די ראלע פון זינד אין דער תורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך פלאוויוס » פרייטאג יוני 26, 2015 8:15 pm

די טעאלאגיע פון זינד

די פרסיים האבן געגלויבט אין צוויי געטליכע כוחות, טוב ורע, גוטס און שלעכטס, און די אנהענגער פון דער אלטער פערסישער רעליגיע גלייבן נאך ביזן היינטיגן טאג אז גוטס און שלעכטס שטאמען פון צוויי באזונדערע געטער. אבער ביי אידן איז דא נאר איין גאט, וואס הערשט איבער גוטס און שלעכטס. דער זעלבער כח וואס שאפט הימל און ערד שאפט אויך חורבן און כאאס, דער זעלבער וואס מאלט אויס בערג און טאלן איז דער וואס מאלט אויס שטריכן פון תוהו און הענגט אויף שטיינער פון בוהו. די מסקנא דערפון איז אז דער זעלבער גאט וואס האט אוועקגעשטעלט די מצוות איז אויך פארבינדן מיט עבירות.

וואס איז דער שייכות וואס גאט האט מיט זינד? דאס איז א פראגע אויף וועלכער ס'האבן זיך געפלאגט נישט בלויז אידישע דענקער נאר אויך נישט-אידישע דענקער פונעם מיטלאלטער. דער פשטות'דיגער ענטפער פון געוויסע טעאלאגן איז, אז זינד איז נישט קיין מציאות פאר זיך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, נאר ס'איז א דערווייטערונג פון גאט. דאס איז א שוואכער תירוץ, וויבאלד דער מציאות פון זינד איז צו אקטיוו אינעם מענטשליכן הארץ פון דער מינוט וואס ער ווערט געבוירן ("בחטא יחמתני אמי"), ביז מ'קען עס נישט שטופן אין דער זייט ווי בלויז א "דערווייטערונג" פונעם מקור. אינעם זעלבן טאג וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אדם הראשון, גאנץ ביים אנהויב פון דער בריאה, איז ער שוין דורכגעפאלן מיט'ן ערשטן חטא.

ס'זענען געווען אויך גוטע אידן וואס האבן געזוכט מלמד זכות צו זיין אויף בעלי עבירה אז דאס וואס זיי טוען איז נישט מיט א כוונה צו זינדיגן, נאר זייטיגע סיבות דערפירן דערצו. א מענטש וואס איז עובר אויף עפעס טראכט נישט אין יענער מינוט פון זינד, נאר זייענדיג אין א נסיון פארגעסט ער אינגאנצן וועגן דעם באגריף פון מצוה און עבירה. און וואס זאל מען זאגן וועגן די אידן וואס האבן געדינט דעם עגל? זיי זענען קוים ארויס פון מצרים, זיי האבן זיך נאכנישט אפגעשאקלט פון די אלטע געוואוינהייטן, זענען זיי דורכגעפאלן. קיין באזונדערע כוונה איז זיכער נישט געווען דערביי.

דאס איז אלעס א פשטות'דיגער צוגאנג צו זינד. נישט בלויז איז דאס פשטות'דיג, נאר מ'קען זאגן אז ס'איז אויך גראבליך. דאס באטראכט דעם מענטש ווי אן אומדיסציפלינירטע בריה וואס קען זיך נישט באהערשן קעגן דעם פרימיטיוון אימפולס, און ער פאלט דורך צוליב געמיינע חיה'שע אינסטינקטן. אמת, נישט אלעמאל איז עס ממש אן אימפולס, ווייל מענטשן קענען אמאל פלאנען חדשים און יארן וויאזוי אונטערצוברענגען א צווייטן מיט דעם גרעסטן מאס רשעות, אבער דאס איז אלעס א תוצאה פון א פראסטן אינסטינקט וואס קען זיך נישט דערהייבן העכער דעם פשוט'ן גרויען טאג-טעגליכן לעבן.

ס'קען זיין אז אין רוב פאלן איז דער דערמאנטער הסבר ריכטיג, דאך איז פאראן אן אנדער מין זינד, וואס איז נישט חלילה להכעיס, אבער ס'איז אויך נישט בלויז פון אן אימפולס צו א זייטיגער זאך, נאר ס'איז א תאווה צו דעם זינד אליין. דאס איז וואס דער פסוק דרוקט אויס אין די ווערטער "מים גנובים יומתקו". חיות האבן נישט קיין תאוה צו זינד ווייל די באגריפן פון "מותר און אסור" איז נישט שייך ביי זיי. אדם הראשון איז געווען די ערשטע באשעפעניש צו הערן דאס קול פון גאט איבער דעם וואס מ'מעג אדער מ'טאר נישט טון, און די תאווה צו עסן פונעם עץ הדעת איז טאקע נישט געווען בלויז א תאווה צו עפל, נאר דוקא צו פארבאטענע עפל.



נחמד למראה וטוב למאכל

אט דאס איז זינד. ס'איז נישט קיין דורכפאל צו עפעס א זייטיגן אימפולס וואס שטאמט נאך פון דער פרימיטיווער חיה אינעם מענטש, נאר ס'איז די עבירה גופא. דאס איז נישט א זינד וואס איין מענטש זינדיגט קעגן א צווייטן, נאר א זינד וואס א מענטש באגייט קעגן גאט און דער סוד פארבלייבט צווישן אים און זיין באשעפער. האט נישט קיין טעות, מ'רעדט נישט פון להכעיס, נאר פון א תאווה וואס ערוועקט זיך דוקא צו דעם וואס איז פארבאטן. די שיינקייט וואס וויקלט ארום יעדן געגנשטאנד וואס גייט אריין אינעם גדר פון איסור. אט די שיינקייט איז נישט בלויז א פאנטאזיע, נאר ס'איז א ממשות'דיג פייער אין הארצן וואס גרעניצט זיך מיט הייליגטום.

איידער איך רעד ווייטער לאזט מיך קלארמאכן אז זינד איז זינד און מ'טאר עס נישט טון, ס'איז נאר וויכטיג צו פארשטיין די אמת'ע דעפינירונג פון זינד. די מענטשליכע תאווה צום פארבאטענעם עפל איז די איידלסטע און נאבלסטע תאווה פון אלע תאוות, וויבאלד דאס איז אן אויסשליסליכע מענטשליכע תשוקה וואס זוכט נישט זיך צו פארשמירן מיט חיה'שקייט, נאר ס'זוכט אן איינטריט צו דעם היכל וואו מ'לאזט אים נישט אריין. איידער דער מענטש האט נישט געהערט דאס קול פון גאט האט ער נישט "געוואוסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס" ווייל זיין נשמה איז נאכנישט געווען אויף דעם שטאפל צו קענען פארשטיין די תשוקה צו סיי וועלכן פון די צוויי.

די תורה איז אנגעפילט מיט הונדערטער לא תעשה'ס, אבער נישט אלע געהערן צו דער זעלבער קאטעגאריע. טייל פון די עבירות זענען שלעכט צוליב דעם וואס זיי זענען חיה'ש, אוממענטשליך, בשעת אנדערע געהערן צום כאראקטער פונעם עץ הדעת (א תאווה צו דערגרייכן דאס אומדעגרייכבארע). די פרשה פונעם עץ הדעת איז א הקדמה צו דער תורה, וויבאלד דאס איז דער הויפט צענטראלער זויל פון דער תורה. די תורה שטעלט דארט אוועק דעם יסוד אז ס'זענען דא נישט בלויז מצוות בין אדם לחברו נאר אויך בין אדם למקום וואס דער מענטש דארף איינהאלטן, און אין יענער ספערע ארבעט זיך אויס די געטליך-מענטשליכע באציאונגען, נישט בלויז אין די מצוות נאר אויך אין די עבירות.


והייתם כאלקים

אין א וועלט וואו ס'זענען דא מצוות וואס איז כדאי צו טון (ד.ה. פאזיטיווע וועגן צו רוחניות) מוזן עקזיסטירן עבירות וואס מ'טאר נישט טון (נעגאטיווע וועגן צו רוחניות), ווייל די תשוקה אין אין תוך גערעדט אן ענליכע. די בענקשאפט וואס דער מענטש האט צו דער מיסטעריע אין דער בריאה, צו גאט און צו הייליגטום, קען נישט ווערן אפגעטיילט פון זיין רייסעניש צו וועלן דינען דעם עגל, אנערקענענדיג דעם פאנטעאיסטישן יסוד אין אלץ און אלעמען. ס'איז א זינד? אודאי איז עס א זינד, אבער נישט אומזיסט זאגן חז"ל "כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו". א מענטש וואס האט א תאווה צו טרינקען וויין מיט גוים מוז פריער דערקענען דעם גאט וואס שטעקט אין הארצן פון דער גאנצער מענטשהייט, און נאר דעמאלט קען ער פילן ווי ער וויל אריבערגיין די רויטע ליניע און צוזאמקלאפן א גלעזל לחיים מיט א גוי. (אויב איז די תאווה נישט מער ווי די תאווה צום גלעזל וויין, געהערט עס נישט צו דער קאטעגאריע פון תאווה צו זינד, נאר ענדערש א תאווה צו וויין.)

די תאווה צו זינד דארף זיין אזא וואס ברענגט נישט דעם מענטש צו חיה'שקייט נאר פארקערט, אזא וואס ברענגט אים צו וויינען. די תשוקה צו די "מים גנובים", וועלכע ס'זאל נישט זיין, מוז זיין אזא וואס ענדלט צו דער התעוררות פון יום כיפור, און צעלאזט אינגאנצן יעדעס פינטעלע פון דער פרימיטיווער חיה'שקייט. דאס איז א דראנג וואס דער מענטש פילט נאך פון יענע ששת ימי בראשית צו וועלן "זיין אזוי ווי גאט" (והייתם כאלקים), און ס'איז דערפאר א רעליגיעזע ערפארונג, ווי מאדנע דאס זאל זיך נישט הערן. אמת'ע זינד איז נישט קיין אבסאלוטע שלעכטס, נאר ס'איז פארקירעוועט פונעם גלייכן וועג, ווי מ'זאל זיך וועלן א רייס טון צו גאט דורך א הינטער-געסל.

ס'איז באקאנט וואס דער גר"א האט געזאגט פאר ר' חיים וואלאזשינער אז דער יצר-הרע קומט מיט מער התהלהבות ווי דער יצר טוב, און די סיבה דערצו איז טאקע דאס, וויבאלד ס'איז שנעל, תיכף'דיג און עקסטאטיש. פון שנעלע עסן קען מען באקומען בויכווייטאג, און די תורה דערמאנט אונז אז דער וואס זאגט אז ס'איז כדאי צו נעמען דעם קורצן וועג איז נאר דער שלאנג, וויבאלד ס'איז נישט קיין גוטער געדאנק צו טון אזוי למעשה. דער שנעלער שפרונג וואס מ'גיבט פארנוצט צופיל ענערגיע אויפאמאל, פונקט ווי א דראָג וואס טרייבט ארויף די עקסטאזע און לאזט איבער דעם מענטש צומארגנס ערשעפט, אזוי אז אינעם לענגערן טערמין פארלירט ער נאר דערפון.


טוב זה יצר טוב, טוב זה יצר הרע (בראשית רבה)

די מסקנא פון דעם געדאנק איז צוויידייטיג. פון איין זייט ברענגט עס ארויף די זינד פון מיסט, ס'שאקלט עס אפ פונעם שטויב וואס רופט זיך סיטרא אחרא און ס'נעמט עס אריין אין דער מחיצה פון גאט (נאכדעם וואס מ'ליידיגט עס אויס פון פרימיטיווע מענטשליכע אינסטינקטן). אפילו דער אנארכיסט וועלכער זוכט צו צעברעכן יעדן סדר אין דער מענטשליכער ציוויליזאציע קען מען שוין נישט פארגלייכן צו א בהמה, וויבאלד די אנארכיע ביי בהמות איז א נאטירליכע, בשעת די אנארכיע פונעם מענטש איז טיילווייז מאטיווירט פונעם בפירוש'ן דראנג צו וועלן אריבערגיין אלע רויטע ליניעס. ס'איז נישט נאטירליך, נאר זינדיג.

פון דער אנדערער זייט לייגט עס ארויף א שווערערע ארבעט אויפ'ן מענטש ביים אונטערשיידן צווישן מצוה און עבירה. א פארברעכן וואס מ'באגייט קעגן א צווייטן מענטש איז זייער קלאר צו דערקענען, אבער אן עבירה וואס מ'באגייט קעגן גאט איז שווער צו דעפינירן. גאט זאגט טאקע אז מ'זאל נישט עסן פונעם עפל, אבער פון וואו רעדט ארויס דאס קול פון גאט אויב נישט פון אינעווייניג אין דער נשמה? און וואס טוט מען אויב אן אנדער קול פון אינעווייניג זאגט אז צו עובר זיין אויף דעם וועט אליין פארוואנדלען דעם מענטש אין א שטיק געטליכקייט, וועט דען נישט דער צדיק פילן צום מערסטן די נאגעניש אין הארצן, צו וועלן לויפן אריינבייסן אינעם עפל?

די תורה פייניגט די נשמה פונעם מענטש, אבער ס'איז א פייניגונג מיט א מטרה. ס'איז א פאדערונג פונעם מענטש צו מוותר זיין אויף א פערזענליכער וואנדערונג אין רוחניות, צו ווערן אליין א גאט, כדי צו קענען שאפן אן אמת'ן קשר מיט גאט. ווען די נביאים האבן געוואלט פארגלייכן די באציאונגען צווישן כנסת ישראל און דעם באשעפער האבן זיי נישט געטראפן קיין בעסערן משל ווי די באציאונגען צווישן צוויי געליבטע, וועלכע ווערן צעריסן פון קעגנזייטיגער בענקשאפט, אבער זיי קענען נישט קומען איינער צום אנדערן. ס'איז נישט קלאר ווער ס'האלט זיי אפ פון זיך טרעפן, אבער ס'איז א בלוטיגער וועג אן קיין טראפ מנוחה, מיט שטורמען און הארצרייסעניש.

***

א וועג פון ייסורים

ווער זענען די שומרים וואס צעבּאַלן דאס מיידל שולמית אונטערוועגנס צו גאט (מצאוני השומרים הסובבים בעיר, הכוני, פצעוני)? דאס איז נישט דער שלעכטער יצר אינעם אייגענעם הארץ, ווייל דער פסוק רעדט וועגן שומרים וואס געפינען זיך אינדרויסן אויף די גאסן. שולמית אליין פארמאגט נישט קיין שלעכטן יצר ביי זיך, וויבאלד זי איז צעברענט אינעם פייער פון גאט און וואלגערט זיך פון ייסורי אהבה. דער וואס צעשלאגט איר זענען די "היטערס אויף די וועגן", וועלכע פארשטייען נישט בכלל צו איר פיין און פאר'משפט'ן איר אלס זינדיגע פאר'ן בלויזן טראכטן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען... זיי זענען איר מחרים פאר דער בלויזער געוואגקייט צו בענקען.

ס'איז נאך דא פיל צו רעדן אין דעם, און דער עיקר איז צו פארשטיין אז ווען חז"ל האבן געזאגט "אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר, אי אפשי לבוא על הערווה, אלא אפשי ואפשי ומה אעשה והתורה אסרה" האבן זיי אראפגעלייגט דעם יסוד אויף דער דיאלעקטישער שפאנונג פון רעליגיע. דער מענטש טאר נישט פיינט האבן די וועלט, ער טאר נישט אראפקוקן אויף יענע טיילן אין דער בריאה וואס זענען פאר אים אויסגעשלאסן, נאר ער דארף אהינקוקן מיט בענקשאפט, ווי דער קינסטלער וועלכער וויל ארויסגיין פון זיין קרייז כדי צו דערפילן די עקזאטישע און פרעמדע ערפארונג.

רעליגיעזיטעט איז נישט קיין רואיגע זאך, ס'איז נישט עפעס וואס לאזט זיך אריינלייגן אין א פירעקיגן שאכטל פון קאנפארמירונג צו סיי וועלכער סיסטעם, נאר ס'איז ווי א רוישיג וואסער וואס לויפט אריין און ארויס, ענליך צום אופן ווי דאס מענטשליכע הארץ איז באשאפן געווארן, נאר די ווערטער פון גאט פרובירן זי איינצוהאלטן אין די ראמען אז זי זאל נישט ארויסגיין און פארפלייצן די וועלט. אמאל גיט זיך עס דעם מענטש איין צו פארהאלטן זיין קינסטלערישן נייגער, זיין דראנג צו אייננעמען פארבאטענע וועלטן, און אמאל קען ער זיך נישט איינהאלטן. איין טאג איז ער א גוט קינד, אבער אין אן אנדער טאג רעבעלירט ער.

אין ביידע טעג, אין די גוטע און די שוואכע, בויט זיך דער מענטש אויס זיין באציאונג מיט גאט, אבער צומאל איז עס דוקא דער שוואכער טאג וואס שטעלט צוריק דעם מענטש אויפ'ן גלייכן וועג, כאטש אומווילנדיג. ווען מ'איז צו וואויל מאכט זיך אמאל אז מ'פאלט אריין אין אן אבסעסיווער פרומקייט, אזוי ווי חוה האט געזאגט פאר'ן שלאנג, אז נישט בלויז וואס זי טאר נישט עסן פונעם בוים נאר אפילו אנרירן טאר זי אויך נישט. זייענדיג אין אזא מצב זוכט נישט דער מענטש קיין העכערס, ער זוכט נאר זיך צו קאנפארמירן צו דער געזעלשאפט, זיין פערפעקט פון יעדער זייט, און פון גאט פארגעסט ער.

בענקען איז אן אקט וואס א מענטש טוט ווען ער איז באגרעניצט קעגן אן אומדערגרייכבארע זאך, און דאס איז א טייל פון דער מענטשליכער ערפארונג. אויב אין גוטע צייטן פארגעסט דער מענטש זיין ציל אין לעבן, קען עס די שוואכע מינוט צוריקברענגען דורכ'ן ארויסצווינגען דעם מענטש פון קאנפארמיזם. דאס וואוילע קינד איז צופרידן מיט'ן לעבן און זוכט נישט גארנישט, אבער דאס אומצופרידענע קינד קערט איבער וועלטן, און דאס איז דאך למעשה וואס דער "שיר השירים" פרובירט צו דערוועקן אין אונזער הארץ – די יונגע ענערגיע וואס איז גרייט אויסצואוואנדערן א וועלט כדי צו טרעפן דעם וועג צו גאט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 28, 2015 10:27 am

הערליך שיין! רייך, קלאר און טיף. אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר פלאוויוס'ן מיט זיין שכל הישר און עלאקוואנס.

צוויי קורצע הערות:
א) דער געדאנק אז זינד האט א העכערע ציל ווערט שוין דערמאנט בספרי חסידות - ולאו דווקא איז'ביצא - מכמה כיוונים. אבער האסט עס דא באלויכטערט פון א פרישע קוק ווינקל.
ב) פון ווי הויך ס'זאל נאר נישט קומען - המשיכה לחטא - איז עס כהיום א תאוה. אזוי ווי ס'דא א תאוה צו וויין איז דא תאוה צו זינד כשלעצמה. און ווען מ'פאלט דורך קען מען זיך פילן גראב און נאקעט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג יוני 28, 2015 10:51 am

א דאנק מפוזרי.

כ'פארשטיי אז כ'האב נישט מחדש געווען קיין זאך, נאר באשריבן א געוויסן קוק. דיין צווייטע נקודה האט צוטון מיט די געפילן לאחר החטא (וועלכע הייבן זיך שוין אייגנטליך אן בשעת מעשה), און דאס איז אליין קאמפליצירט. ס'איז אמת אז די צעבראכנקייט פון א מענטש קען זיין אבסאלוט, אבער ס'קען אויך גענוצט ווערן קלוג. ווען די חרטה געפילן מישן זיך אינאיינעם מיט דער ענערגיע פונעם חטא פארוואנדלט עס די מזידין/שוגגין אין זכויות. שטימט?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך בר דעת » זונטאג יוני 28, 2015 4:54 pm

אינטעלעקט און קונסט מיט איינמאל. הערליך, עס מאכט מיר חשק צו זינדיגן!
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג יוני 28, 2015 7:48 pm

בר דעת, טראכט כאטש וועגן גיד הנשה... מ'דארף אבער געדענקען דעם אויספיר פון "והתורה אסרה".

אויב איז דער לעצטער טייל (פון "התורה אסרה") נישט גענוג שטארק, האט נישט קיין פשט זיך מתעמק צו זיין אינעם ערשטן טייל (פון "אפשי ואפשי"), ווייל די צוויי זענען געבונדן. די עצם דעפינירונג פון א חטא איז דאך נאר ווען ס'ווערט קלאר אנערקענט ווי א חטא. דאס הייסט אז די אנערקענונג דארף זיין גענוג שטארק אז דער מענטש זאל עס בשום אופן נישט וועלן טון - און דעמאלט זיין אין א קאנפליקט מיט זיך אליין.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 28, 2015 7:59 pm

פלאוויוס; כמובן אז ס'שטימט. אבער לאמיר אויסשמועסן אביסל קלארער.

ס'דא צוויי שלבים: המשיכה לחטא, והחטא עצמו. דו האסט גערעדט פונם ערשטן שלב ווי דו האסט מסביר געווען דעם דערהויבענער שורש פון די תאווה צו זינדיגען און ווי ס'איז נישט קיין בהמה'שער אינסטינקט, אבער אין דעם גופא איז דא צוויי חלקים. איינס, דאס אז די עבירה ווילט זיך. צווייטענס, דאס זיך נישט קענען באהערשן און צוריקהאלטן פון ערפילן די תאווה. די צווייטע חלק פון חוסר שליטה על עצמו איז א בהמה'שער אימפולס, אפגעזען ווי איידל ס'זאל נאר זיין.

כמובן אז מ'קען אין דעם אויך זען א העכערע ציל. אבער דאס געהערט שוין צום צווייטן שלב פון קדושת החטא עצמו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג יוני 28, 2015 8:13 pm

מפוזרי, איך פארשטיי דיין נקודה אבער איך האלט נישט אז מ'קען דאס באטראכטן אויפ'ן זעלבן אופן ווי אנדערע אימפולסן, וויבאלד אין דעם פאל זענען ביידע צדדים - סיי יא צו טון און סיי נישט צו טון - א רעזולטאט פון דעם צלם אלקים.

לאמיר נעמען א ביישפיל פון א חטא וואס א בהמה קען נישט האבן קיין שום שייכות מיט דעם, ווי למשל עבודה זרה. דער אימפולס צו וועלן פאלן פאר א ביימעלע וואס געפינט זיך אין נאטור האט בכלל נישט קיין אחיזה אין גשמיות, נאר מ'טאר דאס נישט טון. א דורכפאל אין דעם איז די ערגסטע עבירה אין בין אדם למקום, אבער פונעם אימפולס-שטאנדפונקט איז עס פונקט ווי א בחור וואס מ'לאזט אים נישט לערנען קבלה/פילאזאפיע און ער קען זיך נישט איינהאלטן... קענסטו עס אנרופן בהמה'ש?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 28, 2015 8:28 pm

איך וועל עס נישט אנרופן א בהמה'שער תאווה. אבער איך קען עס יא אנרופן א בהמה'שער כח המעצור.
דאס אז ביידע צדדים זענען געטליך העלפט נישט. מ'רעדט דאך פון איינער וואס פארשטייט וואס ס'איז ריכטיג אבער ער איז נישט אין קאנטראל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 28, 2015 8:41 pm

שוב התבוננתי שכנראה כוונתך שלגודל יקרת הערך של התאווה שוב אין כאן ידיעה ברורה בצדקת הדרך. ד"ה ס'נישט פשט אז די הארץ איז נישט נכנע צום מוח, נאר די הארץ איז נישט אין תוך איבערצייגט בצדקת המוח. ואם כן אתה דבריך נכונים.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג יוני 28, 2015 9:30 pm

ס'איז שווער אריינצולייגן רוחניות אין פירעקיגע קעסטלעך. ביי דיר איז אנגענומען אז "הארץ" איז בהמה און "מוח" איז מענטש? דאס איז נישט ריכטיג, ווייל די תורה פאדערט ביידע זייטן פונעם מענטש - און מ'קען זאגן אז דער גרעסטער דגש גייט דוקא צום הארץ (מה ה' אלקיך שואל מעמך, כי אם ליראה את ה' ולאהבה אותו).

די לאוין אין דער תורה וואס זענען געצילט צו באגרעניצן דאס געפיל (ד.ה. באהערשן דעם אימפולס) ברענגען אריין דעם מענטש אין אן אינערליכע רוחניות'דיגע מלחמה, וואס רייצט אויף הארץ קעגן הארץ (א געוויסע פארעם פון אהבת ה' קעגן אן אנדערע פארעם פון אהבת ה'), און כאטש דער מוח דארף קענען מכריע זיין צווישן די צוויי איז ער סוף כל סוף נאר א מאטעריעלער שטיק פלייש...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג יוני 29, 2015 3:50 pm

שכוח רב פלאוויוס, זייער רייך באשריבן,

יעצט אפאר נקודות,

1) מיין איך אז מפוזרי איז גערעכט (קודם שהחזיר), איר זענט גערעכט אז די תאוות פון נישט עסן דעם עפל קען נישט אריינגעלייגט ווערן צווישן אנדערע חי'שע תאוות, אבער ווי נישט ווי, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן, איז בפשטות יא א חי'שע אינסטינקט, לאמיר אנכאפן דיין משל מיטן בחור וואס וויל לערנען פילאזאפיע, איין בחור וועט נאכן כאפן א פסק פונעם מגיד שיעור שיין פאלגן און אוועקלייגן דעם מורה נבוכים, דער אנדערער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן אין אנהויבן א קאץ און מויז שפיל מיט די הנהלה רוחנית און פרובירן צו לערנען בשתיקה,
איז דען נישט דער ערשטער איידעלער און מער פאלגזאם ווי דער צווייטער וואס זיין חישע אינסטינקט לאזט אים נישט זיך לאזן פירן פון די באהערדע ?
אונטערשטע שורה, א בהמה האט אנדערע תאוות ווי א מענטש, אבער ווען מ'קומט שוין אן צו א תאוה זענען ביידע גלייך,

2) לויט ווי איך פארשטיי, האט דער בורא עולם אונז געגעבן די מצוות און עבירות, נישט סתם אבי געגעבן, כדי צו פראווען אונזער געטרייעשאפט צו אים, נאר אלע מצוות זענען גוט פאר אונז, און די עבירות זענען נישט גוט פאר אונז, און עסן פונעם פארבאטענעם עפל, איז פונקט אז מאוס ווי מאנס זיין א נערה המאורסה,
אשר ע"כ, איז שווער צו זעהן די 'געטליכקייט' אין זינד,
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יוני 29, 2015 6:15 pm

אויב פלאוויוס האט עס נאר געשריבן, איז פשוט איבריג צוצולייגן אז דאס איז טיפע חומר למחשבה און באשריבן רייך און פאעטיש. איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן צוברענגען א מערקווירדיגע שטיקל פון הרב קוק ז"ל איבער דעם תשוקה פון "והייתם כאלהים":
הרב קוק (שמונה קבצים קובץ א אות קכט) האט געשריבן:יש יצר הרע נסתר מאד במעמקי הנפש, קנאה מרקבת עצמות, המביאה רפיון ומחשכים לכל רעיון של אורה. הקנאה היא מוזרה, רבים לא יכירוה, מפני שישנם כמה גורמים שמונעים את השפה מלהביעה, אבל היא ישנה, נרדמה היא במחבואי הנפש האנושית, והיא יוצאת לפעמים בצורות שונות חוץ מצורתה האמיתית, כדרכן של כל התוצאות של הקנאה, שאינן מתלבשות כ"א במלבוש נכרי, ונושאות עליהן תמיד שם זר. הקנאה המוזרה הזאת, היא הקנאה באלהים, האדם מקנא הוא באלהים על אשרו האין סופי, על שלמותו המוחלטת. הקנאה הזאת גורמת עקמימות הדעת וחשכת המחשבה, טמטום השכל ורוגז הרוח. וכשכל האמצעיים אינם מספיקים להכיל את זעמה, היא מסיימת בכפירה מוחלטת, כדי להסיר מהנפש הכואבת, אכולת הרקב, את העוקץ של הקנאה, הדוקר נורא. אין מרפא למחלה זו כי אם הארה עליונה של דעת אלהים, בבירור ובעומק הגון. הנתיבות המיוחדות ביחוד להסרת הנגע של קנאה זאת, שבהסרתו נפטר גם כן מכל התולדות הרעות של הלבושים השונים שהיא מתלבשת בהם, עד מחלת הכפירה המשועממת המתפשטת בדורנו בתור מחלת הזמן, הנתיבות הללו שתים הנן. האחת היא נתיבה מדעית טהורה, והשניה מדעית מוסרית. הנתיבה המדעית מבררת, שההבדל שבין האלהים והעולם תלוי הוא רק בדעה והשגה וארחות החיים. כל מה שהדעה מתעלה, מתקרב האדם והעולם לגודל האלהי, וברוממותו העליונה של האדם והכרתו הגמורה, מוצא הוא שהכל הוא כלול באלהים, והעצמיות הפרטית של כל פרט מפרטי ההויה איננו כי אם התגלות אלהות, הזורחת בגוונים שונים לפנינו. ולפי זה כל האושר האלהי הלא הוא אושר של הכל, והאושר הוא הולך ומתגדל, כל מה שהידיעה האלהית היא הולכת ומתבררת. וזהו סוד העונג הנעלה של ההשגה האלהית, שהוא הולך וחש את אשרו העליון, את שלמותו הנצחית, המלאה חדוה ועז, ואין כאן מקום לשום קנאה.
הנתיבה השניה היא מדעית-מוסרית, שהשלמות וחיוב המציאות האלהית היא תלויה במדת הצדק החפשית, וכל מי שיעלה את חפשיות רצונו באותה המדה של הצדק המלא, שהאלהים הוא נעלה בחפצו השלם בצדק החפשי והמוחלט, הרי הוא משתאב בגופא דמלכא, וקונה לו את השלמות האלהית, מצד בטולו אל האור האלהי בעונג פנימי. ואין שום מעצור משום נמצא לרומם את חפצו חפשי למרום הצדק האלהי, וכפי אותה המדה שהאדם מתקרב אל מדת הצדק האלהית, הרי הוא מתעלה, ונעשה איש אלהי. ונמצא השלמות האלהית מחוייבת להאלהים מצד הצדק החפשי שלו, שהיא זכות השוה לכל. שאין מקום לקנאה.

(אגב, עס איז פארהאן א קליינער טעות אין דעם פאוסט. עס וואלט געדארפט שטיין "טוב מאוד זה יצר הרע".)
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג יוני 29, 2015 8:19 pm

א ייש"כ ר' יאיר פאר'ן צוברענגן די מורא'דיגע דיבורים פון מרן הרב קוק זצוק"ל.
"דער כופר פארגינט פשוט נישט דעם רבש"ע". נורא נוראות!!

כ'וויל נאר קלארשטעלן; הרב קוק'ס מהלך איז גענצליך פארקערט פון ר' פלאוויוס, בעת וואס ביי פלאוויוס'ן איז דער "והייתם כאלהים" א געטליכער הארה, איז עס ביים רב ז"ל א מדה מגונה שאין מגונה ממנה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דינסטאג יוני 30, 2015 6:13 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:איר זענט גערעכט אז די תאוות פון נישט עסן דעם עפל קען נישט אריינגעלייגט ווערן צווישן אנדערע חי'שע תאוות, אבער ווי נישט ווי, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן, איז בפשטות יא א חי'שע אינסטינקט, לאמיר אנכאפן דיין משל מיטן בחור וואס וויל לערנען פילאזאפיע, איין בחור וועט נאכן כאפן א פסק פונעם מגיד שיעור שיין פאלגן און אוועקלייגן דעם מורה נבוכים, דער אנדערער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן אין אנהויבן א קאץ און מויז שפיל מיט די הנהלה רוחנית און פרובירן צו לערנען בשתיקה,
איז דען נישט דער ערשטער איידעלער און מער פאלגזאם ווי דער צווייטער וואס זיין חישע אינסטינקט לאזט אים נישט זיך לאזן פירן פון די באהערדע ?


יעקב מענטש, אויב נישט פאלגן אנדערע וואלט געהייסן חיה'ש, וויאזוי וואלסטו אנגעקוקט א בחור אין א ליטווישער ישיבה וואס וויל לערנען חסידישע ספרים? אדער וויאזוי קוקסטו בכלל אן די רעוואלוציע פון חסידות אין א צייט ווען די גאנצע רבני'שע וועלט האט געשריגן אז דאס איז כפירה? זענען די פאלגזאמע מתנגדים געווען מער איידל/בעסער ווי די חסידים?

דאס הייסט, "פאלגזאמקייט" איז נישט קיין ערך פאר זיך, נאר ס'איז געוואנדן אין דעם צי מ'האלט די זאך פאר ריכטיג אדער נישט (דאס הייסט אז דער ערך איז בעצם נאר צו פאלגן דעם "אינערליכן געוויסן" און ארויסווייזן זעלבסט-דיסציפלין). אומ'פשרה'דיגע פאלגזאמקייט איז בפירוש נישט קיין מענטשליכער ענין, און די תורה וויל דאס נישט פונעם מענטש, ווייל דאס איז דער מקור פון יעדער השחתה (ע"ע נאצי-דייטשלאנד).

2) לויט ווי איך פארשטיי, האט דער בורא עולם אונז געגעבן די מצוות און עבירות, נישט סתם אבי געגעבן, כדי צו פראווען אונזער געטרייעשאפט צו אים, נאר אלע מצוות זענען גוט פאר אונז, און די עבירות זענען נישט גוט פאר אונז, און עסן פונעם פארבאטענעם עפל, איז פונקט אז מאוס ווי מאנס זיין א נערה המאורסה,
אשר ע"כ, איז שווער צו זעהן די 'געטליכקייט' אין זינד,


ווען ס'קומט צו פאלגן די תורה זענען מיר אודאי נישט מחולק, אז ס'איז בעסער פאר'ן מענטש צו פאלגן. די פראגע איז אבער פון וואו ס'שטאמט די תאווה פונעם מענטש צו וועלן דוקא דורכברעכן דארט וואו ער טאר נישט. אויב ס'איז נישט קיין ביאלאגישע תאווה, ווי אלע תאוות, בלייבט נאר צו זאגן אז ס'איז א רוחניות'דיגע תאווה, און היות מיר גלייבן נישט אין שתי רשויות, מוז עס זיין א קרומע פארעם פון געטליכקייט. ווי איך האב צוגעוויזן זענען דא מדרשים וואס ברענגען אונז לכאורה צו דער מסקנא.

נעם אין באטראכט די פאלגנדע שורה וואס כ'האב געשריבן: "ס'איז א פאדערונג פונעם מענטש צו מוותר זיין אויף א פערזענליכער וואנדערונג אין רוחניות, צו ווערן אליין א גאט, כדי צו קענען שאפן אן אמת'ן קשר מיט גאט." דער באדייט דערפון איז אז די תורה פאדערט פונעם מענטש מוותר צו זיין אויף א סוביעקטיווער פארעם פון רעליגיעזיטעט און אננעמען אן אביעקטיווע פארעם. איך ערווארט נישט פון דיר צו פארשטיין גלייך וואס איך מיין, נאר איך האף צו שרייבן שפעטער א המשך וואס זאל נאך בעסער ערקלערן דעם פרינציפ.

דו זאגסט אז עסן פונעם פארבאטענעם עפל איז דאס זעלבע ווי מאנס זיין א נערה המאורסה, אבער ס'איז נישט מעגליך צו זאגן אזוי, וויבאלד חז"ל זאגן דאך "לעולם אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר וכו'" און דאס קען מען נישט זאגן אויף מאנס זיין א נערה המאורסה, וויבאלד מאנס זיין איז אזוי ווי רציחה. מעג א מענטש גלוסטן צו הרג'ענען זיין חבר? דער רמב"ם מאכט קלאר אז ווען ס'קומט צו בין אדם לחברו דארף דער מענטש ארבעטן אויף זיך אז ס'זאל אים אפילו נישט ציען.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דינסטאג יוני 30, 2015 6:32 pm

מפוזרי האט געשריבן:כ'וויל נאר קלארשטעלן; הרב קוק'ס מהלך איז גענצליך פארקערט פון ר' פלאוויוס, בעת וואס ביי פלאוויוס'ן איז דער "והייתם כאלהים" א געטליכער הארה, איז עס ביים רב ז"ל א מדה מגונה שאין מגונה ממנה.


דאס שטיקל פון הרב קוק איז זייער שיין (א דאנק @יאיר פאר'ן צוברענגען), אבער ס'זעט מיר נישט אויס ווי ער בארירט בכלל אונזער שמועס. ער רעדט פון אן אומבאוואוסטזיניגער קנאה וואס פארדרייט דעם דעת און פירט עווענטועל צו כפירה. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דער פראגע פון זינד (סיי די מלחמה מיט'ן יצר און סיי דער דורכפאל) אינעם לעבן פונעם פרומען איד.

יאיר האט געשריבן:(אגב, עס איז פארהאן א קליינער טעות אין דעם פאוסט. עס וואלט געדארפט שטיין "טוב מאוד זה יצר הרע".)


גערעכט! כ'האב ציטירט דעם מדרש פונעם זיכרון. א דאנק פאר'ן מתקן זיין.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יולי 01, 2015 12:01 am

@פלאוויוס און @מפוזרי, איך האלט דוקא אז דאס האט יא א שייכות אהער. דאס ברענגט ארויס הרב קוק'ס מהלך אין אלגעמיין פון "פארהיייליגן" דעם אפיקורס און אנשטאט אים זען אלס איינער וואס זוכט צו פטור ווערן פון גאט זעט ער אים אלס איינער וואס האט א גרעסערע השגה אין גאט ווי דער המון עם, און דערפאר קומט ער צו כפירה. לויט הרב קוק איז כפירה אן אומפארמיידבארע שלב אין דעם וועג צו אמונה, ווי מאדנע עס הערט זיך עס. כ'מיין אז דאס שטימט הערליך אין ליכט פון דעם אשכול איבער דער געטליכער שאיפה צו זינד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יולי 01, 2015 8:13 pm

פלאוויס, זייער שיין.

חז"ל זאגן אז ווען מען טוט תשובה מאהבה ווערן די עבירות איבערגעדרייט צו זכיות. בפשטות איז דאס זייער אומפארשטענלדיך, מילא דו זאגסט אז מען איז מוחל די עבירה, דאס קען מען נאך פארשטיין, אבער ווי אזוי ווערן די עבירות איבערגעדרייט גאר צו מצות.
אויב די עבירות זענען אויך א געוויסער וועג צום אייבערשטן, קען מען דאס בעסער פארשטיין. אויב די עבירה האט אויפגעוועקט דעם מענטש און אים געברענגט נענטער צום אייבערשטן, קען דאס טאקע גערעכנט ווערן אלס זכות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דאנערשטאג יולי 02, 2015 8:33 pm

@יאיר, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער איך זע עס נישט אין די ווערטער פון הרב קוק.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יולי 03, 2015 1:19 am

@פלאוויוס מעגליך אז וויבאלד איך זע עס אין גרעסערן בילד פון הרב קוק'ס טעאלאגיע ליגט עס מיר ממש אין זיינע ווערטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 9:33 am

פלאוויוס האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:כ'וויל נאר קלארשטעלן; הרב קוק'ס מהלך איז גענצליך פארקערט פון ר' פלאוויוס, בעת וואס ביי פלאוויוס'ן איז דער "והייתם כאלהים" א געטליכער הארה, איז עס ביים רב ז"ל א מדה מגונה שאין מגונה ממנה.


דאס שטיקל פון הרב קוק איז זייער שיין (א דאנק @יאיר פאר'ן צוברענגען), אבער ס'זעט מיר נישט אויס ווי ער בארירט בכלל אונזער שמועס. ער רעדט פון אן אומבאוואוסטזיניגער קנאה וואס פארדרייט דעם דעת און פירט עווענטועל צו כפירה. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דער פראגע פון זינד (סיי די מלחמה מיט'ן יצר און סיי דער דורכפאל) אינעם לעבן פונעם פרומען איד.

ריכטיג, הרב קוק רעדט פון א געוויסע פרטי'שע זינד, נישט פון איר כלליות'דיגער תפקיד. איך האב זיך באצויגן בלויז צום פארקערטן אפטייטש פונעם דראנג אויף ''והייתם כאלהים'' און ממילא איר פארקערטן אורשפרונג. יעצט, לאחר עיון חוזר בדבה''ק, זעה איך טאקע אז דער רב ז''ל האט עס נישט אריינגעטייטשט אינעם ''והייתם כאלהים", נאר ס'איז ר' יאיר'ס אן אייגענער צושטעל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:12 am

יאיר האט געשריבן:@פלאוויוס און @מפוזרי, איך האלט דוקא אז דאס האט יא א שייכות אהער. דאס ברענגט ארויס הרב קוק'ס מהלך אין אלגעמיין פון "פארהיייליגן" דעם אפיקורס און אנשטאט אים זען אלס איינער וואס זוכט צו פטור ווערן פון גאט זעט ער אים אלס איינער וואס האט א גרעסערע השגה אין גאט ווי דער המון עם, און דערפאר קומט ער צו כפירה. לויט הרב קוק איז כפירה אן אומפארמיידבארע שלב אין דעם וועג צו אמונה, ווי מאדנע עס הערט זיך עס. כ'מיין אז דאס שטימט הערליך אין ליכט פון דעם אשכול איבער דער געטליכער שאיפה צו זינד.

אמת, הרב קוק'ס אלגעמיינער מהלך זעט טאקע א געטליכער ציל אפילו אין כפירה, איז אבער גראד אין דעם דאזיגען נגע, פון וואס ער רעדט אין דעם שטיקעל, דערקענט ער בלויז א נידריגער פארדארבענער קראנקהייט.

בכלל, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בעת וואס אויף אלע מדות רעות טרעפט מען אימער בספה''ק אויך צדדים טובים, וועט מען אויף די מדה מגונה פון קנאה נישט טרעפן קיין גוט ווארט. זעט אויס אז מ'פארגינט נישט דעם אומפארגינער...

הכלל, וויל איך נאכאמאל באדאנקען ר' יאיר'ן פארן צוברענגען דעם ספעציעל וואונדערליכען שטיקעל, וואס יעדער חלק דערפון, סיי דער מורא'דיגער דיאגנאזע און סיי די געטליכע תרופות, זענען פול מיט דערהויבענע פרישע אומדערהערטע חידושים. אשרינו מה טוב חלקנו שזכינו להתקרב לרבינו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:20 am

קנאת סופרים תרבה חכמה.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:03 pm

אולי צ"ל קנאת חכמה תרבה סופרים וד"ל
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 8:29 pm

ירא שמים האט געשריבן:קנאת סופרים תרבה חכמה.

קנאת סופרים באדייט ''אמביציע'', נישט ''אומפארגינערישקייט".
בעת וואס "אמביציע" ששורשה אין די מידה רעה פון "רוח גבוהה" קען אויך דינען גוטע צוועקן, איז "נישט פארגינען" וואס קומט פון "עין רעה" כולו רע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: די ראלע פון זינד אין דער תורה

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:32 am

קנאה מיינט איך וויל עפעס וואס איך זעע ביי יענעם
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט