דיני מיתה עפ"י תורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

דיני מיתה עפ"י תורה

הודעהדורך chusid » דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:24 pm

יעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:17 am

אין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:21 am

chusid האט געשריבן:יעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן

די עם הארץ ביסטו. שריפה מיינט נישט פארברענען. עפען א רמב"ם.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8405 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:23 am

משנה אין מכות בית דין ההורגת אחת בשבוע (שמיטה) נקראת קטלנית
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 685 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:24 am

שמעון וואלף האט געשריבן:אין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.

אמאל? היינט? ווען? 70 יאר צוריק? ווען די מה יפית נאציס האבן געדאמפט טרעילרס פון מענטשען אריין אין קאלך אויבן?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8405 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:29 am

ירח בן יומו האט געשריבן:משנה אין מכות בית דין ההורגת אחת בשבוע (שמיטה) נקראת קטלנית

דאס איז נישט די תירוץ. ווייל די סיבה פארוואס ס'האט זיך געמאכט זעלטען אז בי"ד זאל דן זיין למיתה איז ווייל ס'דארף זיין עדים, חקירות ודרישות, התראה מיט די גנויע עונש וואס ס'ווארט אים אפ, דער חוטא מוז ענטפערן, מעשה החטא תוך כדי דיבור, וכו'. - דאס איז באמת זעלטען. אפילו היינט, ווען האסטו געזעהן איינעם בועל זיין אחות אביו?

צוריק צום שאלה, די צורה פון ד' מיתות בית דין איז נישט דורך פארברענען מיט פייער, נאר מיט הייסע בליי, משום ואהבת לרעך כמוך, ברור לו מיתה יפה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8405 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:56 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אין הכי נמי. אמאל איז דאס געווען גאנגבאר, און ווער ס'איז געווען חייב מיתה, האט באקומען דעם עונש. היינט איז א פאלשע וועלט ווי יעדער שפילט מה יפית. די אראבער לעבן נאך ווי פארצייטענס, הרגענען זיי אזויווי אמאל.

אמאל? היינט? ווען? 70 יאר צוריק? ווען די מה יפית נאציס האבן געדאמפט טרעילרס פון מענטשען אריין אין קאלך אויבן?


די נאציס ימ"ש האבן זיך געשעמט מיט זייערע רציחות און פראבירט צו באהאלטן באווייזן ווי ווייט מעגליך.

בד"וו די דארפסט איבערבעטן @chusid פאר'ן פערזענטליך אטאקירן און אנריפן עם הארץ. און אגב, ס'איז א משנה און דארפסט נישט קריכן ביז'ן רמב"ם.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:08 am

און וואס וועט זיין ווען אייסיס וועט אנהויבן אריינגיסן הייסע בליי אין פיסק אריין?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך אליהו בחור » מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:27 am

שמעון וואלף האט געשריבן:די נאציס ימ"ש האבן זיך געשעמט מיט זייערע רציחות און פראבירט צו באהאלטן באווייזן ווי ווייט מעגליך.
.

ממש אזוי גרויזאם ווי די נאציס ימ"ש? צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו אין January 2015 זענען געהארגט געווארן בערך 1,380 מענטשן אריינגערעכנט אייסיס קעמפער איראקער סאלדאטן פאליציאנטן און ציווילע. אין 2014 זענען אומגעקומען ווייניגער ווי 12,300 נפשות.
http://www.un.org/apps/news/story.asp?N ... NGrU58o66M
אליהו בחור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך chusid » מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:41 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:יעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן

די עם הארץ ביסטו. שריפה מיינט נישט פארברענען. עפען א רמב"ם.

גראדע האב איך געוואוסט אז עס איז נישט ממש די זעלבע, איך קען נישט די פראצעדור פון די אריינגוסן בליי און דורך דעם שטארבט יענער דורך שריפה, אבער דאס קוקט אויס צו זיין א מיתה משונה, דאס האב איך געוואלט פארשטיין די מותות משונות..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:10 am

שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס פארגלייכט מען די גרויזאמע רשעות צו ד' מיתות ב"ד? ווען ביי אידן איז געווען א חיוב פון ברור לו מיתה יפה, מען האט מהפך געווען בזכותו, און נאר בעדים והתראה, און דערנאך האט מען פארדראגט דעם פאר'משפט'ן מיט וויין ער זאל נישט זיין נערוועז און נישט פולשטענדיג רעאליזירן דעם מצב און נישט שפירן די יסורים..
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1504
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1275 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:02 pm

און בכלל איז דער מצב אנדערש ווען מען הרג'עט בדיעבד נאר צוליב א ציווי ה', נישט ווייל יענער האט "דיר פערזענליך" געטשעפעט, אדער וויייל דו פארלאנגסט אויסלייז געלט; דא רעדט מען דאך פון נידריגע רוצחים שפלים ונבזים וואס כבוד עצמם הם דורשים, זיי מיינען אייגענע געלט און כבוד, תאוות השררה, מען באהאלט נאר די גרויליגע מעשי רציחה אונטער א פאלשן שלייער פון רעליגיע, והא ראי' זייערע אייגענע מענטשן הרג'ענען זיי אויכעט אפילו מען גלייבט אין זעלבן אללאה/נביא.

שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז ידוע די משל פון ר' ישרא' סאלאנטער זצ"ל, דער חילוק פון די באלעבאסטע מיטן קעצל. יעדער וויל הרג'ענען דאס מייזל. אבער דער קעצל גלוסט פאר נאך, בשעת די באלעבאסטע וואונטשט זיך אז דאס זאל קיינמאל נישט געשעהן.


לענינינו, ביי די אידן אין ביהמ"ק האט מען קיינמאל נישט געזוכט ח"ו צו הרג'ענען א צווייטן, נאר אדרבה, מהפך געווען בזכותו בכל מיני אופנים, עד כדי כך אויב דער ב"ד הגדול של כ"ג האבן אלע באשלאסן חייב, אן קיין איין גוט ווארט אויף יענעם, גייט ער ארויס פריי! ווייל עס קען נישט געמאלט זיין אז ער איז כולו חייב, מען דארף גאר בעסער מהפך זיין; משא"כ די אייסיס רוצחים זענען ווי דער קעצל, א גאנצן טאג לויפן זיי ארום און ווילן מקיים זיין קידוש ה' אויף יענעם, כסדר לויפן זיי ארום און האפן בכליון עינים מתי יבא לידי ואקיימנה... אראפצושיסן נאך א מענטש צום טויט, ווי מער ברוטאל אלס בעסער. יחי ההבדל הגדול!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14912
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17753 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:45 pm

ריכטיגע נקודה @שמעקעדיג,
ע''פ הלכה טארן סנהדרין וואס האבן דן געווען למיתה נישט עסען יענעם טאג,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:50 pm

שמעקעדיג איז גערעכט אז די מיתות בי"ד איז בכלל נישט קיין דמיון צו די אייסיס רציחות. איך וויל אבער מעתיק זיין די לשון הרמב"ם בנוגע מלחמת רשות און מלחמת מצוה, און בעט מ'זאל געבן צו פארשטיין די חילוק פון דארט ביז להבדיל אייסיס.
מ'דארף נעמען אין באטראכט אז לשיטתם פון אייסיס טאר מען נישט לאזן קיין שום נישט-גלויביגער ביים לעבן, עכ"פ אין די אראבישע מדינות. ממילא, זאל מען נישט קומען זאגן אז דארט איז געווען א מצוה און דא נישט ווייל לשיטתם איז עס די זעלבע.

בעסער געזאגט, וויאזוי וואלט איר רעאגיאט ווען א פאלק אינוואדירט א לאנד און פארלאנגט פון יעדעם אנצונעמען זייער רעליגיע, אוועק געבן אלעס וואס מ'פארמאגט און ווערן א קנעכט פאר'ן אינוואדירער. טאמער איז מען נישט מסכים, וועלן זיי אויס הרגענען אנשים נשים וטף (ווי ביי שבעה עממים און עמלק)?

ליינטס און האטס הנאה.

הלכות מלכים ומלחמות פרק ו

א אין עושין מלחמה עם אדם בעולם, עד שקוראין לו לשלום--אחד מלחמת הרשות, ואחד מלחמת מצוה: שנאמר "כי תקרב אל עיר, להילחם עליה--וקראת אליה, לשלום" (דברים כ,י). אם השלימו, וקיבלו שבע מצוות שנצטוו בני נוח עליהן--אין הורגין מהן נשמה; והרי הן למס, שנאמר "יהיו לך למס--ועבדוך" (דברים כ,יא).

ב קיבלו עליהן המס, ולא קיבלו העבדות, או שקיבלו העבדות, ולא קיבלו המס--אין שומעין להם: עד שיקבלו שניהם. והעבדות שיקבלו--היא שיהיו נבזים ושפלים למטה, ולא ירימו ראש בישראל, אלא יהיו כבושים תחת ידם; ולא יתמנו על ישראל, לשום דבר בעולם.

ג והמס שיקבלו--הוא שיהיו מוכנים לעבודת המלך בגופם וממונם, כגון בניין החומות, וחיזוק המצודות, ובניין ארמון המלך וכיוצא בו: שנאמר "וזה דבר המס אשר העלה המלך שלמה, לבנות את בית ה' ואת ביתו ואת המילוא, ואת, חומת ירושלים . . . ואת כל ערי המסכנות, אשר היו לשלמה . . . ויעלם שלמה למס עובד, עד היום הזה. ומבני, ישראל, לא נתן שלמה, עבד: כי הם אנשי המלחמה, ועבדיו ושריו ושלישיו, ושרי רכבו, ופרשיו" (מלכים א ט,טו-כב).

ד [ב] ויש למלך להתנות עימהם שייקח חצי ממונם, או הקרקעות ויניח כל המיטלטלין, או כל המיטלטלין ויניח הקרקעות--כפי מה שיתנו. [ג] ואסור לשקר בבריתם ולכזב להם, אחר שהשלימו וקיבלו שבע מצוות.

ה [ד] ואם לא השלימו, או שהשלימו ולא קיבלו שבע מצוות--עושין עימהם מלחמה, והורגין כל הזכרים הגדולים, ובוזזין כל ממונם וטפם; ואין הורגין אישה ולא קטן--שנאמר "והנשים והטף" (ראה דברים כ,יד; וראה דברים ב,לד), זה טף של זכרים.

ו במה דברים אמורים, במלחמת הרשות, שהיא עם שאר האומות. אבל שבעה עממין ועמלק שלא השלימו, אין מניחין מהם נשמה: שנאמר "כן תעשה לכל הערים . . . רק, מערי העמים . . . לא תחייה, כל נשמה" (דברים כ,טו-טז), וכן הוא אומר בעמלק "תמחה את זכר עמלק" (דברים כה,יט).
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:58 pm

דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:38 pm

מאטי האט געשריבן:דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.

נו לדבריך וואס זענען זיי, די איסלאמישע מלוכה שולדיג אז זייער מצפון איז אביסל מער פארגעשריטן ווי אונזערס. וואס קענען מיר חמורים האבן טענות אויף די ראשונים כמלאכים שבימינו.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:54 pm

ווייל אונזער היינטיגער מצפון ארבייט אזוי אז ס'שפייט ארויס טענות אויף בארבארישע אקטן, למרות מיר ווייסן אז די אקטן זענען סך הכל א פראדוקט פון אן אמאליגער/צוקונפטיגער מצפון וואס מיר אליינס זענען אומשטאנד צו דערגרייכן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:31 pm

מאטי האט געשריבן:דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.


פארשטייציך אז דיין תירוץ איז קיין תירוץ. ווי כעלעמער האט ארויסגעברענגט, זענען זיי נישט שילדיג אז ביי זיי איז מען יא געוואינט צו אזעלכע רציחות.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:36 pm

שולדיג, צו נישט, מאכט דאס נישט ווייניגער אן אומרעכט, און מ'דארף דאס נאך אלס פארמיידן אויף אלע קאסטן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך פעברואר 04, 2015 4:59 pm

מאטי האט געשריבן:שולדיג, צו נישט, מאכט דאס נישט ווייניגער אן אומרעכט, און מ'דארף דאס נאך אלס פארמיידן אויף אלע קאסטן.

מכאן אז 'אונז' דארפן זיכער פארמיידן אויף אלע קאסטן אז 'מיר' זאלן נישט אמאל זיך איינהאנדלן אזא מצפון. איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:28 pm

ניין, וואס איך זאג איז; ווילאנג מיר האבן אזא מצפון דארפן מיר טון וואס מיר האלטן ס'איז רעכט אפילו מיר ווייסן אז דאס איז מעגליך בלויז השלכות פון א צייטווייליגער מצפון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:56 pm

ס'איז מסתמא נישט דאס פלאץ דא פאר טיפע נוראסייענטיפישע פיליסאפיע. אבער אין קורצן, אויפן שפיץ גאפל, יעדע החלטה וואס א מענטש מאכט אויף למעשה, בשעת ער, זיין באוואוסזיין שאפט זיין יא/ניין החלטה איז עס שוין לאנג נישט אין זיינע הענט, זיינע נוראנס ווייזן זיין החלטה נאך סאך פאר ער אליינס ווייסט דערפון (לויט איין באקאנטע שטודיע, אזויפיל ווי א פערטל סקונדע פארדעם). די סיבה פארוואס א מענטש איז א בעל בחירה, פארוואס ער איז אחראי אויף זיינע מעשים איז ווייל יעדע החלטה זיינע איז געבויעט אויף א שלל פון הנחות וואס דער האט זיך אויפגעבויעט אין זיין מח אינעם פארגאנגענהייט. זכר לדבר, אין הלכה איז א שיכור אחראי אויף אלע זיינע מעשים הן לחיוב ופטור והן במקח וממכר. הגם א שיכור - חוץ אויב הגיע לשיכרותו של לוט, וואס דעמאלס איז ער נישט מער ווי מעשי קוף בעלמא - האט סאך א שוואכערע שיקול הדעת ווי א קטן, עכ"ז ווילאנג דער איז נאך ביים דעת זענען זיינע מעשים געבויעט אויף מחשבות שבשעת שופי.

דאס ברענגט אונז אז די אחריות וואס א מענטש האט אויף זיין מצפון פון מארגן ליגט שוין היינט אויפן מענטש. דאס וואס ער מאכט אפ מארגן צו טון ליגט אינעם היינטיגען הילוך המחשבה זיינעם. א מענטש קען נישט זאגן "מארגן וועל איך טון וואס איך וועל מארגן אפמאכן", היינט ביסטו שוין ביים רעדל פון דיין מארגענדיגע אונטערן-באוואוסטזיין און ווען מ'זיצט ביים רעדל דארף מען שטארק אנכאפן, ווען די קראך געשעט שוין איז שוין דערנאך.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:00 pm

איה''נ איך קריג זיך נישט מיט דעם. איך זאג אבער אז ס'קען אנקומען א מצב אז מ'זאל ווערן אזוי שיכור ווי לוט, און דאס גאנצע מהלך המחשבה וועט זיך טוישן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:06 pm

ס'איז אן אחריות פון יעדען בר דעת ער זאל קיינמאל נישט אנקומען צו "שיכרותו של לוט" ווען ער איז שוין אינגאנצן נישט קיין בעלן אויף זיינע מעשים, דאס איז וואס איך זאג (סתם שיכרות איז אן עקסטערע דעבאטע אין פיליסאפישע עטיקס). די שאלה פון ראדיקאלע איסלאם קעגן מיתות בי"ד, דיני שופטים ומלכים והריגת ז' עממין איז צי איז דאס די זעלבע "שיכרותו של לוט", אדער ס'איז דא א קלארע חילוק. און אויב יא, וואס.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 04, 2015 6:39 pm

מאטי האט געשריבן:שולדיג, צו נישט, מאכט דאס נישט ווייניגער אן אומרעכט, און מ'דארף דאס נאך אלס פארמיידן אויף אלע קאסטן.


צוריק צו חסיד'ס שאלה, קען מען מסביר זיין וואס אייסיס איז ערגער ווי די תורה, להבדיל?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2278
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט