שבת שקלים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

שבת שקלים

שליחה דורך ארכיוויסט »

שבת שקלים

יעדע יאר אין די צייט פון חודש אדר, ליינט מען די פיר פרשיות אין דעם סדר. פרשת שקלים, פרשת זכור, פרשת פרה און פרשת החודש. אויב עס איז דא צוויי אדר'ס, ליינט מען די פרשיות אין אדר שני.

די ערשטע פון די פיר פרשיות איז שקלים. דאס ווערט געליינט די שבת פאר ראש חודש אדר און ווען ראש חודש פאלט אין שבת, ליינט מען עס אין שבת ראש חודש. מיר ליינען דאס אלס א זכר צו דעם וואס מען האט דאס געליינט בזמן שבית המקדש קיים, וואס דעמאלס האט מען דאס געדארפט ליינען כדי די אידן זאלן אנהויבן ברענגען זייערע שקלים.

ווען די בית המקדש איז געשטאנען איז יעדע איד געווען מחויב צו געבן א מחצית השקל, איינמאל יעדע יאר, פאר'ן בית המקדש. דאס איז א מצות עשה דאורייתא (מצוה ק"ה). אפילו איינער וואס איז א גרויסער ארימאן, איז אויך מחויב צו געבן און אויב ער האט נישט געהאט, האט ער געדארפט בארגן פון אנדערע אדער ער האט געדארפט פארקויפן זיין קלייד צו קענען געבן.

מען האט געמוזט געבן דוקא געלט און נישט א זאך וואס איז ווערט געלט, אויך האט עס געמוזט זיין א מטבע און נישט א שטיק גאלד אדער זילבער.

בפשטות נעמט מען אן אז מען האט געגעבן א מין מטבע וואס איז געווען ווערט א האלבע שקל און אזוי לערנען אלע פוסקים. עס איז אינטרעסאנט צו דערמאנען די שיטה פון דער "עקידה" וואס האלט אז מען האט געדארפט געבן א מחצית השקל ממש, דאס מיינט אז מען האט געדארפט נעמען א גאנצע שקל און דאס צוברעכן אין העלפט און געבן א האלבע פון א גאנצע שקל.

מען האט געדארפט געבן די מחצית השקל אויף איין מאל און נישט אפצאלן צוביסליך.

אן עושר האט נישט געטארט געבן מער און אן ארימאן האט נישט געטארט געבן ווייניגער נאר יעדער האט געמוזט געבן פינקטליך א האלבע שקל.

עס איז דא א מחלוקת הראשונים ווען עס הויבט זיך אן די חיוב צו געבן די מחצית השקל. דער רמב"ם מיט דער רמב"ן לערנען אז די חיוב הויבט זיך אן ווען מען ווערט דרייצן יאר. דער חינוך מיט דער ברטנורה זאגן אז די חיוב הויבט זיך אן ערשט ביי די צוואנציג יאר. פאר די בר מצוה איז מען פטור צו געבן לכל הדעות. אויב זיין טאטע האט איינמאל געגעבן פאר אים, מוז ער שוין געבן יעדעס יאר ווייל דאס ווערט שוין אזוי ווי א נדר.

פרויען זענען פטור פון דעם מצות עשה. אסאך טעמים זענען געזאגט געווארן אויף דעם.

א) ווייל עס שטייט אין די פרשה פון שקלים "כל העובר על הפקודים" און פרויען זענען נישט געציילט געווארן.

ב) ווייל עס שטייט אין די פרשה "בני ישראל" דרש'ענט מען ולא בנות ישראל.

ג) ווייל עס שטייט אין די פרשה "מאיש" דרש'ענט מען ולא אשה.

ד) ווייל עס איז א "מצות עשה שהזמן גרמא" וואס פרויען זענען פטור. ווייטער וועלן מיר לערנען אז עס איז געווען א ספעציעלע זמן ווען מען האט עס געדארפט געבן.

אויב א פרוי האט געוואלט געבן, האט מען עס יא מקבל געווען פון איר, אבער אויב א גוי האט געוואלט געבן, האט מען עס נישט מקבל געווען פון אים.

פון די אלע געלט וואס די אידן האבן געגעבן, האט מען איינגעקויפט אלע קרבנות ציבור פון א גאנץ יאר, די צוויי קרבנות תמיד וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג (תמיד של שחרית ותמיד של בין הערבים), אלע קרבנות מוספין פון יעדע שבת, ראש חודש און ימים טובים, די קרבן עומר וואס מען האט מקריב געווען די צווייטע טאג פסח, די קרבן שתי הלחם וואס מען האט מקריב געווען שבועות, די כבשי עצרת פון שבועות, די נסכים וואס מען האט געדארפט צו יעדע קרבן עולה, די זאלץ וואס מען האט געדארפט צו יעדע קרבן, די העלצער פון די מערכה אויף די מזבח, די לחם הפנים פאר יעדע שבת, צאלן פאר די פאכלייט וואס האבן געמאכט די לחם הפנים, די פרה אדומה, די שעיר המשתלח, די לשון של זהורית.

דורך דעם וואס יעדע איד האט געגעבן א מחצית השקל, האט יעדע איד געהאט א חלק אין די קרבנות ציבור און אזוי האט דאס פארגעבן די עבירות פון אלע אידן.

סדר נתינת מחצית השקל

די חז"ל לערנען ארויס פון פסוקים אז אנגעהויבן פון ר"ח ניסן, דארף מען שוין מקריב זיין די קרבנות ציבור פון די נייע מחצית השקל. דער פני יהושע זאגט אין מס' ראש השנה אז שוין ביינאכט פון ראש חודש האט מען געדארפט נוצן פון די נייע געלט למשל ארויפצולייגן העלצער אויף די מזבח, וואס מען האט געלייגט ביינאכט. קומט אויס אז מען האט שוין געדארפט האבן דעמאלס גרייט די געלט פון די נייע יאר. וועגן דעם האט בית דין שוין ארויסגעשיקט שלוחים א חודש פריער, ראש חודש אדר, צו אלע שטעט וואו עס וואוינען אידן, אויסצורופן אז יעדער איינער זאל ברענגען א מחצית השקל. יעדער האט געהאט צייט א גאנצע חודש צו פארשאפן זיך די געלט און ביז ראש חודש ניסן האט ער דאס געדארפט געבן.

אין יעדע שטאט איז געווען צוויי פושקעס וואס האבן אויסגעזעהן אזוי ווי א שופר, אויבן איז עס געווען שמאל מיט א קליינע עפענונג כדי מען זאל נישט קענען אריינלייגן די הענט און ארויסנעמען די געלט און אינטן איז עס געווארן ברייטער און ברייטער ביז אונטן איז עס געווען גאנץ ברייט. אויף איין פושקע איז געווען אויפגעשריבן (אויף ארמיש) "תקלין חדתין", נייע שקלים. אין דעם פושקע האט מען אריינגעלייגט די שקלים וואס מען האט געדארפט געבן דאס יאר. אויף די צווייטע פושקע איז געשטאנען "תקלין עתיקין", אלטע שקלים. דער וואס האט נישט געגעבן לעצטע יאר זיין מחצית השקל, האט עס געקענט יעצט אריינלייגן אין די פושקע פון תקלין עתיקין, אבער מען האט שוין נישט גענוצט דעם געלט פאר קרבנות ציבור פון די קומענדיגע יאר, נאר מען האט געלייגט די געלט צו די "שירי לשכה", אזוי ווי מיר וועלן ווייטער ערקלערן.

אין די בית המקדש איז געווען דרייצן פושקעס. אויסער די צוויי פושקעס וואס מיר האבן פריער דערמאנט, זענען געווען נאך עלף פושקעס פאר פארשידענע מיני נדבות וואס א מענטש האט געוואלט מנדב זיין. אויף די עלף פושקעס איז געווען ארויפגעשריבן, א- קינין, ב- גוזלי עולה, ג- עצים, ד- לבונה, ה- זהב לכפרת, ו- מותר חטאת, ז- מותר אשם, ח- מותר קיני זבים וזבות ויולדות, ט- מותר קרבנות נזיר, י- מותר אשם מצורע, יא- נדבה סתם. די הסבר פון די אלע זאכן זענען ערקלערט אין די מפרשים.

יעדער האט געדארפט צוגעבן אויסער די מחצית השקל, נאך א קליינע מטבע, כדי ווען הקדש וועט וועלן אויפטוישן די מטבעות אויף גרעסערע געלט אדער אויף קלענערע געלט, זאל מען פון די קליינע מטבעות האבן אויסצוצאלן דער וועקסלער און הקדש זאל נישט האבן שאדן. דאס וואס מען האט מוסיף געווען, ווערט אנגערופן "קלבון", דאס מיינט א קלייניגקייט (חצי מעה).

פון פופצן טאג אין אדר און ווייטער, זענען אין ירושלים געזעצן וועקסלערס, כדי די מענטשן וואס האבן געברענגט פון אנדערע מדינות, זאלן קענען אויפטוישן זייערע מטבעות אויף שקלים.

כ"ה אדר, זענען די וועקסלערס שוין געזעצן אין בית המקדש, ווייל עס איז שוין געווען זייער נאנט צו ר"ח ניסן און די צייט איז שוין געווען קורץ. פון דעם טאג און ווייטער זענען שוין די גבאים פון יעדע שטאט ארומגעגאנגען אין די הייזער צו די אלע וואס האבן נאכנישט באצאלט און מען האט פון זיי גענומען א משכון צו פארזיכערן אז זיי וועלן צאלן דעם מחצית השקל.

פון די כהנים, כאטש זיי האבן אויך געדארפט געבן א מחצית השקל און מען האט עס געפאדערט פון זיי, אבער א משכון האט מען פון זיי נישט גענומען "מפני דרכי שלום", ווייל די שקלים האט מען דאך גענומען פאר די קרבנות און די קרבנות האבן מקריב געווען די כהנים, האט מען זיי געגעבן די כבוד אז מען האט פון זיי נישט גענומען קיין משכון, ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט נישט וועלן געבן, ער וועט זאגן, עס איז גענוג אז איך טו די עבודה פון די קרבנות און מען וועט צוקומען צו מחלוקת.

דער מנחת חינוך וויל זאגן אז א כהן וואס איז געווען א בעל מום, וואס טאר נישט טוען די עבודה, האט מען יא גענומען א משכון ווייל ביי אים איז נישט שייך די טעם וואס מיר האבן פריער געשריבן.

למעשה, אפילו אויב דער כהן האט סוף כל סוף נישט געגעבן א מחצית השקל, דאך האט זיי די בית דין געגעבן א זכות צו האבן א חלק אין די קרבנות ציבור, ווייל זיי טוען די עבודה אין די בית המקדש. (בית דין האט א כח צו געבן אזא זכות, אלס די דין פון "הפקר בית דין הפקר". דאס מיינט אז בית דין האט א כח מפקיר צו זיין איינעמ'ס פארמעגן און דאס געבן פאר א צווייטער)

אלע שקלים פון אנדערע שטעט וואס זענען שוין געווען צוזאם גענומען האט מען אפגעשיקט אויף ירושלים, עס זאל שוין דארט זיין אויף ר"ח ניסן, אבער אפילו אין די ווייטע שטעט האט מען נאך אויך געהאט צייט צו באצאלן ביז ר"ח ניסן, איי דאס וועט דאך נישט זיין אין די בית המקדש אויף ר"ח ניסן, ווייל דער וועג וועט נאך דויערן, דאס איז נישט קיין פעלער, ווייל פאר אלע מענטשן וואס האבן אפגעצאלט די מחצית השקל, אפילו זייער געלט איז נאך נישט אנגעקומען קיין ירושלים, האט די בית דין געגעבן א זכות צו האבן א חלק אין די קרבנות שוין פון ראש חודש ניסן.

אין די בית המקדש איז געווען דריי גבאים וואס זיי האבן איבערגענומען אלע געלטער וואס זענען שוין אנגעקומען און מען האט זיי אריינגעלייגט אין א לשכה (שטוב) פון די בית המקדש און מען האט דאס פארשפארט מיט זיבן שלעסער און פארזיגלט. איבער די דריי גבאים זענען געווען זיבן מענטשן וואס האבן געהייסן "אמרכלין". די זיבן אמרכלין האבן געהאט די שליסלען פון די אוצרות, יעדע אמרכל האט געהאט די שליסל פון איין שלאס און די גבאים האבן נישט געקענט אריינלייגן אדער ארויסנעמען קיין געלט (ווען מען האט געברויכט איינקויפן) אן די אלע זיבן אינאיינעם. העכער די זיבן, איז געווען צוויי "קתילוקין", העכער זיי איז געווען דער "סגן כה"ג", העכער אים איז געווען דער "כה"ג".

דריי מאל אין יאר האט מען אפגעשיידט פון די שקלים וואס איז צוזאם געקומען אין די לשכה. די שקלים וואס מען האט אפגעשיידט, הייסן "תרומת הלשכה". מען האט נישט אפגעשיידט אויף איינמאל, ווייל עס איז געווען אסאך שקלים פון די אידן וואס האבן געוואוינט ווייט און עס איז נאכנישט געווען אנגעקומען, כאטש א חלק אין די קרבנות האבן זיי געהאט, אפילו די שקלים זענען נאכנישט געווען, אבער דאך האבן די חכמים געוואלט אז מען זאל פון זייערע שקלים ממש אויך אפשיידן.

ערב ראש חדש ניסן איז שוין געווען צוזאמען געקומען אלע שקלים פון די אידן וואס האבן געוואוינט אין ארץ ישראל. אין דעם טאג איז מען אריין אין די לשכה וואו די שקלים זענען געווען פארשפארט און מען האט גענומען דריי גרויסע קופות (קאסטענעס) וואס אין יעדע איינע האט געקענט אריינגיין דריי סאה. אויף איין קופה איז געווען ארויפגעשריבן א יוונ'ישע אלף, אויף די צווייטע איז געווען א יוונ'ישע בית און אויף די דריטע א יוונ'ישע גימל. מען האט אפגעשיידט פון די געלטער וואס איז געווען אין די לשכה און מען האט אנגעפילט די דריי קופות, קודם האט מען אנגעפילט קופה א', נאכדעם קופה ב' און נאכדעם קופה ג'.

דער וואס האט אפגעשיידט האט נישט געטארט אריינגיין אין די לשכה מיט א בגד וואס האט געהאט א טאש אדער אן אויפגעבויגענע זוים און נישט מיט קיין שיך, כדי מען זאל אים נישט קענען חושד זיין אז ער האט באהאלטן דארט געלט פון די לשכה. (כאטש עס שטייט אין א משנה אין מסכת ברכות פרק ט', אז מען האט קיינמאל נישט געטארט גיין מיט קיין שיך אין די גאנצע הר הבית, פון דעסטוועגן אויב מען האט געמאכט שיך פון געוויסע מיני סחורות, האט מען יא געמעגט גיין דערמיט אין די הר הבית. לאזט מיר דא דער תנא הערן אז אפילו מיט דעם וואס מען מעג יא גיין אין די הר הבית, האט מען נישט געטארט אריין גיין דערמיט תורם זיין די תרומת הלשכה. תפארת ישראל)
אין דרויסן זענען געשטאנען שומרים וואס האבן מיט אים גערעדט א גאנצע צייט, כדי ער זאל נישט קענען אריינלייגן אין מויל.

איידער ער האט אפגעשיידט האט ער זיי געפרעגט, "אתרום", זאל איך אפשיידן? דעמאלס האבן זיי געענטפערט, "תרום", שייד אפ. אזוי האט ער נאכאמאל געפרעגט און זיי האבן ווידער געענטפערט תרום און אזוי א דריטע מאל און נאכדעם האט ער אפגעשיידט. פאר ער האט אפגעשיידט, האט ער געמאכט א ברכה "אשר קדשנו במצוותיו וצונו להפריש תרומה".

די געלטער וואס מען האט אפגעשיידט אין די דריי קופות הייסן "תרומת הלשכה". די איבערגעבליבענע געלטער הייסן "שירי לשכה". פון די שיירי לשכה האט מען שוין מער נישט אפגעשיידט, נאר מען האט אויף זיי אויסגעשפרייט שטיקליך לעדער כדי עס זאל זיך נישט אויסמישן מיט די נייע שקלים וואס מען וועט ארויפלייגן. אויף די לעדער האט מען ארויפגעלייגט די שקלים וואס זענען שפעטער אנגעקומען פון די אידן וואס האבן געוואוינט אין די שטעט ארום ארץ ישראל, למשל עמון און מואב.

פון די דריי קופות וואס האבן געהייסן תרומת הלשכה, האט מען איינגעקויפט אלע קרבנות ציבור (וואס מיר האבן שוין אויבן אויסגערעכנט). צום ערשט האט מען געדארפט אנהויבן איינצוקויפן פון קופה אלף. מען האט עס אבער נישט אינגאנצן אויסגעליידיגט, נאר מען האט דארט אביסל איבערגעלאזט. נאכדעם האט מען גענומען פון קופה בית. דאס האט מען אויך נישט אינגאנצן אויסגעליידיגט. נאכדעם האט מען גענומען פון קופה ג' און דאס האט מען יא אינגאנצן אויסגעליידיגט. נאכדעם האט מען אויסגעליידיגט קופה ב' און נאכדעם קופה א'.

פופצן טאג פאר שבועות, זענען שוין געווען אנגעקומען די שקלים פון די אידן וואס האבן געוואוינט אין די שטעט ארום ארץ ישראל, למשל עמון און מואב. (די שקלים וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף די לעדערלך אין די לשכה). דעמאלס האט מען ווייטער אפגעשיידט פון די נייע שקלים די תרומת הלשכה אין די דריי קופות אריין, און נאכדעם האט מען ווידער אויסגעשפרייט שטיקליך לעדער אויף די איבערגעבליבענע און דאס האט אויך געהייסן שיירי לשכה. אויף די לעדערליך האט מען ארויפגעלייגט די שקלים וואס זענען נאכדעם אנגעקומען פון די אידן אין בבל און מדי און די ווייטע לענדער.

ערב ראש השנה ווען עס איז שוין געווען אנגעקומען די שקלים פון די ווייטע לענדער, האט מען נאכאמאל אפגעשיידט פון די נייע שקלים די תרומת הלשכה אין די דריי קופות אריין. יעצט האט מען שוין נישט אויסגעשפרייט קיין לעדערלך, ווייל עס איז שוין מער נישט אנגעקומען קיין נייע שקלים.

כאטש מיר האבן אויבן געשריבן, אז אלע אידן וואס האבן געגעבן זייערע מחצית השקל, האבן געהאט א חלק אין אלע קרבנות ציבור פון א גאנץ יאר, פון דעסטוועגן האט מען געוואלט אז מען זאל למעשה נעמען פון אלע שקלים וואס קומען אריין פון אלע לענדער. וועגן דעם האט מען תורם געווען דריי באזונדערע מאל.

די דריטע שקלים זענען געווען די רייכסטע, ווייל וועגן די ווייטקייט פון די וועג, איז געווען שווער צו שלעפן די האלבע שקלים, האבן זיי דאס אויפגעטוישט אויף גאלדענע מטבעות.

א גאנץ יאר האט מען איינגעקויפט די קרבנות ציבור פון די געלט פון די קופות ביז ראש חודש ניסן. דעם קומענדיגען ר"ח ניסן האט מען שוין גענוצט פון די נייע שקלים. טאמער עס האט פאסירט אז עס האט זיך אויסגעלאזט דאס געלט פון די קופות, פאר ר"ח ניסן, האט מען געדארפט נאכאמאל אפשיידן פון די שיירי הלשכה אין די קופות אריין.

די געלט פון די שירי לשכה האט מען גענוצט צו פארעכטן די מויער פון ירושלים, די גאסן, צו גראבן ברונעס א.א.וו. אויב עס איז איבערגעבליבן געלט אין די קופות, ווען עס איז אנגעקומען ראש חודש ניסן, וואס דעמאלס דארף מען שוין נוצן די נייע שקלים, האט מען פון דעם געלאזט מאכן גאלדענע בלעכן צו באדעקן די ווענט, דאך און די רצפה פון די קדשי קדשים.

וואס עס איז איבערגעבליבן פון די שירי לשכה, נאכדעם וואס מען האט שוין געמאכט אלע צרכי העיר, האט מען פאר די געלט געקויפט וויין, אויל און מעהל און הקדש האט דאס פארקויפט פאר די מענטשן וואס האבן דאס געדארפט פאר קרבנות און די ריוח איז געגאנגען אויף "עולות קיץ המזבח". ווען די מזבח איז געווען ליידיג, עס איז נישט געווען קיין קרבנות, האט הקדש אליין געקויפט בהמות און דאס מקריב געווען פאר קרבן עולות כדי די מזבח זאל נישט שטיין ליידיג. דאס ווערט אנגערופן עולות קיץ המזבח. דאס איז אלס די שיטה פון ר' ישמעאל, אבער עס זענען דא נאך פארשידענע שיטות, וואס מען האט געטוען מיט די איבערגעבליבענע. (עיין משניות שקלים פ"ד משנה ג' ומשנה ד')

אזוי ווי דער זמן פון געבן די שקלים בזמן שבית המקדש היה קיים איז געווען אין חודש אדר, האבן די חכמים פון יענע צייטן מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון שקלים, שבת פאר ר"ח אדר (אדער שבת ר"ח אדר) כדי צו מודיע זיין דעם ציבור אז מען זאל ברענגען די שקלים אין חודש אדר. פאר א זכר לבית המקדש ליינט מען היינטיגע צייטן די פרשה פון שקלים פאר חודש אדר און מען דארף אינזין האבן בשעת'ן ליינען די פרשה, אז מען וויל יוצא זיין די מצוה פון הערן ליינען די פרשה פון שקלים און מען דארף גליסטן און טראכטן, הלוואי וואלט איך יעצט אויך געקענט ממש געבן א מחצית השקל פאר דער הייליגער באשעפער. דעמאלס וועט דאס דער אויבערשטער אננעמען אזוי ווי ער וואלט ממש געגעבן א מחצית השקל פאר'ן בית המקדש פאר די קרבנות, לכפר על כל עוונותינו.
רעאגיר