קען מען מאכן פשרות אין ברודערשאפט?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

קען מען מאכן פשרות אין ברודערשאפט?

שליחה דורך פלאוויוס »

דברי תורה זענען כפטיש יפוצץ סלע, מ'קען דרייען אהער און אהין, און טרעפן מקורות אויף כמעט יעדער זאך וואס מ'וויל. חז"ל אליין מאכן קלאר אז די סנהדרין האבן געמוזט זיין אזעלכע מענטשן וואס זאלן קענען מטהר זיין א שרץ מיט 150 טעמים. מיט דעם געדאנק ווילן חז"ל אונטערשטרייכן דעם וויכטיגן יסוד פון דער תורה, אז מ'טאר קיינמאל נישט גיין נאך דעם טרוקענעם אויספיר פון פלפולי הלכות, אויב ס'איז נישטא צוזאמען מיט דעם א קלארקייט אין דער אידישער השקפה, וואס זאל אונז דערקלערן וואס די תורה וויל פון אונז.

וואס מאכט איין מענטש זיין א קנאי און א צווייטן נישט? וואס מאכט אז איין איד זאל ליב האבן יעדן איד, אפגעזען פון וועלכער קהילה אדער דענאמינאציע, און א צווייטער זאל נישט קענען דולדן עמיצן וואס איז אויסער זיינע ד' אמות? וואס מאכט אז איינער זאל אנטוויקלען א ליבשאפט צו דער בריאה, און א צווייטער זאל קוקן אויף דער וועלט מיט שווארצע ברילן? אודאי ווילן אלע טון דאס בעסטע וואס די תורה פאדערט, אבער בשעת איינער איז פארוויקלט אין די ק"ן טעמים פונעם פלפול, זענען דא אנדערע וואס ליינען אפ די הלכה לויט די ברילן פונעם חובת הלבבות.

דער סאטמארער רב ז"ל האט טאקע אפגעשריבן א ספר וואו ער האט דערקלערט זיינע מסקנות להלכה כלפי ציוניזם, אבער אינעם למעשה'דיגן לעבן האט ער אויפגענומען יעדן איד מיט ליבשאפט. אפילו די אגודיסטישע גדולים וועלכע זענען לויט אים באטראכט געווארן ווי מסיתים ומדיחים, האט ער אויפגענומען פריינטליך, בכלל נישט אין איינקלאנג מיט די פלפולים פונעם ספר. אסאך האבן זיך געשטעלט אויף דער שווערער סתירה צווישן דעם "ויואל משה" אלס א ספר, און דער "בעל ויואל משה" אלס א מענטש און א איד. די צוויי זענען נישט בהכרח געווען הארמאניש.

דער סאטמארער רב האט געוואוסט אז דער "ויואל משה" איז סוף כל סוף נאר א הלכה'דיגער פלפול וואס זיין הויפט ציל איז אפצוהאלטן אידן פון דער ציוניסטישער אידעע, אבער דער אידישער מענטש וואס שטייט קעגנאיבער איז א פאקטישער מציאות פון א נשמה וואס לאזט זיך נישט אריינקוועטשן אין פלפולים. "מדינת ישראל" ווי א באגריף איז א מרידה במלכות שמים, אבער די פאקטישע מדינה וועלכע איז ארומגענומען מיט אראבער פון אלע זייטן איז א מציאות מיט וועלכער מיליאנען אידן לעבן, און ער האט געהאפט אז השי"ת זאל לייגן אויף איר זיין רעכטע האנט ביז משיח וועט קומען (לויט זיין לשון: "ס'זאל בטל ווערן נאר דורך משיח צדקנו").

דער הלכה'דיגער פלפול איז וויכטיג, אבער נאר אזוי לאנג ווי מ'געדענקט אז דער הויפט פארלאנג פון דער תורה איז "ליבשאפט צו גאט, מענטש און איד". סיי וועלכער פלפול וואס זאל דערפירן צו פארביסנקייט אדער אגרעסיווקייט קעגן אנדערע תמימות'דיגע מענטשן, אפגעזען ווער זיי זענען, איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וועלכן ס'איז געשריבן געווארן. מעג מען ליב האבן אידן וואס זענען אינגאנצן נישט פרום? מעג מען אנטוויקלען א ליבשאפט צו דער גאנצער בריאה, צו מענטשן פון אנדערע ראסן און אנדערע פעלקער? בשעת מיר קוקן אריין אינעם ספר צו זען וואס דארט שטייט, דארפן מיר קודם כל וויסן אז ס'איז אנדערש נישט מעגליך.

איר ווילט מיך פארשטיינערן פאר די דיבורים? איר מעגט, נאר פריער לאזט מיך אויסרעדן. דער מדרש זאגט אז פונקט ווי קיין שום פרוכט בוים קען זיך נישט האלטן אן די בלעטער און די שאלעכץ פונעם בוים, אזוי קען דאס אידישע פאלק זיך נישט האלטן אן דער פילפארביגקייט פון אלע מינים אידן, אריינגערעכנט די פושעי ישראל. דאס איז אויסער דעם מאמר אז "פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון". ס'איז מסתמא נישט ריכטיג צו באטראכטן דעם היינטיגן דור ווי פושעי ישראל, ווייל זיי פאלן אונטער דער קאטעגאריע פון "תינוקות שנשבו", אבער אפילו ווען מ'זאל זיי יא קענען אנקלעבן דעם הארבסטן טיטל פארבלייבן זיי א טייל פונעם אידישן בוים, אן וועלכן דאס אידישע פאלק קען זיך נישט באגיין.

איך זאג נישט אז מ'קען נישט טרעפן פארקערטע מקורות, ווייל אלעס ווענדט זיך דאך אין דער קאטעגאריע וואו מ'שטעלט אריין יענע אידן. מ'קען דערקלערן די פרייע ווי מסיתים ומדיחים וועלכע זענען נישט ווערד צו לעבן, מ'קען אפילו צולייגן צו דער רשימה יעדן פרומען איד וואס זאגט א גוט ווארט אויף פרייע, וויבאלד ער קען אויך אריינגיין אין דער קאטעגאריע פון א מסית, און אזוי ארום קען מען דערקלערן אז דאס בלוט פון כלל ישראל איז הפקר אינעם גרעסטן טייל. מ'קען אריינשניידן אינעם פארפייניגטן גוף פונעם אייגענעם פאלק און לאזן דעם גרעסטן פראצענט פארברענט ווערן אין קאלעך-אויוונס. מ'קען אנקוקן יעדן סעקולערן פראיעקט וואס איז געצילט צו העלפן אידן ווי א פראיעקט וואס איז קעגן דער תורה, און עס דערקלערן ווי כפירה.

אויף אלעמען קען מען טרעפן א מקור, א מאמר, א פסוק און וואס נישט, און נישט אומזיסט האט די תורה צוגעלייגט "אני ה'" צו דער מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך", וויבאלד ס'איז פון די "דברים המסורים ללב". יעדער איד קען האבן כאטש איין גרופע פון אידן וועמען ער באטראכט נישט ווי א איד, אבער איין גאט אין הימל ווייסט אז נישט דער פסוק איז קובע די מיינונג פונעם מענטש, נאר זיין געפיל ברענגט אים צו לערנען פשט אין פסוק. א גוטער מפלפל קען אפילו מטהר זיין א שרץ מיט ק"ן טעמים. אויב זאל מען פארלירן דעם מאראלישן קאָמפּאַס זענען מיר גענצליך פארלוירן.

אט דער געדאנק מוז אונז שטענדיג באגלייטן אין לעבן ווען ס'קומט צו פראגעס פון השקפה וואס האבן צוטון מיט די באציאונגען צווישן מענטש און מענטש. מ'קען טרעפן אומצאליגע מקורות אויף יעדער זאך און מיר וועלן סיי ווי מוזן אויסקלויבן איין וועג לויט ווי אונזער אינערליכער בת-קול באפעלט אונז. מיר וועלן סוף כל סוף מוזן באשטימען צי ס'איז מעגליך אז די תורה האט געוואלט אז אידן זאלן פיינט האבן אידן און זיך נישט קימערן מיט זייער גורל. מיר וועלן מוזן באשטימען צי ס'איז אויסגעהאלטן צו קלערן אז די ביליאנען מענטשן איבער דער וועלט זענען נישט מער ווי א מענטשן-שטויב וואס זענען באשאפן געווארן אונז צו דינען.

ווען א איד שטעלט זיך אויף רעדן מיט פארביסנקייט קעגן אידן, אנעם פילן אפילו א שוואכינקע שולד-געפיל אין הארצן, איז עס א גרויסער פראגע-צייכן אויף דעם מענטש. דער פראגע-צייכן איז נישט אויף דעם וויאזוי ער איז אנגעקומען צו אזא מסקנא אין הלכה, נאר אויף דעם וואס זיין מאראלישער קאָמפאַס צעפייפט זיך נישט אויף די העכסטע טענער. די פראגע איז נישט פארוואס ער האט נישט געזען די זעלבע מדרשים וואס מיר האבן געזען, נאר די פראגע איז וויאזוי ער פילט נישט קיין סתירה אין זיין אייגענער אידישקייט צווישן דעם חובת הלבבות און די שנאה וואס פילט אן זיין הארץ?

נאך אלעמען דארף מען געדענקען אז פאר'ן גיין שלעכט אין "בין אדם למקום" איז פאראן אזא באגריף ווי תשובה, אבער פאר'ן גיין קרום אין "בין אדם לחברו" איז נישטא קיין תשובה, חוץ ווען מ'בעט יענעם איבער. איז פאראן א מעגליכקייט איבערצובעטן כלל ישראל ווען מ'איז באגאנגען א שריט קעגן דעם הייליגן קאלעקטיוו? איז פאראן עפעס אין דער וועלט וואס קען אפמעקן די רשעות פון א מענטש וואס שטייט אויף קעגן זיין אייגן פאלק און בארעדט איר מיט א קאלטקייט קעגן דער גאנצער וועלט? אונז בלייבט נאר צו וואונדערן זיך, וועלכע מאמע האט געברענגט אזא קינד אויף דער וועלט? וועלכער רחם האט עס אויסגעטראגן ניין חדשים, און וועלכע ברוסטן האבן געגעבן צו זייגן פאר אזא קינד?

נאכאמאל, געדענקט דעם כלל פון שיר השירים, "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה!" ס'איז נישטא קיין שום כח אין דער וועלט וואס קען פארווישן ליבשאפט דארט וואו ס'איז בנמצא. אפילו ווען ס'דאכט זיך אז גאנץ כלל ישראל גייט נישט אינעם ריכטיגן וועג, קען מען נאר פילן א ווייטאג, מ'קען אויך פרובירן צו טון וואס מעגליך צו ברענגען אידן צום ריכטיגן וועג, אבער צו שנאה וועט עס קיינמאל נישט קומען, פונקט ווי די שנאה צו דער וועלט קען נישט קומען פון א בלויזן פלפול. ס'איז אלעס געוואנדן אין אונז, און די תורה פאדערט פון אונז צו פארשניידן די "ערלת הלב" כדי צו קענען אליין דערפילן די אמת'ע געטליכקייט וואס פילט אן די וועלט און נעמט ארום אלץ און אלעמען, מיט גענוג פלאץ פאר אלע מענטשן, און אלע קינדער פונעם פאלק ישראל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר