, איך האב געמיינט צו וואונטשן אזוי, על גחונך זאלסט זיין א גרויסע עושר און זאלסט האבן אזא בייכל ווי די עשירים גייען, תלך און דו זאלסט שטענדיג זיין א הולך און נישט קיין עומד, נאר שטייגן מעלה מעלה ברוחניות, ועפר תאכל כל ימי חייך, מיין איך צו זאגן אז דו זאלסט האבן פרנסה מזומן צו דיר שטענדיג אזוי ווי דער נחש האט זיין שפייז שטענדיג גרייט.
און דאס וואס איך האב געווינטשן אז דו זאלסט זיך צוברעכן דיין קארג, האב איך געמיינט צו זאגן, געווענליך זענען עשירים מקמצין, האב איך דיר געווינטשן אז דו זאלסט צוברעכן דיין קארגשאפט.

דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די אויספיר פון די מעשה, אז פעלט נישט אויס צו זאגן, אז אלעס איז מקוים געווארן אויפן האר, און נישט נאר דאס, נאר די באן האט זיך פארשפעטיגט, און זיי האבן געכאפט דעם באן.


ווער האט נאך עפעס אינטרעסאנטס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר