תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

תנ"ך יומי ווערט אויפגעלעבט אין ארץ-ישראל

שליחה דורך פלאוויוס »

אין ארץ ישראל איז פארגעלייגט געווארן א נייער פראיעקט, צו לערנען טעגליך איין פרק אין תנ"ך, אנגעהויבן פון ספר בראשית ביז צום סוף פון די נביאים וכתובים. פונקט ווי דער דף היומי אין ש"ס איז געצילט צו פאראייניגן די פארשידענע שיכטן פונעם ארטאדאקסישן אידנטום, אזוי איז דער איניציאטיוו פונעם תנ"ך-פראיעקט געצילט צו פאראייניגן אלע שיכטן פונעם גאנצן כלל ישראל - פרומע און פרייע, לינקע און רעכטע, און אלעס אינדערמיט. דער נאמען פונעם פראיעקט איז 929, ווי דער מספר פון פרקים אין תנ"ך וואס מ'וויל מסיים זיין אינאיינעם.

אויפ'ן וועבזייטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק זענען דא שרייבער פון אלע פאליטישע און רעליגיעזע שטרעמונגען אינעם לאנד, און דאס לאזט זיך זען פון די פילפארביגע, אינטערעסאנטע בליקן אויף די פסוקים פון תנ"ך. דאס איז א געלעגנהייט פאר אידן פון אלע שיכטן, צו באקענען דעם תנ"ך פונדאסניי, דורכ'ן צונויפשמועסן זיך מיט אידן וואס קוקן אויף די פסוקים פון גאנץ פארשידענע ווינקלען. דאס איז סיי א ברודערליכער פראיעקט, סיי א רעליגיעזער, און אודאי אן אינטעלעקטועלער. אויפ'ן וועבזייטל קען מען זען נישט נאר טייטשן אויפ'ן פסוק, נאר אויך געמאלענע בילדער און געשריבענע פאעזיע אויף די פרשות פון דער תורה.

לויטן לוח פון 929 דארפן די באטייליגטע אפלערנען איין קאפיטל א טאג פון זונטאג ביז דאנערשטאג, און במשך פרייטאג-שבת גייט מען איבער די קאפיטלעך וואס מ'האט געלערנט דורך די וואך. אויב זענען דא אזעלכע וואס זענען פאראינטערעסירט דערין, וואלט כדאי געווען דורכצושמועסן צייטנווייז, אין ראם פון דעם אשכול, די געדאנקען וואס קומען ארויס פון דעם טעגליכן אדער וועכנטליכן שיעור אין תנ"ך. ווען מ'וועט אי"ה פייערן דעם סיום אין ארץ-ישראל אין אפאר יאר ארום, וועט עס אודאי זיין גאר א וואונדערליך געפיל פאר אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן. אויב סיטי-פיעלד איז געווען א מעמד כלל ישראל, קענט איר זיך שוין פארשטעלן וואס אזא סיום וועט זיין...

דא איז דער לינק צו 929 (תנ"ך ביחד):

http://www.929.org.il/weekly/1004

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר