"ארטסקראל" און צענזור בפירוש רשב"ם על התורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג אפריל 19, 2020 1:00 am

דא קען מען זען דעם פי׳ פונעם רשב״ם אויף ״ויהי ערב ויהי בוקר יום שני״ אזוי ווי עס איז ערשינען אין מהדורת רוזין, ברסלוי, תרמ״ב. און אזוי אויך דעם מהדורא פון ארטסקראל ווי זיי לאזן אויס דעם שטיקל אפי׳ זיי שרייבען קלאר אז זיי זענען מעתיק דעם פי׳ רשב״ם לפי מהדורת רוזין.
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

Re:

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 19, 2020 2:05 am

https://www.thetorah.com/article/can-to ... ct-halacha

דא איז אן אנאליז ווי ווייט רש"י איז א פירוש לפי פשט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 19, 2020 2:17 pm

אז מ'רעדט שוין פון דרשות חז"ל שלא ע"פ פשט איז א פשוטע זאך אז אפילו רש"י איז מודה אז נישט דאס האט משה רבינו טאקע אינזין געהאט, דאס זעהט מען זייער קלאר אין זיין פירוש אין מסכת תענית דף ל: ד"ה שהותרו שבטים. זיין פירוש על התורה האט ער געבויעט אויף מדרשי חז"ל ווייל ער האט האט געוואלט מאכן א פירוש על פי חז"ל, נישט ווייל ער האט טאקע געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע פשט. בכלל האט ער זיך זייער געהאלטן צו די ביכער, ער זאגט כמעט נישט קיין אייגענס. רש"י איז געווען א בן תורה וואס זיין פראפעשן איז געווען חז"ל האט ער געשריבן א פירוש על פי חז"ל (משא"כ דער אבן עזרא...), ווען דו פרעגסט איהם פריוואט פשט אין א פסוק קען זיין וואלט ער דיך געזאגט ווי דער אבן עזרא, אדער גאר ווי די היינטיגע בייבל קריטיקירער, זיין פירוש האט ער אבער געשטעלט אויף חז"ל.

שפעטער האב איך געזען אינעם צווייטן לינק וואס מי אני האט צוגעטשעפעט ווי ער זאגט אויך אזוי: "Rashi was primarily an educator. Interpreting the Bible was not his ultimate goal"
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2323 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 19, 2020 10:40 pm

אז מ'רעדט שוין פון ארטסקראלל איז כדאי ארויסצוברענגען דעם פאקט אז זיי זענען אויכעט נישט קיין מלאכים. און זיי מאכן צומאל א טעות. נאר ס'פאסט זיי נישט מודה צו זיין. אויסערדעם וואס זיי פלאגיאירן א סאך פון זייערע פשטים. אן געבן קרעדיט פאר'ן מקור...!

למשל אין מסכת בבא מציעא דארט וואו די גמרא רעדט ארום איבער דעם עניין פון ..."לפנים משורת הדין"...האבן זיי אין די ערשטע מהדורות געלערנט זייער א פאלשן פשט. איך האב אמאל געהאט א ויכוח מיט א רב איבער דעם פשט. נאר אין די שפעטער'דיגע מהדורות האבן זיי עס שוין פארראכטן...!

איך האב געקויפט פאר מיין ווייב די צאינה וראינה אויף ענגליש. דארט איז פול מיט טעותים. נישט סתם. נאר אמעראצישע טעותים...!

אויך, אין די חומשים. וואו זיי פרעטענדירן צו לערנען פשט אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י. דארט איז געהעריג פעיק, פאוני און פראוד. לאמיר נאר נעמען די רש"י אין פ' ויגש. אויפ'ן פסוק..."וישמע בית פרעה"...דארט רעדן זיי אזעלכע שטותים. דאס ווייזט אז זיי הייבן נישט אן צו וויסן דעם פשט פון די בלע"ז ווארט. אני הקטן קען א ביסל די שפראך. און איך פארשטיי וואס רש"י ווילל ארויסברענגען. ואכמ"ל. ליותר אריכות עיין באשכול..."די בלעז"ן פון רש"י"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט