בן סירא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

בן סירא

שליחה דורך מיימון »

אט דער ספר וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט פון אים צו זאגן, יעדער ווייסט פון די גמרא הקורא בספר בן סירא אין לו חלק לעולם הבא, אבער ווייניג ווייסן צי דער ספר עקזיסטירט נאך בכלל, און וואו מען קען אים געפינען, און וואס איז דער פראבלעם מיט דעם ספר אז די גמרא זאל זיך אויסדרוקן אזוי הארב, און בפרט אז די גמרא אליינס ברענגט שטיקלעך פון דעם ספר, און עס זעט בכלל נישט אויס אזוי געפערליך.

וואס עס איז מער באקאנט ביים היימישן ציבור איז די לעגענדע אז בן סירא איז געווען א זון פון ירמיה הנביא, וואס איז געבוירן פון זרע שנקלט באמבטי און זיין טאכטער האט אים געבוירן אט דעם בן סירא, די מעשה וועלכע שטאמט פונעם אלפא ביתא דבן סירא איז אריינגעברענגט געווארן אין ספרות ההלכה דורך דעם חלקת מחוקק אין אבהע''ז וועלכער האט דאס געפונען אין ליקוטי מהרי''ל, און איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א וויכטיגן טייל פון די שטורמישע מחלוקה וואס האט אויפגערודערט כלל ישראל איבער הזרעה מלאכותית.

די מעשה וואס האט א צווייפלהאפטיגן מקור האט היסטאריש אויך נישט געקענט זיין אמת, ווי הרב ראובן מרגליות ווייזט שוין אן אין עוללות פרק י''ב אז פון די צייט פון ירמיה הנביא ביז בן סירא איז אדורכגעלאפן איבער צוויי הונדערט יאר, דעריבער ווייסן מיר נישט איבער דעם פערזענליכן לעבן פון יהושע בן סירא בלויז דאס אז ער האט געלעבט אין די צייט פון שמעון הצדיק כהן גדול איבער וועם ער שרייבט (פרק נ'):

 (א) שמעון בן חוניו כהן הגדול, חיזק בימיו את בדק הבית ואת היכל ה'.
(ב) כפלים הגביה יסודם, ואת ההיכל הקיף יציע גבוה.
(ג) צינורי המים המעיטו מימיהם, ויעשם נחושת וייזלו שלשתים.
(ד) כגבר עמד בפרץ עמו, ונגד הפורץ בצר הקרת.
(ה) מה טוב מראהו בעיני הקהל, בצאתו מבית לפרוכת.
(ו) כהילל בן שחר מציץ מענן, וכירח במלוא תפארתו.
(ז) כשמש זרח על היכל ה', וכקשת עם הדרת צבעיו במרום.
(ח) כשושנה בימי האביב, כחבצלת על אפיקי מים, וכארז לבנון בקיץ.
(ט) כריח לבונה במחתה, וככלי יקר מוסב פז סחרת.
(י) כהדר זית פורייה, וכברוש רענן רם הקומה.
(יא) בלכתו למזבח לבוש מעילו, ופארי הקודש מסביב, וימלא הבית תפארתו.
(יב) בקחתו חלקי הזבח מכף אחיו, ובעמדו על אש המזבח הקיפהו הכוהנים, כארז לבנון מוקף תמרים.
(יג) כולם בני אהרן לבושי הדר וזבחי ה' בכפיהם, לעיני כל עדת בני ישראל.
(יד) ולכלות עבודת המזבח בהקריבו את אשי ה', שלח לנֶסֶך ידו להַסך דם ענב, לריח ניחוח לה' מלך כל הארץ.
(טו) ובני אהרן נשאו את קולם ויריעו בחצוצרות תרועה לזיכרון לפני ה'.
(טז) וכל העם נפלו על פניהם, וישתחוו לה' אל עליון.
(יז) השרים פצחו בשיר פיהם, והבית מלא נעים זמירות.
(יח) ויודו כל העם את חסדי ה', ויתחננו לו עד כלות כל העבודה.
(יט) והכהן בצאתו נשא את ידו אל כל קהל ישראל, ויברכם בברכת ה'.
(כ) וישתחוו כל העם שנית לפני ה' ויאמרו.
(כא) הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.
(כב) הגדיל ה' לעשות עמנו מיום צאתנו מרחם עד היום, וכה יוסף לעשות עמנו כחסדו.
(כג) תן לנו לב שמח, וחדש ימינו בשלום כקדם.
(כד) יהי נא חסדך עלינו, ופדנו לעת רצון כי בא מועד.

דער ספר חכמת בן סירא געשריבן לכתחילה בלשון עברית, איז איינס פון די פילצאליגע ספרים וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך אידן בזמן בית שני, וועלכע זענען נישט אריינגענומען געווארן אינעם תנ''ך ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען דעם תנ''ך,  און האבן באשלאסן וועלכע ספרים זאלן אריינגיין אינעם תנ''ך און וועלכע נישט, די אלע ספרים וואס זענען געשריבן געווארן מזמן שמעון הצדיק און ווייטער זענען אויסגעשלאסן געווארן פונעם תנ''ך און זיי זענען געווארן אנגערופן ''ספרים חיצונים'' - ספרים וואס זענען געבליבן אינדרויסן פונעם קאנאניזאציע פון די כתבי הקודש.

די ספרים זענען אסאך, טייל פון זיי זענען אריין אינעם קריסטליכן בייבל, און ביי דעם אליין זענען דא חילוקים צווישן די פארשידענע קירכעס, צווישן די באקאנטערע זענען בן סירא, מקבים  (די מעשה פון חנוכה), יהודית, ספר חנוך, שושנה, ברוך, חכמת שלמה, און עזרא ג'. אויף די אלע ספרים זאגן חז''ל (קה''ר יב יב) כל המכניס בתוך ביתו יותר מכ''ד ספרים מהומה הוא מכניס בתוך ביתו, די אנשי כנסת הגדולה האבן אראפגעשטעלט זייער שטעמפל אויף די כ''ד ספרים, און די איבריגע האבן זיי נישט געוואלט עס זאל באקומען א חותם ווי די איבריגע כתבי הקודש, זיי האבן געהאלטן אז עס פארמאגט נישט די אינהאלט און די כוחות רוחניים אז מ'זאל זיי קענען דרש'נען צו פארשטיין גאט'ס ווארט.

דער ספר בן סירא וועלכער איז איינער פון די ערשטע פון די ספרים,  איז טאקע דער וואס ווערט ספעציפיש דערמאנט אין חז''ל, אז אפילו בן סירא וואס איז געווארן אזוי שטארק אנגענומען און פארשפרייט איז דאך נישט פון די כתבי הקודש, און אין בבל איז באמת יא שטארק פארשפרייט געווארן בן סירא אזש חז''ל נוצן אפילו דעם לשון ''כתוב בתורה ושנוי בנביאים ומשולש בכתובים'' אויף א פסוק וואס שטייט אין בן סירא.

דער ספר בן סירא אין זיין אריגינעלן פארעם, געשריבן אין לשונינו הקדושה, איז פארלוירן געגאנגען, און ביז די קאירא'ער גניזה האט מען נישט געהאט אפילו קיין זכר דערפון, די העתקה וואס מיר האבן איז פונעם יוונ'ישן תרגום השבעים וואס איז אריין אינעם בייבל, וואס איז יא געבליבן אין לשה''ק איז א קליין חיבור, ענליך צו א מדרש, מיט'ן נאמען אלפא ביתא דבן סירא, דער אלפא ביתא ברענגט עטליכע פסוקים פון בן סירא אויפ'ן סדר הא''ב, און צוגעלייגט אויף ארמ'יש פילע שטיקלעך וועלכע טייל זענען גאר מאדנע און אינטערעסאנט, צווישן זיי די אויבנדערמאנטע מעשה פון ירמיה הנביא, און נאך פילע גאר מאדנע געשיכטעס וואס ער זאל האבן געהאט מיט נבוכדנצר  (צווישן דעם איז די באקאנטע לעגענדע אז שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט מלכת שבא און געבוירן נבוכדנצר, וואס ווערט אגב געברענגט אין סוגריים אין רש''י מל''א י יג בשם האר''י), און פון דארט קומען די באקאנטע ציטאטן וועלכע די גמרא ברענגט צום סוף אלס די סיבה פארוואס מ'טאר נישט לערנען בן סירא, די שטיקלעך פון זלדקן קורטמן עבדקן סכסן וכו' (וואס אגב ווערט עס געברענגט אין זוהר ואכמ''ל).

די גמרא אין סנהדרין מוטשעט זיך צו טרעפן א הסבר פארוואס מ'טאר נישט דרש'נען אין בן סירא, דאס ווייזט אז אין בבל אין די יארן פון די שפעטער'דיגע אמוראים איז שוין פארגעסן געווארן דער ענין פון המכניס בתוך ביתו יותר מכ''ד ספרים, און זיי האבן זיך געפלאגט צו פארשטיין פארוואס בן סירא איז אזוי שלעכט, און ווי רב יוסף דרוקט זיך באמת אויס מילי מעלייתא דאית ביה דרשינן.

צווישן די ראשונים זעען מיר באמת אזעלכע ווי דער ריטב''א וואס שרייבט אז נאר לעשות בו קבע איז אסור אבער סתם אזוי איז נישט קיין פראבלעם וראוי לעיין בו, אינטערעסאנט איז נאר אז דער רמב''ם האט ווייזט אויס קיינמאל נישט געזען דעם בן סירא און אין פירוש המשניות אין סנהדרין שרייבט ער ''ספר בן סירא והוא היה איש שחבר ספרים יש בהם התולים מעניני הכרת פנים אין בהם טעם ולא תועלת אלא אבוד זמן בהבל'' וואס איז געבויט אויף די ווערטער פון גמרא, אבער זענען נישט מדויק. (ואגב יצוין שבמס' ידים על ספרי המירס כתב ג''כ הרמב''ם שהם ספרי מינות על אף שידוע שזה שירי הומירוס המשורר היווני וכמ''ש רה''ג על אתר, וזה פלא יותר שהרמב''ם לא הכיר את המשורר היווני הנודע אף שהיה בקי היטב בכל ספרי היוונים).

ווי עס ווייזט אויס האט זיך דער רמב''ם קיינמאל נישט באגעגנט מיט די ספרים החיצונים, דאגעגן דער רמב''ן וועלכער האט געוואוינט אין די קריסטליכע שפאניע און האט געקענט דעם בייבל (ער ברענגט עטליכע מאל דעם תרגום הנוצרים), ברענגט יא עטליכע ספרים חיצונים דעם חכמת שלמה און מגילת שושנה (כאטש וואס ער ברענגט זיי מתרגום ארמית וכנראה שהיה לו ממקור אחר).

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר