מאכלי שבת קודש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

מאכלי שבת קודש

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

כידוע מפי ספרים וסופרים, אז איינע פון די יסודות פון בויען יודישקייט, איז געפיהל, אינעם ספר חובת התלמידים מהרב מפאסעצא ווערט דא אביסל קלארער אויסגעשמועסט, וז"ל: זה יסוד החסידות, שיתפעל ויתלהב, ובדברים נמוכים יתחיל, והתרגשיות גופניות יסגל להתעורר בהן לקדשה, ואף אם רק התעוררות גופני היא, הנפש תעורר לרוח והרוח לנשמה, ... כשתית היי-שרף בין החסידים, ... והנער שמתרגש בליל פסח מן נקיון החדר, מן רבי הנרות ומן השלחן המסדר יפה, גם כן טוב הוא, כי גופו מתרגש מזה ונפשו פנימה מבצבצת ומתרגשת באמירת ההגדה לאמרה מעט בהתלהבות לד' אף שאינו יודע מה זה ועל מה זה וזה.

כ'מיין מען דארף נישט אויסשמועסן, וואו ס'ווערט דערמאנט אין פוסקים אז שבת דארף מען אנגרייטן מלכות'דיגע מאכלים, וואס דער מענטש האט ליב, און דערמיט איז מכבד דעם הייליגן לעכטיגן שבת. וואו אויך איז פשוט אז ווען מען גרייט אן אמת'דיגע מלכות'דיגע עסן, וואס איז גוט און מען האט עס ליעב, גיבט עס אסאך מער צו פאר'ן שבת, ס'העלפט אז די קינדערלעך, זאלן שוין פון דארנערשטאג ארויסקוקן פאר'ן שבת, די מצב אין די הויז ווען מען גרייט צו די אלע עסן פאר'ן שבת גיבט גאר אסאך צו די אטמאספערע, אז מען גרייט פאר'ן שבת.

משא"כ ווען מען עסט יעדע שבת די זעלבע 'פשוטע' עסן, וואס געשעהנט איז, טאקע ווי מען זעהט אז קינדער קענען קוים ווארטן אויף מוצאי שבת צו עסן , אדער וועל אסאך ענדערש ווארטן אויף א מיטוואך'דיגע סאפיר' אדער עני אנדערע גוטע סאפיר, וואו זיי וועלן ווארטן אויף הייליגן שבת.
פארוואס זאל מען נישט ארויסלייגן ביי די הייליגע שבת סעודה, די בעסטע עסן וואס מיר פארמאגן? פארוואס דייקא אין א פשוטע דאנערשטאג זאל די קינדער מער ליב האבן די סאפיר, וואו די סעודת שבת?


איך וויל באטאנען, איך זאג נישט אז מען זאל איבערלאזן די מסורה, און עסן אנדערע מאכלי שבת. אבער אין די מסורה אליינס, מוזט נישט יעדע וואך עסן די זעלבע רעסעפי פיש. און לאמיר טאקע איבערגיין די מסורה. ביינאכט עסט מען חלה, פיש, טשיקן זופ, פלייש, פערפל, קוגל. ווילסט אריינברענגען א געשמאק אינעם שבת, קענסט יעדע וואך מאכן דיפרענט גאר גוטע געשמאקע פיש, אנדערע סארטן זופ, פארשידענארטיגע פליישן מיט צושפייז. ווידער צופרי, דארף מען נישט יעדע וואך האבן די זעלבע סארט אייער צוויבל, אדער טשולענט, אינדערצייט וואס ס'זענען דא טויזענטער סארטן וועגן וויאזוי עס צו מאכן. וואו לדוגמא, סאשי, קען מען אנגרייטן זייער גוט און עלעגאנט, אבער ס'איז לאו דוקא דאס, ס'איז דא ב"ה גענוג און רעסעפיעס, מען דארף עס נאר צוזאמענעמען.

וויל איך דא פראקלאמירן א אשכול, ווי יעדער זאל קענען ארויפלייגן זיינע איידיעס, און רעסעפיעס, צו באשיינען דעם שבת טיש.

איך פאר מיר האף יעדע וואך ארויפצולייגן איינס אדער צוויי רעסעפיעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ר' שלמה אבן גבירול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר