דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך אדנירם »

[center]הבהרה: כדי שלא לגלות פרטים, וועל איך באשרייבן דעם היסטארישן מעשה, בשינוי שמות האנשים, ושם העיר.[/center]


[center]א.[/center]
אין יאר תקצ"ב האט די שטאט פאלטאווע אין רוסלאנד, געזידט אין געשטורמט. "שוין לאנג גע'טענה'ט אז דער רב איז א שונא צו די טשערנאביל'ע חסידות" - האבן די אידן אין טשערנאבילע קלויז געטומלט. "לאמיר אויפנעמען אן אייגענעם רב" - האבן געוויסע מציע געווען.

כדי צו פארשטיין דעם טומל אין שטאט, דארף מען מקדים זיין א קליין ביסל היסטאריע:

דער שטאט פאלטאווע, איז געווען א פעסטונג פון ליובאוויטשע חסידים. עד היום הזה זענען דא באוואוסטע טיפ-דביקות'דיגע ניגונים וואס חב"ד'סקע חסידים פון פאלטאווע האבן מחבר געווען. עס זענען אויך דארטן געווען קלויזן פון אנדערע חסידות'ן, א שטייגער ווי טשערנאביל, רוזשין, לעכאוויטש, א.א.וו. אבער חב"ד האט דארט געהאט דעם אויבערהאנט, און ווי פארשטענדליך האבן זיי געפירט די שטאט כאוות נפשם - זייענדיג דעם רוב. איינער פון די זאכן וואס די חב"ד'סקע האבן דורכגעפירט, איז געווען אז דער רב אין שטאט איז געווען א ריכטיגער ליובאוויטשער חסיד פונעם הייליגן מיטעלן רבי'ן, רבי דובער זי"ע. ער איז געווען א גרויסער גאון וואס האט געהייסן רבי מרדכי ליבערטשעווסקי, און היות ער איז געווען זייער חביב אין שטאט האט מען אים גערופן ר' מוניע, בלשון חביבות.

דער רב ר' מוניע איז געווען א שטארקע מקור גאווה פאר די ליובאוויטשע חסידים, וויבאלד ער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין נישט נאר א גאון בתורה, נאר אויך א געוואלדיגער עובד ה', ווי די פארצייטישע ליובאוויטשע חסידים וואס האבן געדאווענט פאר אפאר שעה א פשוט'ער שחרית, און בנוסף לזה איז ער געווען א ריכטיגער איש אשר רוח בו - להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד. סיי אין פרטיות'דיגע התנהגות, צווישן אים און די מענטשן פון שטאט, און סיי אין כלליות'דיגע ענינים, צווישן אים אלס 'חב"ד'סקער' און די אנדערע חסיד'ישע קרייזן אין שטאט.

דער רב פלעגט למשל - נאכן ענדיגן של"ס ביי אים אין ביהמ"ד - קענען אריינפאלן אין טשערנאבילע קלויז, זיך דערווארעמען מיט זייערע ניגונים אין די טונקל [כמנהג טשערנאביל], א יעדן ר"ח האט ער זיכער געמאכט צו זיין ביים סעודת ר"ח אין רוזשינער קלויז, א.א.וו. הכלל, ער איז געווען אהוד ונערץ על כל העדה. אוודאי האבן געוויסע צרי עין פון טשערנאביל געקוקט מיט קנאה אז דער 'ליובאוויטשער', דער 'ליטוואק', איז מצליח. אבער ההכרח לא יגונה ולא יכוחש, כל העם אומר אחריו מקודש מקודש, ואיש רע בעל כרחו יענה אמן.

דער הצלחה האט זיך דערקענט אויף אלע ווינקלען פון שטאט. אויב ביז ר' מוניע איז געקומען, איז פאלטאווע געווען עפעס א פארשטיפטע שטאט וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון איר צו זאגן, און זי האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויפן אידישן וועלטס מאפע, האט ר' מוניע מרומם געווען קרנה, און האט צוגעצויגן אסאך אידן וואס האבן זיך דארט באזעצט, אלס אדאנק דעם רב אין שטאט, ר' מוניע ליבערטשעווסקי. בקיצור, דער שטאט איז אויפגעריכטעט געווארן בזכותו, ברוחניות ובגשמיות.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר