סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1310 מאל

סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

לכבוד החכמים והידענים שבפה ק"ק יצ"ו

ווייסט איינער פון ענק וואו איז דאס דער נהר סמבטיון ערגעץ באהאלטען אין אונזער קליינע וועלטעל ?

איך דארף עפעס קראנט, נישט סתם א באבא מעשה פון 'קול מבשר' מיט אן אונטערשריפט עדות פון אן אומבאקאנטער ספרד'ישע חכם פון מאראקא.

לידיעתי איז דא אין מאנרא עפעס א ספרדי, אן אירגס, וואס זוכט אים שוין פאר פינף און צוואנציג יאר, און די לעצטע פופצען יאר האלט ער שוין 'כמעט ממש' ביים טרעפן. לאמיר אים נאר געבען נאך צייט וועט ער עס זיכער...... זוכען ווייטער.

בכלל איז מיר קשה, ווי וויל די גמרא ברענגן א פעסטע ראיה אויף בריאת שמים וארץ געבויעט אויף א טייכעל אין יענע עק וועלט וואו קיינער האט נאך נישט מצליח געווען אונז צו ברענען פון דארט א לעבעדיגע גרוס. דער כוזרי אין מאמר ראשון ברענגט אויך דעם סמבטיון אלס א מופת חותך, זעהט אויס אז בימים ההם איז דער סמבטיון געווען א ברייטפארשפרייטער באקאנטער פאקטאר. ווער ס'קען ברענגן עפעס ג'יאגראפישע מקורות פון יענע צייט וואו דער טייך ווערט דערמאנט זייט ביי זייט מיטן פרת און חידקל איז אויך שטארק וועלקאם.

איך זוך נישט דא צו פארוואנדלען א וויכוח איבער אפיקורסות, נאר ווער עס האט עפעס א ידיעה דעראין זאל עס דא אויספאקן, וירא הקהל וישפוט.

רבותי, הייבטס אן מיט א פעסטקייט !!!!!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כעלעם'ר מגיד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 89 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר