א חידוש אין די מגילה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

א חידוש אין די מגילה

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דאס יאר ביי די מגילה איז מיר איינגעפאלן א באמבע פון א חידוש, און ווי די רבי פלעגט זאגן: איך מיין אז ס'איז אמת אויך! גלייבט'ס מיר אויפן ווארט איר וועט א גאנץ פורים אזא אמת ווארט נישט הערן!

מיר אלע ווייסן אז מרדכי האט אנגעזאגט אסתר'ן מיטן לעבן נישט צו פארציילן פאר אחשורוש 'את עמה ואת מולדתה'. שטעלט זיך די שאלה: מדוע? פארוואס פאר א גוט יאר האט ער איר נישט געלאזט פארציילן איבער איר אפשטאם?

חז"ל זאגן ווייל ער האט נישט געוואלט אז אחשורוש זיך זיך דערוויסן אז זי איז אן אייניקעל פון שאול המלך, ווייל דאן וועט ער זיך צו כאפן צו איר ווי צו הייסע האלעפטשעס.

דאס איז אבער ביטער שווער; ערשטענס, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס אז זי האט געהאט א זיידע שאול המלך, וואס איז געווען א מלך אין ארץ ישראל צוויי הונדערט יאר פאר דעם, וועט עפעס אויסמאכן. איך שטעל מיך פאר אז שאול האט שוין דעמאלטס געהאט דאפעלט אייניקלעך ווי רעב אלימלך זי"ע האט היינט, און עס איז מן הסתם נישט געווען קיין גרויסע מציאה צו זיין אן אייניקעל פון קעניג שאול בימים ההם. ועוד והוא העיקר פארוואס האט ער איר נישט געלאזט פארציילן 'את עמה' ווער איר פאלק איז? מילא 'בית אביה', אבער דאס אז זי איז א איד איז דאך נישט קיין מעלה.

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט. מרדכי האט געדרייט א קאשע דארט אין שושן ער איז געווען א גרויסער פאליטישאן בבחינת נידערמאן און מענצער, כסדר געזעצען בשער המלך און זיך געאמפערט מיטן המן'ן, און מיט א כאראקטער פון א שטייפער פאליטישאן לא קם ולא זע ממנו אפילו ווען יעדער איז געפאלן צו זיין פיס.

ער האט געהאט גרויס חשק אז אסתר, זיין שטיף טאכטער, זאל ווערן מלכה און זיין איינפלוס זאל זיך דאפלען פילפאכיג. צוליב דער האט ער איר נישט געלאזט פארציילן, ווער איר פאלק איז. ער האט גוט געוויסט אז אויב וועט מען זיך דערוויסן אז אסתר איז איד, וועט מען איר גלייך אהיים שיקן און דאס האט ער נישט געוואלט!

לפי זה פארשטייט מען זייער גוט א מוראדיגע קשיא וואס איז שווער יעדען בר בי רב, דהיינו, פארוואס פאר א שווארץ יאר האט מרדכי פארציילט פאר אחשורוש בגתן ותרש זיין פלאן אים אפצורוימן פון וועג? אויב איז ער געווען אזוי באזארגט איבער אסתר איז זי מוז וואוינען מיט אחשורוש וואלט דאך דאס געווען די בעסטע געלעגנהייט איר אויסצולייזן פון איר גלות! נאכן אראפצורוימען אחשורוש קען דאך אסתר אהייםקומען צוריק צו מרדכי'ס שויס! א קלייניקייט זי וועט מער נישט דארפן פארברענגען קיין לאנגע נעכט מיט אחשורוש בריקודין של מצוה.

נאר וואס דען טאקע צוליב דעם האט ער מגלה געווען בגתן ותרש'ס אינטריגע ווייל ער האט געוואלט אסתר זאל בלייבן מלכה! אז מען וועט גוט קוקן אין די מגילה וועט מען זען אז דאס שטימט אייזן!

זאג איך איבער דעם ווארט פאר מיין שווער ירום הודו, טראכט ער א מינוט, און טוט א מאך מיט די הענט און געט א זאג: ס'קען נישט זיין! ס'קען נישט זיין אז מרדכי האט דאס געוואלט, און ער האט א שטארקע ראי פון ר' יידעלע זצ"ל, כידוע האט ר' יידעלע שטארק געוויינט ביי די מגילה ווען מען האט געליינט 'ותלקח אסתר אל המלך אחשורוש אל בית מלכותו" ובלשון חמי :מרדכי וואלט זעכע נישט געהאט א האנט אין א זאך אויף וואס ר' יידעלע האט פארגאסן אזויפיל טרערן!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר