תרגום רות, תרגום צדוקי? של הדיוטות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

תרגום רות, תרגום צדוקי? של הדיוטות?

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

[justify]איך האב לעצטענס געליינט עטליכע מאמרים וואס זענען חוקר די תרגום אויף מגילת רות און זיי מערקן אן אינטערעסאנטע נקודות אינעם תרגום וואס זעען אויס צו זיין נגד ההלכה ומסורת חז"ל, עס זענען דא ואס ווילן קימען צי א מסקנא אז די תרגום קומט פון צדוקי'שע מקורות אדער אז איינער וואס איז נישט געווען צו א גרויסע ת"ח האט עס געשריבן, עס איז נישט מסתבר אז דאס זאל זיין א ריין צדוקי'שע ארבעט ווייל ער ברענגט זייער אסאך מדרשים וואס קומען פונעם גמרא און פון אנדערע מדרשים, אבער דאך קען זיין אז עטליכע צדוקי'שע מסורות זענען אריינגעמישט דארט, איך וועל ברענגען עטליכע הערות על סדר המגילה און אדרבה זאל דער עולם דן זיין,

א) פרק א פסוק ט"ז ווי נעמי פרובירט מסביר צו זיין פאר רות פארוואס עס לוינט זיך נישט פאר איר מיטצוקומען לייגט דער תרגום אראפ אז נעמי האט מסביר געווען ווי שווער איז צו היטן שבת 'בדיל דלא להלכא בר מתרין אלפין אמין' די דרש ווערט געברענגט אין חז"ל אויך, אבער עס קען נישט זיין אויף די איסור פון ארויסגיין חוץ לאלפיים אמה ווייל דאס איז נאר מדרבנן, מדאורייתא איז נאר אסור חוץ לי"ב מול,

ב) שם י"ז איינע פון די מערסט באקאנטע טענות, חז"ל דרשנ'ן אז נעמי האט איר פרובירט אנצושרעקן מיט די ד' מיתות בי"ד און רות האט געענטפערט באשר תמותי אמות זי דעשרעקט זיך נישט, די תרגום ברענגט די דרש און רעכנט אויס די ד' מיתות, אית לנא ארבע דיני מותא לחייבא, רגימת אבנא ויקידת נורא וקטילת סייפא וצליבת קיסא אנשטאט חנק האט ער אריינגעלייגט צליבת קיסא, צליבת קיסא מיינט הענגן אויף א האלץ/שטאנג, דאס איז קעגן מסורת חז"ל אז די פערדע מיתה איזגעווען חנק און מען האט דאס געטון דורך ארומבינדען א שטריק ארום די האלדז און עס צוזאמציען, מען קען נאר קלערן צו קען מען בכלל מקיים זיין חנק דורך צליבת קיסא, אין היסטאריע האט מען געהאנגען מענטשן אויף צווי אופנים איינס דורך הענגן מיט א שטריק ארום די האלז, אדער דורך קרייצן וואס מען האט ארויפגעלייגט דעם מענטש אויף א האלץ בצורת שתי וערב און צוגעבינדען אדער צוגענאגעלט זיינע הענט אויסגעשפרייטערהייט אויפן האלץ און אים אזוי געלאזט הענגן ביז ער איז אויסגעגאנגן, די חוקרים זענען דן וואס פונקטלעך האט גורם געווען די טויט פאר דעם געקרייצטן, אבער מסתבר איז אז מיט חניקה האעט עס נישט געהאט, עס איז יא דא איין טעאריע וואס זאגט אז היות די מענטש האט געהאנגן אויף זיינע הענט האט דאס אראפגעדריקט אויף זיינע לונגען און כדי צו קענען אריינאטעמען האט ער זיך געמוזט ארויפשלעפן דורך זיינע הענט און ווען ער האט שוין נישט געהאט קיין כח זיך ארויפצושלעפן איז ער אויס געגאנגען פון נישט אטעמען,
הענגן ארבעט געווענליך יא מיט שטיקן און דערפאר טרעפט מען אין ראשונים אז הענגן קען זיין א קיום פון חנק, אבער עס קען זיך מאכן עס זאל הרגנ'ן דורכן אפהאקן די שדרה ביין (אין די לעצטע פאר הונדערט יאר האבן רעגירונגען פרובירט אויסצורעכענן אז די תליה זאל אזוי געלונגען ווייל דאס ווערט פארעכענט אלץ א ווייניגער פיינפולע טויט) עס קען זיין דאס איז די סיבה פארוואס חז"ל האבן נישט געמאכט חנק דורך הענגן ווייל זיי האבן חושש געווען אז עס וועט נישט געשען דורך חניקה,

עס איז נישט קלאר וואס צליבת קיסא מיינט צו הענגען אדער קרייצן, עס איז דא וואס טענ'ן אז אין ארמי'ש מיינט צליבה נאר קרייצן, מען דארף אויך געדענקן אז אין יענע תקופה איז קרייצן געווען די אנגענימענע וועג פון הרגנ'ן הרוגי מלכות, אזוי צו אזוי איז סיי קרייצן און סיי הענגן קלאר נגד מסורת חז"ל, פון די אנדערע זייט טרעפט מען אין צדוקי'שע (לאו דוקא צדוקים דאס איז נאר אזא שם הכלל פאר די אלע כיתות וואס האבן זיך געדונגען אויף תורה שב"פ) אז זיי האבן געהאלטן קרייצן אלץ א מיתת בי"ד און זיי האבן געלערנט אז דאס מיינט די תורה אין פרשת כי תצא 'וכי יהיה באיש חטא משפט מות והומת ותלית אותו על עץ' (חז"ל האבן מדייק געווען אז והומת שטייט פאר ותלית דאס מיינט אז נישט די תליה איז די הריגה), דער חת"ס אין זיינע הגהות אויף אבן העזר סימן י"ז איז שוין מפקפק אויפ'ן תרגום צוליב די טענה, (דער ב"ח און די ט"ז דארט קריגן זיך דארט וואס צליבה מיינט),

ג) שם כ"ב והמה באו בית לחם בתחילת קציר חיטים, חז"ל דרשנן אז דאס איז געווען ביי קצירת העומר, אין די משנה אין מנחות איז מבואר אז קצירת העומר איז א מצוה און מען האט דאס געטון מוצאי יו"ט הראשון פון פסח, אבער די תגרגום זאגט 'ואינון אתו ביתת לחם במעלי יומא דפסחא ובההיא יומא שריאו בני ישראל למחצד ית עומרא' זאגט ער אז קצירת העומר איז געווען ערב פסח, עס איז דא וואס ווילן זאגן אז די כוונה איז נישט צום קצירה ממש נאר די הכנות צום קצירה וואס דאס האט מען געטון ערב יו"ט, דאס איז נישט מסתבר ווייל די גאנצע מקור אז דאס איז געווען פסח צייט איז פון דאס אז קציר שעורים מיינט די עומר איז פארוואס זאל ער זאגן אז עס מיינט נאר די הכנות,
פארוואס די מתרגם האט געהאלטן אז מען האט געשניטן די עומר ערב יו"ט איז נישט קלאר, מען טרעפט נישט קלאר אעז די צדוקים זאלן אזוי האלטן, געוויסע חוקרים טענ'ן אז פונקט ווי לדעת הצדוקים איז קצירת העומר נישט דוחה שבת אזוי איז עס נישט דוחה חול המועד דערפאר האט מען דאס געדארפט שניידן ערב יו"ט,

ד) פרק ד פסוק ו, ווי דער גואל האט נישט געוואלט נעמען רות ער האט געטענה'ט 'פן אשחית את נחלתי' און אין תרגם שטייט 'לית אנא יכיל למיפרוק לי על דאית לי אתתא לית לי רשו למיסב אוחרניתא עלהא דלמא תהי למצו בביתי' ער לייגט אראפ אז דער גואל האט נישט געוואלט האבן צוויי ווייבער ווייל ער האט מורא געהאט אז דאס וועט ברענגען א קריגעריי ביי אים אין שטוב, דאס איז נישט ווי חז"ל טייטשן די פסוק אז ער האט איר נישט געוואלט נעמען אלץ א חשש פון מואבית, און בכלל טרעפט מען נישט אין חז"ל אזא איסור נישט צו נעמען צוויי ווייבער אלץ א חשש פון קריגעריי, אין צדוקי'שע און קראי'שע מקורות זעעט מען אז זיי האבן געהאלטן פאר א איסור צו נעמען צוויי ווייבער,
דאס איז אבער א שוואכע טענה ווייל לית לי רשו מוז נישט מיינע אע איסור עס קען אז ער קען נישט אדער ער וויל נישט וועגן ער האט מורא אז די ערשטע ווייב וועט נישט מסכים זיין און עס וועט קומען צו א קריגעריי,
מסקנות קען יעדער ציען ווי עס געפעלט אים מיר זעט אויס די מערסטע מסתבר אז דער וואס האט דאס מתרגם געווען האט נישט מבחין געווען וואסערע מדרשים ער לייגט אריין נאר גענימען מכל הבא לידו,
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז אנדערש ווי די תרגומים לתורה ונביאים וואס די גמרא איז מיחס צו תנאים איז נישט קלאר ווער עס האט געשריבן די תרגום לכתובים, אין א תשובה שרייבט ר' האי גאון קיין בבל ועוד תרגום שאצלכם מניין לכם ומי אמרו, כי מכדי יונתן בן עיזואל לא גילה תרגום הכתובים כל עיקר, איו זה המצוי אצלכם אלא תרגום של הדיוטות ,[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר