מיט א טיפערן בליק פרשת בשלח – שבת שירה תשע"ה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק פרשת בשלח – שבת שירה תשע"ה

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת בשלח – שבת שירה תשע"ה


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די אידישע קינדער זענען שוין פון לאנד מצרים ארויס, אבער ווידער טרעפן זיי זיך אין א גרויסע צרה וואס שטייגט גאר איבער די פריערדיגע, מיט זייערע גאנצע משפחות און פארמעגן שטייען זיי פארן ברויזענדן ים, ווען פון אונטער זיי רוקן זיך די מצריים נענטער און נענטער, ס'קוקט אויס ווי דאס איז עס, ס'איז נישט פארהאן ווי צו לויפן, און ממש אין די לעצטע מינוט... דאס אומגלויבליכע פאסירט השי"ת פארלאזט נישט זיין באליבטע זוהן בני בכורי ישראל, די אידן גייען אריבער דעם ים בכבוד גדול, און די מצריים זינקן דארט אריין און ווערן אפגעווישט אויף אייביג, פון די אידישע הערצער קליין און גרויס רייסט זיך ארויס א געזאנג, זה קלי ואנוהו, אפילו א שפחה האט געזעהן, געשפירט און פארשטאנען די השראת השכינה און גדלות הבורא, און מיט גרויס פרייד זינגען זיי אָז יָשִׁיר משֶׁה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת לה'.

אז מען באטראכט ריכטיג די שירה באמערקט זיך עפעס וואס פארלאנגט א הסבר, מיר וואלטן ערווארטעט אז עם ישראל זאל לויבן און דאנקן הקב"ה אויף די אלע געוואלדיגע ניסים וואס ער האט מיט זיי געטוען, אויף דעם וואס זיי זענען געראטעוועט געווארן און האבן זוכה געווען אריבער צו שפאצירן דעם גרויסן ים ווי א קעניג אין זיין פאלאץ, אויף דעם וואס עם ישראל לעבט געזונט און שטארק און זענען אויפן וועג צו קבלת התורה און אזוי ווייטער... אבער אז מען קוקט אריין אין פסוק זעט מען אז די אידישע קינדער זינגן שירה 'בעיקר' אויף דעם אז הקב"ה האט נקמה גענומען אין די מצריים, אָשִׁירָה לַּה' כִּי גָאֹה גָּאָה סוּס וְרֹכְבוֹ רָמָה בַיָּם... מַרְכְּבֹת פַּרְעֹה וְחֵילוֹ יָרָה בַיָּם וּמִבְחַר שָׁלִשָׁיו טֻבְּעוּ בְיַם סוּף און אזוי ווייטער... דאס זעלבע טרעפן מיר אביסל שפעטער ווען מרים הנביאה איז ארויס מיט אירע מוזיקאלישע געצייג זינגן שירה שטייט אין פסוק אז זי זינגט נאר אויף דעם איין זאך שִׁירוּ לַה' כִּי גָאֹה גָּאָה סוּס וְרֹכְבוֹ רָמָה בַיָּם, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט וואס איז די פשט אז די אידישע קינדער דאנקן בעיקר אויף דעם חלק אז די מצרי איז אין ים פארזינקן און נישט אויף דעם אז זיי זענען באפרייט פון דעם שווערן גלות?

די גמרא אין מסכת מגילה זאגט אונז: די מלאכים האבן געוואלט זאגן שירה, האט הקב"ה געזאגט: מיין ארבעט זינקט אין ים און איר זאגט שירה?! וואס ס'פרעגט זיך איז פשוט, אויב דער רצון ה' איז אז די מלאכים זאלן נישט זאגן שירה - פארוואס מעג עם ישראל יא זאגן שירה? און נאכדערצו ווי געשמועסט אז די גאנצע שירה איז בעיקר געווען אויף דעם יסוד פון מעשה ידי טובעין בים, אויף דעם מצרי'ס זינקן?
אין מדרש רבה געפינען מיר, מיום שברא הקב"ה את העולם, ועד שעמדו ישראל על הים, לא מצינו אדם שאמר שירה להקב"ה אלא ישראל וכו'. - פון ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט ביז די אידן זענען געשטאנען ביים ים געפינען מיר נישט אז איינער זאל זאגן שירה צו השי"ת, די אבות האבן זוכה געווען צו ניסים, אבער זיי זאגן נישט קיין שירה, נאר כלל ישראל ווען זיי שטייען ביים ים זינגן זיי שירה צו השי"ת, - לאמיר פארשטיין, ווי קען דאס טאקע זיין אז אונזערע גרויסע אבות אברהם יצחק יעקב וואס האבן זוכה געווען צו גאר גרויסע ניסים זאגן נישט קיין שירה? און אויף עם ישראל אליין פרעגט זיך אויך די זעלבע פראגע וואס איז געווען ביז יעצט, זיי האבן דאך געזעהן אלע צען גרויסע וואונדערליכע מכות פארוואס האבן זיי דארט נישט געזאגט קיין שירה נאר יעצט ביי קריעת ים סוף, און אזוי פרעגן זיך פיל נאך, וואס דאס זאגט אונז אז אין די עומק פונעם שירה ליגט עפעס אסאך מער, לאמיר זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויס צונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

ר' ברוך סוויטה איז באוואוסט אין שטעטל און ביי אלע זיינע קונדן אלץ א סוחר וואס האנדלט מיט ישרות און ערליכקייט. - היינטיגן אווענט טרעט ר' ברוך אריין אין שטוב מיט אַן אויסערגעווענליכע שמחה, ער איז נישט אליין נאר מיט עטליכע פון זיינע גוטע פריינד, ס'נעמט נישט לאנג די חברה נעמען זיך זינגן און טאנצן... אויף די פרעגענדיגע אויגן אין שטוב מאי האי, וואס איז דאס? ר' ברוך קען נישט צום ווארט קומען זייענדיג איבער גענומען מיט פרייד, נעמט חצקל איבער און פאנגט אָן דערציילן וואספארא השגחה פרטית ר' ברוך האט היינט בייגעוואונט ממש שטוינענד.

ארויסקומענדיג היינט צופרי פון די שטאט'ס שוהל האבן צוויי שטאטישע באאמטע אפגעווארט ר' ברוך מיט אַן הזמנה אין האנט, ..ער מוז זאפארט ערשיינען פאר א שופט פאר ערענסטע קלאגעס און עס דראאט אים א גרויסן שטראף פארן טוען אָפנארן קונדן... ר' ברוך מאכט א שנעלער חשבון הנפש אין קאפ אבער אָן ערפאלג ער קען בשום אופן נישט קומען צו אַן החלטה וואס דאס קען מיינען, נאכדערצו ווען ער לייגט דווקא א גרויסן דגוש צו האנדלן יושר'דיג אין זיין מילך פארם סיי פאר זיינע קליענטן און סיי לעגאל, ער מאכט אפ ביי זיך אז ער האט נישט וואס צו זיין נערוועז, ס'איז מסתמא א טעות ער האפט נאר ער וועט קענען אויפווייזן זיין אומשולד...

אנקומענדיג צום משפט באמערקט ר' ברוך נישט קיין אנדערער ווי אבנר דער בעקער פון שטאט, זיין לאנג יעריגער קליענט און גוטע פריינד שטייט אויפן אנדערער זייט אלץ זיין באשולדיגער, דער שופט לאזט זיך נישט לאנג ווארטן און ליינט פאָר דעם באשולדיגונג, דער בעקער האט אבזערווירט אז ווען ער קויפט די קעז פאר זיינע מילכיגע געבעקסן האט ער אנגעהויבן באמערקן ווי ר' ברוך האט אים אפגענארט און די פעקלעך קעז וואס ער שיקט אים וועגן ווייניגער ווי א קילא, אמאל איז עס 900 גראם אמאל איז עס 950 גראם, איינמאל איז עס אפילו געווען 800 גראם, דער שופט דרייט זיך צו ר' ברוך און פרעגט אים צו ס'איז אמת, ר' ברוך ענטפערט איך וועל אייך זאגן דעם אמת איך נוץ אפילו נישט קיין געהעריגע וואג אפצווועגן די קעז, פרעגט אים דער שופט וויאזוי דען ווייסטו וויפיל קעז אריינצולייגן אין יעדן פעקל?

ר' ברוך ענטפערט דרייסטערהייט, יעדן צופרי קויף איך געווענליך א קילא ברויט פון אבנר דער בעקער איך האב אַן אלטן פרימיטיוון האלצערנעם וואגשאהל, אויף איין זייט לייג איך ארויף די ברויט און אויף די אנדערע זייט לייג איך ארויף די קעז ביז ס'ווערט אייניג ביידע זייטן און דעמאלטס ווייס איך אז ס'איז א קילא און אזוי שיק איך עס אים אפ, אהא! דרייט זיך דער שופט אויס צו אבנר, שטעלט זיך גאר ארויס אז די ביזט דער שווינדלער, ר' ברוך האט דיר געשיקט א קילא לויט "דיין אייגענע אפשאצונג" פון א קילא, און יעצט מר. אבנר וועט איר מוזן באצאלן א טייערער געלט שטראף פארן אפנארן אזוי פיל אנדערע קונדן...

פירט ר' ברוך אויס, דער אויבערשטער פארעכנט זיך מיט יעדן מדה כנגד מדה, און זעענדיג דעם אפענעם השגחה פרטית ווערט דאס הארץ פרייליך, אז נישט נאר בין איך ארויס ריין פון סיי וואספארא באשולדיגונגען נאר דער אויבערשטער האט מיר געוויזן דעם מדה כנגד מדה, מען האט געקענט זעהן בורא עולם אפענערהייט... יא אמת אז איך בין אסאך מאל זוכה צו השגחה פרטית אבער זוכה זיין צו א התגלות ה' אויף אזא וואונדערליכע אופן ברענגט ארויס פון הארץ אזא געוואלדיגע פרייד, מ'קען שפירן די יד ה', מ'שפירט אז מיר האבן א טאטע וואס נעמט נישט אראפ זיינע אויגן אפילו פאר א סעקונדע, און טאקע דערפאר טאנצן מיר... פארשטייט זיך אז די גאנצע משפחה האט זיך צוגעשטעלט און ס'איז געווען א פרייליכע טאנץ ביז אין די טיפע נאכט אריין!

מדה כנגד מדה – איז א געוויסע הויעכע מדריגה אין התגלות ה' אויף די וועלט, ווייל ווען מיר זענען זוכה צו דערלעבן אז הקב"ה אנטפלעקט זיך דורך "מדה כנגד מדה" טוט דער איד איינזעהן מיט א קלארקייט אז נישט נאר וואס ס'איז פארהאן א כסדר'דיגע השגחה פרטית אויף די וועלט, נאר די השגחת ה' גייט אסאך מער און טיפער, אפילו איעדע מחשבה-טראכט צו שעדיגן א איד טוט בורא עולם מיט האלטן, און נישט סתם מיט האלטן נאר ס'איז פארהאן א פונקטליכע חשבון און ווען דער צייט קומט טוט הקב"ה באשטראפן מיט אט דעם זעלבן מחשבה מדה כנגד מדה, דאס זעלבע וואס דער מענטש טראכט אדער טוט, וועט אים שפעטער מאָנען, ס'קען אמאל נעמען לאנגע יארן אבער בורא עולם האט דעם גאנצע בילד פאר זיך... פון די אנדערע זייט מדה טובה מרובה אז איעדע גוטע מחשבה אדער פעולה פון א איד ווערט מיטגעהאלטן דורך בורא עולם, און ווען ס'קומט צו באצאלן וועט אים הקב"ה באגיסן מיט השפעות מדה כנגד מדה, און ווען דער מענטש זעט דאס פאר די אויגן ברענגט עס אים צו א געוואלדיגע הכרת הבורא, און די מער דער איד אנערקענט גדלות ה', דאס מער בענקט ער פאר נאך און נאך און אזוי גייט ער פון מדריגה צו מדריגה, ס'ווערט אים קלאר ווי טאג אז אין כאלקינו, אין כאדונינו, אין כמלכנו, אין כמושיענו, און דאס טוט אים אנפילן מיט שמחה אז מיר האבן די זכות צו זיין דאס אויסגעוועלטע פאלק דער בני בכרי ישראל פון דעם גרויסן מלך העולם, און דער איד פאנגט אָן לויבן און דאנקן טאנצן און זינגן פאר פרייד ה' מלך, ה' מלך, ה' ימלך לעולם ועד!

די אידישע קינדער זענען פון מצרים אויסגעלייזט געווארן בכבוד גדול, מיט צען וואונדערליכע גרויסע ניסים האט הקב"ה זיי ארויס געפירט פון מצרים, פארשטייט זיך אז אויף די גאנצע וועג, אויף איעדע קליינע נס האבן זיי געטוען דאנקן און לויבן הקב"ה אָן אויפהער... אבער גאר עפעס אנדערש איז געווען דא אנקומענדיג צום גרויסן ים, ס'איז נישט געווען נאך א נס אזוי ווי די פריעדיגע צען, דא האבן די אידישע קינדער זוכה געווען צו זעהן דעם גרויסן האנט פון הקב"ה וַיַּרְא יִשְׂרָאֵל אֶת הַיָּד הַגְּדֹלָה אֲשֶׁר עָשָׂה ה' בְּמִצְרַיִם, זיי זעהן הקב"ה פאר די אויגן, און צווישן די געוואלדיגע מדריגות אין התגלות ה' איז אויך פארהאן א שטארקע פיזישע התגלות און טאקע דורך דעם "מדה כנגד מדה", וואס דאס מיינט זיי זעהן בורא עולם ווי קיינמאל פריער, יא אמת אז זיי האבן שוין צו פילע ניסים זוכה געווען אבער צו זעהן בורא עולם מיט אזא געוואלדיגע קלארקייט דאס דערלעבן זיי יעצט צום ערשטן מאל, ס'ליגט זיי נאך זייער קלאר אין מח דעם ביטערן גזירה פון כָּל הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ און דא זעהן זיי פאר די אויגן ווי די מצריים זינקן
אין וואסער אריין, אַה! ס'איז פארהאן א טאטע אין הימל וואס פירט אלעס, פון טיפן הארץ זינגט זיך ארויס א שירה לה'!

דערפאר זאגן זיי שירה בעיקר אויף די חלק אז דער מצרי איז אין ים אריין און נישט אז זיי זענען באפרייט, ווייל מיט דעם וואס השי"ת האט דערטראנקן דעם מצרי זעט זיך דער מדה כנגד מדה, דערמיט זעט זיך אז די אלע צרות וואס די מצריים האבן געמאכט פון אנהייב אָן, נאך פון דעם גרויסן הבה נתחכמה פלאן ביז יעצט איז אלעס מיט געהאלטן געווארן דורך אונזער גרויסע טאטע, אלעס האט א פונקטליכע חשבון, די אידן האבן געזעהן אז ווען ס'קומט צו באצאלן טוט בורא עולם אפמאנען פון די רשעים מיט אט זייער אייגענע געדאנקן ..ווילסט אין וואסער אריין וועסטו דארט אנקומען, אבער בעיקר האבן זיי געזעהן אז יש מנהיג לבירה די וועלט האט א פירער און איעדע קליינע מחשבה האט א חשבון און אונזער טאטע איז דער וואס קאנטערלירט דאס אלעס! אה אשרינו מה טוב חלקינו, ס'זינגט און טאנצט זיך אין די גאסן!

די מלאכים וואס זיי זענען כסדר זוכה צו די גרעסטע מדריגות אין התגלות ה', פאר זיי איז דא גארנישט געווען ספעציעל נאר די חלק אז די רשעים זענען אין וואסער אריין אויף דעם זאגט הקב"ה מעשה ידי טבעו בים ואתם אומרים שירה?! אבער עם ישראל זיי זינגן שירה, ווייל ווען דער איד זעט בורא עולם, ווען דער איד זעט התגלות אלוקית זינגט ער אָן אויפהער.

אינעם קומענדיגן פרשה, ווען משה רבינו באגעגנט זיך מיט זיין שווער יתרו און הערט א פונקטליכע באריכט איבער אלע געוואלדיגע ניסים וואס השי"ת האט געמאכט פאר די אידישע קינדער, ווערט יתרו פיל מיט פרייד און פאנגט אָן דאנקן הקב"ה און זאגט: געלויבט השי"ת וואס האט ענק געראטעוועט פון די האנט פון די מצריים... יעצט ווייס איך אז הקב"ה איז גרעסער פון אלע אפגעטער ווייל מיט אט די זעלבע זאך וואס זיי האבן געטראכט, אריין צו ווארפן די אידישע קינדער אין די וואסער, איז אויף זיי געקומען, מדה כנגד מדה האט הקב"ה זיי באשטראפט! – וואס מיר זעהן פון די פסוק איז קלאר אז די עיקר התפעלות וואס יתרו האט באקומען פון משה רבינו'ס באריכט איז געווען די נקודה אז השי"ת האט באשטראפט די מצריים 'מדה כנגד מדה', די וועלט האט א בעל הבית וואס פירט עס מיט א אויסערגעווענליכע פונקטליכקייט!

ס'קען זיין אז דערפאר דערציילט אונז די תוה"ק באזונדער אז מרים און די פרויען האבן געזינגען מיט זייערע מוזיקאלישע געצייג, ווייל פון די גזירה אריין צו ווארפן די קינדערלעך אין וואסער האבן די אידישע מאמעס דאס מערסטע געליטן, פאר זיי איז עס געווען די שווערסטע, און אויך ביים באקעמפן די גזירה איז עס געווען מרים און די אידישע מיילדות, זיי זענען געווען די גרויסע העלדן וואס האט געראטעוועט די אידישע קינדערלעך, איז יעצט ווען ס'קומט צו זעהן די השגחה פרטית האבן זיי געהאט אין דעם א באזונדערע גרויסע השגה, זיי האבן געשפירט דעם קלארן יד ה', און ווען מען זעט יד ה', ווען מען זעט בורא עולם זינגט מען מיט שמחה!

טייערע ברידער, "שירה" זינגט א איד ווען ער זעט בורא עולם, ווען ער איז זוכה צו שפירן הקב"ה, ווען ער זעט השגחה פרטית אדער מדה כנגד מדה, ס'איז נישט קיין חילוק צו ער זעט עס דורך א ישועה ער איז מצליח וכדומה אדער דורך עפעס אַן אנדערע סארט וועג, אויב איז ער זוכה צו א התגלות ה' דארף ער דאנקן לויבן זינגן און טאנצן שירה לה', ער דארף מאכן א לחיים און אויסשרייען ישר כח הייליגע גרויסע פאטער אז די געבסט מיר דעם זכות צו זעהן און צו שפירן, צו זיין א חלק פון דעם אויסגעוועלטן פאלק, דעם זכות צו זיין דער בן יחיד פון דער מלך העולם, ווייל ווי איז דען פארהאן א גרעסערע שמחה ווי דאס?!

ווי מער דער איד דאנקט דאס מער איז ער זוכה צו קענען דאנקן, מיט זיין שירה טוט ער אנערקענען די געוואלדיגע מתנה וואס הקב"ה געבט אונז מיט דעם וואס ער איז זיך צו אונז מגלה און לאזט אונז שפירן אז ער איז אונזער פאטער און אז דער אידעלע איז קיינמאל אליין, נאר ווערט כסדר פארזארגט אויף טריט און שריט דורך דער מלך העולם, ס'איז דער ארבעט פון איעדע איד צו שטיין אויף דער וואך און זיכן די מינוטן ווי מען קען זעהן און שפירן הקב"ה, און ווען דער מענטש איז זוכה צו זעהן און צו שפירן בורא עולם איז נישט פארהאן עפעס מער ווי דאס, פלוצלינג זעט דער איד איין אז ער איז דער רייכסטע גליקליכסטע מענטש אויף די וועלט, ער איז א קינד פון דער מלך העולם!

לסיכום געדענק:
• שטיי אויף דער וואך און טו זיכן די מינוטן וואס הקב"ה איז זיך צו דיר מגלה.
• ווען די זעהסט בורא עולם, ווען די זעהסט דעם יד ה' זאלסטו זינגן און טאנצן, דאנקן און לויבן.
• "שירה" זאגט א איד אויף דעם וואס ער איז זוכה צו התגלות ה', ער זעט און שפירט בורא עולם.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעאגיר