דער פרה אדומה איז מטהר אדער מטמא ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

דער פרה אדומה איז מטהר אדער מטמא ?

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג יוני 22, 2015 5:09 pm

גאר ווינדערליך איז צו פארשטיין דער מהלך וואס באגלייט דעם פרה אדומה . פון איין זייט רייניגט ער שמוציגס.. ווידעראום פון צווייטן זייט שמוציגט ער ריינס ..! זיי מחליט : אויב איז דער קי אזא חפצא טהרה.. אלע אירע מעשים זענען בטהרה גמורה..מען לייגט אריין מעלות אויף מעלות פאר א ריינעם קי..ווי אזוי קען אזא קי באותו זמן מטמא זיין א צווייטן ?? עס איז דאך 'איין שטיק' טהרה ?!

א שאלה : וואס שוקען אונז אויף 'פאסט' ?? וואס קומט אן צו אונז דורכ'ן פאסט ?? קומט אן צו אונז חודש'ליך א רויטע נאט וואס מאכט שווארץ די אויגן וואס זעען איר . אדער א טעקס קרעדיט פון עשרת אלפים ככר ?? הלנו היא----או----לצרינו ??

יעדער פארשטייט אז די שאלה איז נאריש און די תירוץ פשוט , דער 'פאסט-מאן' איז נישט דא נישט לנו און נישט לצרינו ! דער פאסט האט נישט גע'חתמ'עט קאנטראקט נישט מיטן עוויקשען נאט און נישט מיטן טעקס קרעדיט ! בסך הכל איז ער איין זאך . ער שוקט !! וואס שוקט ער ? וואס מען שוקט דורך איהם . אמאל שוקט מען דורך איהם א רויטען נאט און אמאל שוקט מען דורך איהם עשרת אלפים גרינע .. קיינער גייט נישט שרייען אויפן פאסט מאן נאכן באקומען א בילל אויף פאסט . ווייל וואס האט דאס מיט איהם ..און קיינער גייט איהם נישט קושען ווען ער ברענגט א שמייכלדיגן טשעקל פון פעטער שמואל ...ווייל עס האט דאך מיט איהם גארניקס ..ער איז סך הכל דער מתווך !!

דער פרה אדומה וואס איז ער ? תחליט : רייניגט ער אבער ניין ??

נישט דאס און נישט דאס !! דער איז בסך הכל א נאקעטן דזשינדזשי פארשפארט אין שטאל ברעטשעט מומו ממווו ... ווייקט זיך און פאטשקעט אינעם בלאטע...נישט ער רייניגט נישט ער איז מטמא...ער איז איין זאך ! ער פירט אויס דעם שליחות האלוקית !

אויפן טאן פון גאט איז דא זאכן וואס ווערן געשוקט דורך דעם קי , וואס ? ? וואס גאט שוקט ! אמאל שוקט ער טהרה דורכן קי און אמאל שוקט ער טומאה דורכן קי ...און ווען דער פרה רייניגט איינעם גייט דער מטוהר זיך נישט לעקן צום קי. ווייל נישט ער האט איהם גערייניגט ..און ווען דער קי טמא'עט איהם גייט ער איהם נישט פארטרייבן מיט א רויטע שמאטע .. ער איז נישט אנדערש ווי דער 'פאסט' !! ער איז דער ממוצע צווישן רצון אלוקי און אונז . אמאל אויף לייטערן און אמאל אויף געשלעכטליך !!

------

אונז זעמיר מחיוב צו פאלגן דעם תלמוד חכם/מנהיג/רבי/צדיק/משפיע . אפי' ער זאגט אייך אנצוטוהן דער לינקע זייט גאטשע אויפן רעכטן פיס ...(יש כמה פשטים על מאמר זה) דאס זאגט אונז : מען פרעגט נישט קיין קושיות אויף צדיקים ! דו פארשטייסט נישט... דו ווייסט נישט... בייגט אייך דעם קעפעלע און הארך איין ...עס זענען אבער פארהאן ביי אסאך היימישע אידן דער מושג פון 'חסיד שוטה' זיי גלייבן אז דער גדול איז אן אלול קדוש... וואס צו איהם איז מען זיך מבטל בקידה ובהשתחואה וממילא גיי מיר נאך איהם אן פארשטאנד ווי די בלינדע למד קאטשקעס ....
ווער עס גלייבט אזוי, איז א כופר גמור !! יינו יין נסך !! מאמין בשיתוף !! אן קיין חלק לעולם הבא !! בלי גוזמא !!
דער צדיק איז ווי דער 'פאסט' !! גאט שוקט דורך איהם דער דעת תורה . עצות ישרות . שולח דרכו שפע ברכה ישועה הצלחה ,ווען גאט שוקט השפעות צו אונז דורך ספירות העליונות ...גייט דאך אלעס דורך. דורך ספירת צדיק יסוד עולם ! טאמער חלילה דרייסטו איבער דער צינור הצדיק פארן מקור אליינס פאר השפעה ...דאן גיי צום קי און קיש די עפר רגליו פארן דיר רייניגען ..! דער צדיק איז סך הכל דער ממוצע פונקט ווי דער קי , איי וואס איז מיר א נפקא מינה ?...

צווישן אונז גערעדט. יעדער ביי זיין משפיע מנהיג זעט אמאל דא דארט אז ער איז עובר אויף אן הלכה מפורשת ...יא. אמת די גמ' דוקטירט אונז צו טראכטן דעם שמא עשה תשובה בלילה .. אמת ויציב ! אבער שטיין ווי א שוטה און טראכטן עה..זיכער עפעס טיפערס ליגט אין דעם.. אז ער טוט אזוי דאן יש דברים בגו... יקוב הדין את ההר !!! פונקט ווי דער קי , דארט פארשטייט יעדער אז דער קי איז נישט מער ווי דער ממוצע וואס פירט אויס דעם שליחות האלוקית .. דער צדיק היינו הך . ער ווערט נישט קיין אלול מקודש אז וואס ער טוט איז בהכרח ריכטיג ..דער צדיק איז א בשר ודם (י"ג ודגים )..וואס מחמת רוב צדקתו בחר בטוב ובמילא בין איך זיך מבטל צו איהם ברמ"ח ושס"ה ... ----- אבער נישט צום אישיות העצמאית פון איהם... נאר צום רצון האלוקית וואס גייט דורך איהם... ----- דאס איז נישט קיין סתירה אז ער קען אמאל טון אן עבירה . און דאס אז ער טוט אן עבירה מאכט עס נאך נישט פונעם עבירה א מצוה !..

אמת. איך בין נישט מהרהר נאך איהם אויף א רגע !! אבער צו מצדיק זיין זיינע מעשים ?.. יקוב הדין את ההר !!

מיר זעהן אז בימי חז"ל איז געווען יעדעס מאל מען האט ארויס געשוקט דעם "ציג צום עזאזאל" פלעגן די שטאטסלייט פון אלכסנדריה מרוב חרטה ותשובה נאך לויפן דעם פאראורטיילטן ציגעלע און איהם געצויגן און געפליקט זיין שיטער מאגערע ציגעלע בארד ...איהם נאך געשריגן די ציגעלע שטארב דיר אויס מיט אונזער אלע עבירות... די חכמי התורה האבן געפלאקערט פאר כעס פון דעי איינפיראכטס . האבן עס פרובירט אפצושטעלן פאר יעדען פרייז ! -- וואס האט זיי געבאדערט פון דעי נארישער געפיראכטס ?..

די חכמי התורה האבן גע'פחד'ענט פאר די תוצאות דערפון - און מיט רעכט ! : זיי האבן פאראויס געזען א חורבן נורא אויפן עתידות , עטס מיינטס אז דער שעיר איז דער מכפר ? פארגעסטס דערפון !! גאט איז דער מכפר. דער שעיר איז נישט מער ווי דער ממוצע אווי ענקערע רויטע מעשים בייטן זיך אויף ווייס.. דער וואס טראכט אז דער שעיר איז א חפצא פון עזאזל.. מארגן וועט ער טראכטן אז דער פרה איז א חפצא פון טהרה... און איבערמארגן אז דער צדיק איז א חפצא פון שפע...! עס וועט נישט נעמען לאנג און עס וועט זיך אנקומען א מן דהוא און זיך באקלייידן מיט א שבע נקיים פודזשאמע און א דזשולאביע אויפן קאפ ומקובל מקובל יקרא...אדער זיך איינהאנדלען א ססגונא בעקיטשע ... געפעפערטע הויזן...און א געטעמעיטעטע וועסטל ..און אזוי משתין זיין אויף די גאנצע תורה !! און ווער עס וואגט זיך צו קלערן וועט מען משתיק זיין מיטן באקאנטן שלאגווארט אסור לדבר אויף גדולי ישראל !

-----------

איך שטיי דא אין א פלאנטער . מיין רבי משפיע מנהיג , פון איין זייט איז ער א תלמוד חכם עצום ורב ... אדער ער און נאר ער האט די ריכטיגע מסורת אבות... ער האט ריכטיג מקבל געווען פון די עלטערע תלמידים מעתיקי השמועה... איך האלט עולמות פון איהם. אבער פון צווייטן זייט זיין דאווענען אזוי שמירנישטדירנישט כאפט אריין א דאווענען נאך חצות ביחידות א 'תפלה בצימער'...
אדער פסל איך איהם אפ אלץ א מפרכין פריכות ...אדער אולי אז ער טוט אזוי מן הסתם איז דאווענען במנין לפני הזמן א מה בכך עס ליגט אין איין פייל מיט עסן א מהרש"ל קיגעל שבת הגדול .. און נאך אנדערע ענינים וואס ווערט צוגעברענגט אין ציננערס ספרים ...

די הסבר איז פשוט : נישט דאס און נישט דאס ! בהשקפה מסורה און קדושה איז ער טאקע א מטהר את הטמאים . און דאווענען אבער איז ער א מטמא את הטהורים ... זיי ממשיך ווייטער מיט איהם בייג דיך און ווייק דיך ביי איהם ... אבער אין דאווענען לייג א שווארצע עקס אויף איהם .. קיינער איז נישט קיין חפצא של טהרה וקדושה וואס דרייט אוטומאטיש איבער אן עבירה למצוה !!! דער פאסט ווערט נישט דער משלח דער קי ווערט נישט דער מקור המטהר און דער צינור ההשפעה ווערט נישט דער מקור ההשפעה !!..
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1879 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3497 מאל

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט