מצה זו על שום מה?! (פה-סח)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

מצה זו על שום מה?! (פה-סח)

שליחה דורך ווארט זאגער »

בס"ד
פסח איז דא א חיוב וואס מ'טרעפט נישט סתם אזוי דורכאויס די יאר, חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים. א גאנץ יאר איז דא א חיוב זכירת יציאת מצרים, אבער פסח ביינאכט דארף מען עס שפירען אין אלע ביינער, אזוי אז א גאנץ יאר זאל עס נאך זיין פריש, אז ס'זאל זיין גענוג א זכירה. די חסידישע ספרים זענען מסביר, אז בעיקר גייט עס ארויף אויפן פנימיות'דיגן זין פון יציאת מצרים. אז יעדעס יאר גייט א יוד ארויס לחירות, פון זיינע מצרים און ענגשאפטען, אין די נאכט פון ליל התקדש חג.

לאמיר פארשטיין די פנימיות'דיגע הסתכלות אויף גלות ויציאת מצרים, און דורך דעם וועלן מיר בעז"ה קענען זיין מער מחובר צו דעם כאילו הוא יצא ממצרים. ווי איינס פון די הויפט יסודות פון בעש"ט הק' איז, לאמיר נישט הארעווען צו דערגרייכען א מדריגה, נאר לאמיר זיך מתחבר זיין און באלעבן דאס וואס אונזער נשמה פילט יעצט בפועל, און דאס קומט דורך הבנה ואמונה.

די ערשטע זאך דארף מען פארשטיין פארוואס זענען די יודען געגאנגען אין גלות? פשוט וועגן די חטא ביי ברית בין הבתרים ווען אברהם אבינו האט געפרעגט במה אדע, און נאך קליינע חטאים ווי די גמרא זאגט אין נדרים. אבער וועגן דעם האט געדארפט זיין אזעלכע עינויים פאר 400 יאר? און נאר זיינע קינדער נישט ער אליינס?

[center]תכלית הבריאה[/center]
נאר כדי צו פארשטיין לאמיר צוריק גיין זעהן וואס איז די תכלית העולם און די מהלך אירע. די תכלית ווייסן מיר דאך איז דירה בתחתונים דהיינו דער אייבערשטער האט געוואלט (מחמת טעם כמוס וואס איז למעלה מהשגתינו) צו באשאפן א וועלט לטובת נבראיו, און די תכלית זאל זיין אז ס'זאל זיין א הסתרה און עס זאל אויסזעהן ווי א סתירה צו קדושה און מ'זאל זיך מתגבר זיין אויף דעם און דעמאלס זאל נתגלה ווערן אז בעצם איז נישט דא עפעס אנדערש ווי כבוד השי"ת און אונטער די רע איז אויך דער אייבערשטער (כמשל המלך ששכר זונה לנסות בנו בזוהר). און נאכדעם זאל זיך ענדיגען די שנות העבודה, און ס'וועט זיך אנפאנגען די ימות השכר והתענוג. עס זאל מער נישט זיין קיין הסתרה, און דער מענטש וואס האט צוגעברענגט צו די התגלות זאל זוכה זיין צו שכר נצחי, וואס דאס איז קרבת והשגת ה', וואס איז די גרעסטע תענוג וואס איז שייך, און האט אומצאליגע מדריגות עד אין סוף, און אזוי זאל דער מענטש נישט עסן נהמא דכסופא נאר שכר פאר זיין ארבעט.
אבער אויב דער מענטש טוט נישט מצוות נאר עבירות דאן מאכט ער לענגער די וועג צום שלימות, דאס מיינט די תכלית הכללי (אדער ווי דער רמח"ל רופט עס אן תיקון הכללי), בלייבט אזוי ווי פריער, סוכ"ס וועט אוועקגענומען ווערן די הסתרה, נאר אויב מ'זינדיגט ח"ו, די וועג נעמט לענגער מ'דארף מתקן זיין די חטאים דורך תשובה יסורים און גיהנום.
אבער אפילו די לאנגע וועג איז אויך נישט אומזיסט. מען דערציילט אז דער וואס האט אויסגעטראפן די ערשטע באלב האט קודם פרובירט 999 מאל, און עס האט נישט געארבעט, און נאר די טויזענטע מאל האט עס געארבעט, האט מען אים געפרעגט ווי אזוי האסטו געהאט געדולד אזוי לאנג צו פרובירען אן יאוש? האט ער געזאגט איך האב מיך אויסגעלערנט 999 סיבות פארוואס א באלב זאל נישט ארבעטען! עס איז גארנישט אומזינסט פארשטייט זיך אז ס'בעסער אז דער מענטש זאל נישט זינדיגען אבער ווען א מענטש זינדיגט און עס זעהט אויס כאילו דער באשעפער איז נישט בעל הבית, און מ'קען טאן וואס מ'וויל ח"ו. און נאכדעם ווען מ'איז עס מתקן, ווערט די כבוד פונם אייבערשטן נתגלה אויף א מער פרטית'דיגן אופן. דהיינו מ'וועט לעתיד זעהן וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן ווי א קושיא אויפן הנהגה פונם אייבערשטן, און וויאזוי ס'ווערט פארענטפערט. אן גלות וואלטן געווען אסאך ווייניגער פראבלעמען און שאלות אין הלכה. אבער למעשה דורך גלות האט מען פארדינט אזויפיל התגלות אין תורה.
קומט אויס למעשה איז נאר דא איין וועג וואס פירט צום תיקון השלם. נאר דער מענטש האט א בחירה וועלכע וועג צו גיין, צו זאל ער גיין באופן ישר, מצוות ומעש"ט קורץ און שארף. אדער דורך עבירות ותשובה. ס'איז די זעלבע וועג נאר לענגער און מער באריכות ארויסגעברענגט!

[center]אדם הראשון וחטא עץ הדעת[/center]
אנפאנג האט דער אייבערשטער באשאפן נאר איין מענטש אדם הראשון. און אלע נשמות פון כלל ישראל זענען געווען נכלל אין אים. ער איז געווען אין גן עדן, בכלל נישט אין עולם הזה. און די גאנצע וועלט איז געשטאנען צו זיין דינסט אפילו די מלאכים, ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין אז די מלאכים האבן אים אויסגעקוועטשט טרויבן און געבראטען פלייש. ווייל די וועלט איז געווען לויטער, און אלע ברואים עליונים ותחתונים האבן פארשטאנען, אז עס איז נאר דא איין זאך אין די וועלט דינען דעם אייבערשטען. און זיי דינעען דעם אייבערשטן מיט דעם וואס זיי זענען משמש דעם מענטש, וואס דינט מיט זיי דעם אייבערשטן. דעמאלס איז די רע נאך געווען אפגעטיילט פונם מענטש. דער מענטש איז געווען כולו טוב, ער האט גארנישט געוואלט הנאת עצמו נאר אלעס איז געווען לש"ש, און דאס איז געווען זיין גרעסטע תענוג. דער רע הכללי איז געווען אינם שלאנג אינדרויסען פונם מענטש, און אדם האט באקומען איין נסיון הכללי נישט צו עסן פון עץ הדעת. אויב וואלט דער מענטש בייגעשטאנען די איין נסיון, וואלט די בריאה אנגעקומען צו איר תיקון, און עס וואלט זיך גלייך אנגעפאנגען ביי קבלת שבת די ימות המשיח ועולם השכר.
אין די נסיון הכללי איז געווען נכלל אלע נסיונות עלי אדמות במשך אלע דורות. וואס כידוע איז בעצם נאר דא איין נסיון, נאר עס האט אסאך חלקים. די נסיון איז דער זה לעומת זה פון די קדושה. און פונקט ווי ביי קדושה איז נאר דא איין זאך וואס דאס איז גילו כבוד מלכותו. און אלע מצוות זענען נאר א וועג צוצוקומען צו דעם. די זעלבע איז ביי די סט"א נאר דא איין זאך זה לעומ"ז וואס דאס איז די נסיון פון כפירה. והייתם כאלוקים וועסט נישט דארפן אנקומען צום באשעפער ח"ו. אויך איז געווען נכלל אין דעם תאוה, וואס די ריכטיגע אפטייטש פון תאוה איז אז דער מענטש איז פאר זיך אליינס א מציאות. און וועגן דעם טוט ער וואס עס גליסט זיך אים, היפך ביטול. וואס ווען א מענטש לעבט מיט די ריכטיגע הבנה אז מלא כל הארץ כבודו, קען ער נישט האבן קיין אייגענע תאוות אזויווי א מענטש וועט נישט האבן קיין תאווה אויף זאכן וואס איז באמת נישט שייך צו אים למשל צו האבן פליגלען אדער א לאנגע נאז ווי עלעפאנט כמבואר באבן עזרא על מצוות אהבה.
און די זעלבע ביים ווייב פון דעם מענטש, וואס איז באשאפן געווארען אויף צו זיין אן עזר כנגדו, צו העלפן דעם מאן אין עבודת השי"ת, אבער אויב דער מענטש מיינט אבער זיך מיינט זי אויך זיך. און וויל נישט זיין קיין עזר כנגדו וזהו שכתוב שהטיל הנחש ארס בחוה. (בכלל איז ניאוף שקול כנגד ע"ז ווייל ס'מכחיש יחוד אינם מענטשליכען לעבן וואס איז כנגד ע"ז בעולם הכללי).
ווען דער מענטש איז נישט בייגעשטאנען די נסיון און האט נישט מתקן געווען די רע הכללי, דורך נישט פאלגען דעם נחש און מגלה זיין כבוד שמים. איז געווארען א לענגערע וועג אנצוקומען צום תכלית. כבוד שמים פארדינט פון יעדע אקט אויף די וועלט לטוב ולמוטב, נאר פון אן עבירה ליידט נאר דער מענטש. איז געווארען אן עירוב טוב ורע אין די בריאה, דאס מיינט אז די עץ הדעת האט געגעבן פארן מענטש איבריגע שכל וואס אין דעם איז נכלל כל הרע שבעולם היפך הביטול וההכנעה. קדושה אין טומאה האבן זיך אויסגעמישט און מ'דארף זיך שוין שלאגן מיטן רע הפנימי. דער מענטש איז שוין נישט געווען ביכולת זיך אליינס צו שלאגען מיט טוב ורע נאר עס איז געווארען אויסגעטיילט פאר אלע דורות שפעטער. אדם הראשון איז געווארען פון א אדם הכללי נישט מער ווי א אדם הפרטי, ס'נישט פארצושטעלן די ירידה וואס ער האט געהאט! זיין פלאץ איז שוין נישט אין גן עדן נאר אין עולם הזה, פאר די דרגא ווי ער געפינט זיך יעצט, וועט שוין גן עדן זיין א מקום פון שכר! דער מענטש האט פארלוירען זיין לויטערע תמימות און דער יצה"ר קומט אריין קודם אין מענטש און מ'דארף שוין הארעווען זיך מתקן צו זיין דורך דעם וואס מען בויעט זיך אויף א יצר טוב דורך אלע 3 חלקי הנפש מחשבה-תורה געפילען-תפילה און מעשי המצות. (באריכות בדעת תבונות ועוד)

[center]דור המבול והפלגה[/center]
אבער נאך אלץ איז די וועלט נאך נישט געווען אזוי ווי היינט. מענטשן האבן נאך געלעבט מיט גאנץ אנדערע השגות ווי היינט עס האט נאך נישט אויסגעפעלט די תורה פאר זייער תיקון זיי האבן נאך געקענט מתקן זיין זייער מעשים פון א וועג וואס איז העכער פון תורה מיט זייער פשוטע טאג טעגליכע לעבן. זיי האבן נאך געלעבט קרוב צו טויזנט יאר אין יענע צייטען מיט כל טוב וטוב ווי די גמרא זאגט אז מ'האט איינגעזייעט איינמאל אין 40 יאר וכו' יעדע מענטש האט געהאט א אפערטיוניטי צו מתקן זיין זאכן וואס היינטיגע צייטען דאף מען האבן גאנצעטע דורות אויף דעם, אבער זיי האבן נישט אויסגענוצט די געלענגענהייט זיי האבן געזינדיגט מיט תאוות אין דור המבול און כפירה און דור הפלגה. פון דעמאלס איז שוין נישט געווען גענוג פאר תיקון הבריאה, די כללית'דיגע מהלך פון גרויסע מענטשן און לאנגע יארען. עס האט זיך אנגעפאנגען א נייע מציאות הבריאה פון קליינע מענטשן (יחסית) ווייניגער יארען, און א קלענערע דזשאב פאר יעדן.
און צווישען די מענטשהייט אליינס. איז געווארען צוטיילט אין צוויי, מענטשן וואס זענען בחינת פרי וואס אין זיי איז די נשמה פון אדם הראשון. און מענטשן וואס זענען א קלענערע דרגא וואס אין זיי איז דא כחות הטומאה בחינת קליפה לפרי. דאס מיינט אז זיי זענען נאר דא צו העלפן די מענטשן וואס האבן די נשמה פון אדם הראשון. אזויי א גוף פאר א נשמה און אזויווי א קליפה פאר א פרי. (באופן כללי איז דאס שוין געשעהן אין די צייט פון נח'ס קינדער אבער מער איז דאס געשעהן אין די צייטן פון אברהם אבינו וואס דאן איז געווארען די מושג ישראל ואומות העולם. - רמח"ל אין אדיר במרום)

[center]אבות הקדושים[/center]
נאך וואס די הנהגת הבריאה איז געטוישט געווארען צו אן הנהגה פון תורה. איז נשמת ישראל באהאלטען געווארען פון די מענטשהייט, כדי זיי זאלען נישט מער מקלקל זיין. און נאר געציילטע זענען געבליבען אנצוגרייטען די וועלט און מתקן זיין די נשמת ישראל אז זיי זאלען קענען ווערן די עם הנבחר, און ברענגען די כלליות הבריאה צו איר תיקון. זיי זענען די אבות הקדושים די ראשי האומה. אבער די איבריגע סתם נשמות זענען מגולגל געווארען קודם אין די ערד נאכדעם אין די שעף וואס די אבות האבן געפאשעט. (זייער תיקון האט שוין געדארפט זיין מער בפרטיות דורך די דצח"מ). און די אבות האבן זיי מתקן געווען ווי די מדרשים און מקובלים דערציילען די עבודת האבות מיט די שעף ועוד.
אויך איז געווארען אויסגעוועלט א הייליגע מקום וואס איז בעצם א הייליג פלאץ און דולדעט נישט קיין עושי רשעה. דאס מיינט אז אזוי ווי אין בחינת נפש איז געווארען צוטיילט אין צוויי חלקים, יודען-נשמה גוים-גוף די זעלבע איז מיט די מקום. די תיקוני המקום זענען אויך מיט אסיסטעם פון ארץ ישראל פאר יודען. דאס איז געגעבן געווארען פאר אברהם אבינו פאר זיינע קינדער ווען זיי וועלן זיין ראוי, דאן וועלן זיי באקומען ארץ ישראל כדי זיי זאלען קענען ברענגען די בריאה צו איר תכלית. און ווען אברהם האט געפרעגט במה אדע אז יודען וועלן זיין ראוי צו באקומען ארץ ישראל האט דער אייבערשטער מגלה געווען אז ס'גייט זיין א זיכוך אז יודישע נשמות זאלען זיין קריסטעל ריין אז זיי זאלען זיין ראוי צו באקומען ארץ ישראל. (די חלק פון די חטא פון אברהם אבינו איז אן אריכות בפני עצמו אז יעדע הנהגה כללי דארף שטימען אויך מיט די יעצטיגע מצב ואין עונש בלי חטא אפילו לתועלת ואין כאן המקום).

[center]גלות מצרים[/center]
די מקום פון גלות איז געווארען אויסגעוועלט אין מצרים וואס דארט איז געווען די ראש הקליפה. די כללות הבריאה איז אויסגעשטעלט לויט די קומה פון א מענטש. און די מלחמה פון קדושה אקעגן טומאה פאנגט זיך אן פונם קאפ און ענדיגט זיך ביי די פוס "בעקבתא" דמשיחא.
מצרים איז געווען ראש הקליפות דארט איז געווען שטארקע כישוף און זוהמה וואס די עיקר איז געווען כוחי ועוצם ידי שורש הטומאה פרעה האט זיך געהאלטען פאר אן אפגאט אליינס. די יודען האבן דארט געדארפט ווערן פון א משפחה צו א פאלק. און דאס דארף קומען מיט חבלי לידה. ווען די יודען זענען געווארן 70 נפשות וואס דאס איז אקעגן די 70 אומות זענען זיי געווארען א סתירה צו די אומות און דאמעלס האט זיך די מלחמה אנגעפאנגען אדער זענען זיי אונטער יעדעם אדער העכער יעדעם. זיי האבן א מעטאהיסטאריע זיי קענען נישט זיין ווי יעדעם ווייל זיי זענען אנדערש ווי יעדעם זכה ראשון למעשי בראשית לא זכה יתוש קדמו.
און זיי האבן אנגעפאנגען צו געבוירען די ששים רבוא וואס דאס פארקערפערט די מושג פון א פאלק. (די הסבר אויף דעם עיין מהר"ל) יעצט האט זיך אנגעפאנגען די מלחמה און די בירור. די נשמת דור המבול וואס זענען נישט געווען ראוי צו ווערן א חלק פון כלל ישראל זענען אריינגעווארפען געווארן אין נילוס און די נשמות פון דור הפלגה זענען אריין געבויעט געווארען אין וואנט. (אריה"ק) און די חומר די טומאה האט זך געשטארקט אויף קדושה און האבן נישט געלאזט אז יודען זאלען ווערן א פאלק און דאס איז געווען הן בגשמי און הן ברוחני זיי האבן געזוכט צו הערן אויף יודען און געמאכט קשוי השעבוד.
[center]גלות הדעת[/center]
מצרים ווערט אנגערופען גלות הדעת דאס מיינט די הנהגה פון די קדושה איז קודם דארף מען האבן דעת דאס איז הכרה אינם אייבערשטען נאכדעם ווען מ'לעבט אין דעם ריכטיג גייט דאס אריין אין הארץ. מצרים איז געווען די עיקר די כפירה בה' און טומאת ע"ז און אלע איבריגע ענינים ווי כשוף און שמוץ איז געקומען אין צוגאב. און מ'האט מכניע געווען קליפת מצרים דורך מגלה זיין אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
אבער עמלק וואס איז איז געקומען נאכדעם זיין קליפה איז געווען צו אפהאלטען די קדושה וואס קומט פונם דעת צו נישט לאזען אז דער מענטש זאל ווערן איבער גענומען פון דעם און ער פרובירט דורך אלע וועגן אפצוקילען די מקוה דורך ליצנות קרירות און חוצפה כמבואר בספרים. און ער וויבאלד ער האט זיך מתחצף געווען אקעגן השי"ת נאך די גילויים יודע בוראו ומתכוון למרוד בו האט ער זיך איינגעקויפט א זוהמה מיט דעם וואס ער קען שוין נישט פטור ווערן ווייל ער איז געווארן עצם רע און מ'דארף אים שוין מעביר זיין מן העולם כדי ס'זאל זיין השם וכסאו שלם.
און נאכדעם איז געווען מלחמת כנען וואז זיי זענען אקעגן די מידות רעות וואס איז דא אין הארץ זיי וואוינען אין ארץ ישראל- לב העולם ביז יודען קומען אבער איינמאל יודען קומען דארפן זיי זיך מכניע זיין און אפטרעטן און אויב נישט דארף מען זיי הרגענען אזוי ווי די מלחמה אין הארץ פון א יוד איז נוצן אלע געפילען פאר קדושה און אויב ס'גייט נישט מבער זיין (גבורות ה').
בשעת גלות מצרים איז די הנהגה פון השי"ת בעולם געווען בבחינת עיבור דאס מיינט באהאלטען מ'האט גארנישט געזעהן עס האט אויסגעזעהן ווי כח הרשעה איז שטארק אבער באמת איז באהאלטענערהייט שוין געווען וידע אלוקים דאס הייסט א פקידה און א הכנה פאר די גאולה. דער חת"ס איז מסביר את אשר התעללתי במצרים אז מצרים איז געווען א וועלטס מאכט פון די צייטען פון יוסף הצדיק און פלוצלינג ווערט נתגלה אז די תכלית פון זייער גאנצע שטארקייט איז כדי צו איבערגעבן אלעס פאר כלל ישראל אין לך היתול יותר גדול מזה.
כדי צו ארויס נעמען כלל ישראל האט זיך אויסגעפעלט צו ריקאנסטראקטען די גאנצע בריאה ווייל די יודען האבן געדארפט ווערן די עיקר מציאות הבריאה וואס די גאנצע בריאה ווענדט זיך אין זיי. וועגן דעם ווען ער אייבערשטער האט ארויס גענומען די יודען האט ער קודם געשיקט 10 מכות וואס יעדע איינע איז געווען מגלה צו זיין אז דער אייבערשטער און נאר ער איז מושל בכל היקום אויף דעם ים און יבשה רוחות ואילנות חיות ובהמות ואנשים. און אויך איז מיט יעדע מכה בטל געווארען א חלק פון די הנהגת הבריאה וואס איז קעגן איינס פון די עשרה מאמרות און נאך דעם איז צריק באשאפן געווארען א נייע מהלך אין הנהגת הבריאה וואס דאס זענען די עשרת הדברות א חיות פאר א וועלט פון תורה. (מצרים איז געווען דאן די עיקר הבריאה ווי אויבן דערמאנט און שפעטער כלל ישראל וועגן דעם רעכנט זיך אלס לויט מצרים און ישראל- אריה"ק).
[center]פסח מצה ומרור[/center]
און דער אייבערשטער האט געגעבן 3 מצוות פאר כלל ישראל כדי זוכה צו זיין צו גאולה. די מצוות זענען מיט גשמיותדיגע זאכן אבער אלע זאכן פון די וועלט האבן א שורש אין רוחניות און די מצוות טוען אויף לויט זייער שורש, די קדושה וואס דארף ווערן אויפגעטוען, און אזוי ווערט נשלם די כוונה עליונה פון דירה בתחתונים דורך גשמיות ווערט נתגלה כבוד שמים.
די ערשטע מצוה איז פסח וואס דאס איז צו שחט'ן דעם טלה וואס איז דער סימבאל צו די כח המצרים וואס די מצריים האבן דאס געדינט און געשעפט זייער כחות פון מזל טלה און דורך דעם עס מבטל זיין און מעלה זיין פארן אייבערשטען, וואס דאס איז די תכלית פון קרבנות מעלה צו זיין דעם עולם הגשמי צו קדושה (ואכהמ"ל). און גלייך צייטיג נוצן דעם טלה פאר א קרבן גירות פאר כלל ישראל און נוצן די בלוט פאר אן היכר צווישן יודען און גוים.
מצה איז א טייג וואס איז נישט געוואקסען א סימבאל פאר ביטול, היפך פון חמץ וואס איז א סימבאל צו כוחי ועוצם ידי און איז א סימבאל אויף טומאה היפך האמונה און מצה איז מיכלא דמהימנותא וואס ברענגט אמונה אין א יוד ווייל די שורש פון מצה איז חכמה דאס מיינט חכמה למעלה מהשכל אנושי און דער מענטש קען נאר האבן א השפעה פון דעם דורך דעם וואס ער איז זיך מבטל און פארשטייט אז ער קען נישט אלעס פארשטיין, פון די מקום קומט אמונה און ביטול פאר א יוד און יעדע יוד איז זוכה צו א השפעה פון דעם בשעת אכילת מצה. נאכדעם וואס מ'עסט זיבן טעג מצה האט מען שוין גענוג אמונה צו עסן חמץ נאכדעם עס זאל שוין נישט מגשם זיין דעם מענטש (זוה"ק). און מרור וואס דאס סימבאלאזירט דעם גלות. און די מצוה איז פסח צו מאכן כורח זיך מבטל זיין און דערהערן די אמונה בהשי"ת (מצה) און דערהערן וואס מיינט א יוד (פסח) און אז אלעס איז לטובה פאר אונזער תיקון (מרור) און מהאט עס געגעסן בחיפזון דאס מיינט ביטול עצמי פארן אייבערשטן אז מ'דארף שוין גיין אין וועג אריין אן קיין הכנות צו גיין. און מיט די כח האמונה איז נולד גווארען עם ישראל וואס קומט מגלה זיין בעולם אז ה' אחד ושמו אחד. כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה!
אין יענע נאכט איז געווען מורא גדול זו גילו שכינה וואס דאס איז אז יעדער האט געזעהן מיט די אייגענע אויגן אז דער אייבערשטער איז מחי' ומהווה יעדע רגע די בריאה און ווען נישט זיין כח איז אלס אין ואפס אין א רגע און אז מיר זענען זיינע קינדערלעך בני בכורי ישראל.
און צו די השפעה זענען מיר זוכה יעדעס יאר אז מיר גייען ארויס פון גלות מצרים און מיר באקומען כחות האמונה צו גלייבן און צו ווערן נאנט צום אייבערשטן אן קיין עבודה מצידינו נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אונז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב אפילו אין די נ' שערי טומאה כל עוד מיר האבן די פינטעלע אמונה וואס מיר האבן אויסגעהארעוועט אין מצרים אז ווען משה רבינו האט געפרעגט ווילט איר ארויס גיין און ווערן דעם באשעפערס פאלק האט מען געזאגט יא מיט אמונה פשוטה דעמאלס איז מען געווארען אויסגעלייזט און אלע איבריגע זאכן איז שוין געווארען מסודר נאכדעם ע"י ההכנה למתן תורה.
השי"ת זאל העלפען אז מיר זאלען זוכה צו וכמי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות אמן.

.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
רעאגיר