די ראלע פון זינד אין דער תורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

די ראלע פון זינד אין דער תורה

שליחה דורך פלאוויוס »

די טעאלאגיע פון זינד

די פרסיים האבן געגלויבט אין צוויי געטליכע כוחות, טוב ורע, גוטס און שלעכטס, און די אנהענגער פון דער אלטער פערסישער רעליגיע גלייבן נאך ביזן היינטיגן טאג אז גוטס און שלעכטס שטאמען פון צוויי באזונדערע געטער. אבער ביי אידן איז דא נאר איין גאט, וואס הערשט איבער גוטס און שלעכטס. דער זעלבער כח וואס שאפט הימל און ערד שאפט אויך חורבן און כאאס, דער זעלבער וואס מאלט אויס בערג און טאלן איז דער וואס מאלט אויס שטריכן פון תוהו און הענגט אויף שטיינער פון בוהו. די מסקנא דערפון איז אז דער זעלבער גאט וואס האט אוועקגעשטעלט די מצוות איז אויך פארבינדן מיט עבירות.

וואס איז דער שייכות וואס גאט האט מיט זינד? דאס איז א פראגע אויף וועלכער ס'האבן זיך געפלאגט נישט בלויז אידישע דענקער נאר אויך נישט-אידישע דענקער פונעם מיטלאלטער. דער פשטות'דיגער ענטפער פון געוויסע טעאלאגן איז, אז זינד איז נישט קיין מציאות פאר זיך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, נאר ס'איז א דערווייטערונג פון גאט. דאס איז א שוואכער תירוץ, וויבאלד דער מציאות פון זינד איז צו אקטיוו אינעם מענטשליכן הארץ פון דער מינוט וואס ער ווערט געבוירן ("בחטא יחמתני אמי"), ביז מ'קען עס נישט שטופן אין דער זייט ווי בלויז א "דערווייטערונג" פונעם מקור. אינעם זעלבן טאג וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אדם הראשון, גאנץ ביים אנהויב פון דער בריאה, איז ער שוין דורכגעפאלן מיט'ן ערשטן חטא.

ס'זענען געווען אויך גוטע אידן וואס האבן געזוכט מלמד זכות צו זיין אויף בעלי עבירה אז דאס וואס זיי טוען איז נישט מיט א כוונה צו זינדיגן, נאר זייטיגע סיבות דערפירן דערצו. א מענטש וואס איז עובר אויף עפעס טראכט נישט אין יענער מינוט פון זינד, נאר זייענדיג אין א נסיון פארגעסט ער אינגאנצן וועגן דעם באגריף פון מצוה און עבירה. און וואס זאל מען זאגן וועגן די אידן וואס האבן געדינט דעם עגל? זיי זענען קוים ארויס פון מצרים, זיי האבן זיך נאכנישט אפגעשאקלט פון די אלטע געוואוינהייטן, זענען זיי דורכגעפאלן. קיין באזונדערע כוונה איז זיכער נישט געווען דערביי.

דאס איז אלעס א פשטות'דיגער צוגאנג צו זינד. נישט בלויז איז דאס פשטות'דיג, נאר מ'קען זאגן אז ס'איז אויך גראבליך. דאס באטראכט דעם מענטש ווי אן אומדיסציפלינירטע בריה וואס קען זיך נישט באהערשן קעגן דעם פרימיטיוון אימפולס, און ער פאלט דורך צוליב געמיינע חיה'שע אינסטינקטן. אמת, נישט אלעמאל איז עס ממש אן אימפולס, ווייל מענטשן קענען אמאל פלאנען חדשים און יארן וויאזוי אונטערצוברענגען א צווייטן מיט דעם גרעסטן מאס רשעות, אבער דאס איז אלעס א תוצאה פון א פראסטן אינסטינקט וואס קען זיך נישט דערהייבן העכער דעם פשוט'ן גרויען טאג-טעגליכן לעבן.

ס'קען זיין אז אין רוב פאלן איז דער דערמאנטער הסבר ריכטיג, דאך איז פאראן אן אנדער מין זינד, וואס איז נישט חלילה להכעיס, אבער ס'איז אויך נישט בלויז פון אן אימפולס צו א זייטיגער זאך, נאר ס'איז א תאווה צו דעם זינד אליין. דאס איז וואס דער פסוק דרוקט אויס אין די ווערטער "מים גנובים יומתקו". חיות האבן נישט קיין תאוה צו זינד ווייל די באגריפן פון "מותר און אסור" איז נישט שייך ביי זיי. אדם הראשון איז געווען די ערשטע באשעפעניש צו הערן דאס קול פון גאט איבער דעם וואס מ'מעג אדער מ'טאר נישט טון, און די תאווה צו עסן פונעם עץ הדעת איז טאקע נישט געווען בלויז א תאווה צו עפל, נאר דוקא צו פארבאטענע עפל.



נחמד למראה וטוב למאכל

אט דאס איז זינד. ס'איז נישט קיין דורכפאל צו עפעס א זייטיגן אימפולס וואס שטאמט נאך פון דער פרימיטיווער חיה אינעם מענטש, נאר ס'איז די עבירה גופא. דאס איז נישט א זינד וואס איין מענטש זינדיגט קעגן א צווייטן, נאר א זינד וואס א מענטש באגייט קעגן גאט און דער סוד פארבלייבט צווישן אים און זיין באשעפער. האט נישט קיין טעות, מ'רעדט נישט פון להכעיס, נאר פון א תאווה וואס ערוועקט זיך דוקא צו דעם וואס איז פארבאטן. די שיינקייט וואס וויקלט ארום יעדן געגנשטאנד וואס גייט אריין אינעם גדר פון איסור. אט די שיינקייט איז נישט בלויז א פאנטאזיע, נאר ס'איז א ממשות'דיג פייער אין הארצן וואס גרעניצט זיך מיט הייליגטום.

איידער איך רעד ווייטער לאזט מיך קלארמאכן אז זינד איז זינד און מ'טאר עס נישט טון, ס'איז נאר וויכטיג צו פארשטיין די אמת'ע דעפינירונג פון זינד. די מענטשליכע תאווה צום פארבאטענעם עפל איז די איידלסטע און נאבלסטע תאווה פון אלע תאוות, וויבאלד דאס איז אן אויסשליסליכע מענטשליכע תשוקה וואס זוכט נישט זיך צו פארשמירן מיט חיה'שקייט, נאר ס'זוכט אן איינטריט צו דעם היכל וואו מ'לאזט אים נישט אריין. איידער דער מענטש האט נישט געהערט דאס קול פון גאט האט ער נישט "געוואוסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס" ווייל זיין נשמה איז נאכנישט געווען אויף דעם שטאפל צו קענען פארשטיין די תשוקה צו סיי וועלכן פון די צוויי.

די תורה איז אנגעפילט מיט הונדערטער לא תעשה'ס, אבער נישט אלע געהערן צו דער זעלבער קאטעגאריע. טייל פון די עבירות זענען שלעכט צוליב דעם וואס זיי זענען חיה'ש, אוממענטשליך, בשעת אנדערע געהערן צום כאראקטער פונעם עץ הדעת (א תאווה צו דערגרייכן דאס אומדעגרייכבארע). די פרשה פונעם עץ הדעת איז א הקדמה צו דער תורה, וויבאלד דאס איז דער הויפט צענטראלער זויל פון דער תורה. די תורה שטעלט דארט אוועק דעם יסוד אז ס'זענען דא נישט בלויז מצוות בין אדם לחברו נאר אויך בין אדם למקום וואס דער מענטש דארף איינהאלטן, און אין יענער ספערע ארבעט זיך אויס די געטליך-מענטשליכע באציאונגען, נישט בלויז אין די מצוות נאר אויך אין די עבירות.


והייתם כאלקים

אין א וועלט וואו ס'זענען דא מצוות וואס איז כדאי צו טון (ד.ה. פאזיטיווע וועגן צו רוחניות) מוזן עקזיסטירן עבירות וואס מ'טאר נישט טון (נעגאטיווע וועגן צו רוחניות), ווייל די תשוקה אין אין תוך גערעדט אן ענליכע. די בענקשאפט וואס דער מענטש האט צו דער מיסטעריע אין דער בריאה, צו גאט און צו הייליגטום, קען נישט ווערן אפגעטיילט פון זיין רייסעניש צו וועלן דינען דעם עגל, אנערקענענדיג דעם פאנטעאיסטישן יסוד אין אלץ און אלעמען. ס'איז א זינד? אודאי איז עס א זינד, אבער נישט אומזיסט זאגן חז"ל "כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו". א מענטש וואס האט א תאווה צו טרינקען וויין מיט גוים מוז פריער דערקענען דעם גאט וואס שטעקט אין הארצן פון דער גאנצער מענטשהייט, און נאר דעמאלט קען ער פילן ווי ער וויל אריבערגיין די רויטע ליניע און צוזאמקלאפן א גלעזל לחיים מיט א גוי. (אויב איז די תאווה נישט מער ווי די תאווה צום גלעזל וויין, געהערט עס נישט צו דער קאטעגאריע פון תאווה צו זינד, נאר ענדערש א תאווה צו וויין.)

די תאווה צו זינד דארף זיין אזא וואס ברענגט נישט דעם מענטש צו חיה'שקייט נאר פארקערט, אזא וואס ברענגט אים צו וויינען. די תשוקה צו די "מים גנובים", וועלכע ס'זאל נישט זיין, מוז זיין אזא וואס ענדלט צו דער התעוררות פון יום כיפור, און צעלאזט אינגאנצן יעדעס פינטעלע פון דער פרימיטיווער חיה'שקייט. דאס איז א דראנג וואס דער מענטש פילט נאך פון יענע ששת ימי בראשית צו וועלן "זיין אזוי ווי גאט" (והייתם כאלקים), און ס'איז דערפאר א רעליגיעזע ערפארונג, ווי מאדנע דאס זאל זיך נישט הערן. אמת'ע זינד איז נישט קיין אבסאלוטע שלעכטס, נאר ס'איז פארקירעוועט פונעם גלייכן וועג, ווי מ'זאל זיך וועלן א רייס טון צו גאט דורך א הינטער-געסל.

ס'איז באקאנט וואס דער גר"א האט געזאגט פאר ר' חיים וואלאזשינער אז דער יצר-הרע קומט מיט מער התהלהבות ווי דער יצר טוב, און די סיבה דערצו איז טאקע דאס, וויבאלד ס'איז שנעל, תיכף'דיג און עקסטאטיש. פון שנעלע עסן קען מען באקומען בויכווייטאג, און די תורה דערמאנט אונז אז דער וואס זאגט אז ס'איז כדאי צו נעמען דעם קורצן וועג איז נאר דער שלאנג, וויבאלד ס'איז נישט קיין גוטער געדאנק צו טון אזוי למעשה. דער שנעלער שפרונג וואס מ'גיבט פארנוצט צופיל ענערגיע אויפאמאל, פונקט ווי א דראָג וואס טרייבט ארויף די עקסטאזע און לאזט איבער דעם מענטש צומארגנס ערשעפט, אזוי אז אינעם לענגערן טערמין פארלירט ער נאר דערפון.


טוב זה יצר טוב, טוב זה יצר הרע (בראשית רבה)

די מסקנא פון דעם געדאנק איז צוויידייטיג. פון איין זייט ברענגט עס ארויף די זינד פון מיסט, ס'שאקלט עס אפ פונעם שטויב וואס רופט זיך סיטרא אחרא און ס'נעמט עס אריין אין דער מחיצה פון גאט (נאכדעם וואס מ'ליידיגט עס אויס פון פרימיטיווע מענטשליכע אינסטינקטן). אפילו דער אנארכיסט וועלכער זוכט צו צעברעכן יעדן סדר אין דער מענטשליכער ציוויליזאציע קען מען שוין נישט פארגלייכן צו א בהמה, וויבאלד די אנארכיע ביי בהמות איז א נאטירליכע, בשעת די אנארכיע פונעם מענטש איז טיילווייז מאטיווירט פונעם בפירוש'ן דראנג צו וועלן אריבערגיין אלע רויטע ליניעס. ס'איז נישט נאטירליך, נאר זינדיג.

פון דער אנדערער זייט לייגט עס ארויף א שווערערע ארבעט אויפ'ן מענטש ביים אונטערשיידן צווישן מצוה און עבירה. א פארברעכן וואס מ'באגייט קעגן א צווייטן מענטש איז זייער קלאר צו דערקענען, אבער אן עבירה וואס מ'באגייט קעגן גאט איז שווער צו דעפינירן. גאט זאגט טאקע אז מ'זאל נישט עסן פונעם עפל, אבער פון וואו רעדט ארויס דאס קול פון גאט אויב נישט פון אינעווייניג אין דער נשמה? און וואס טוט מען אויב אן אנדער קול פון אינעווייניג זאגט אז צו עובר זיין אויף דעם וועט אליין פארוואנדלען דעם מענטש אין א שטיק געטליכקייט, וועט דען נישט דער צדיק פילן צום מערסטן די נאגעניש אין הארצן, צו וועלן לויפן אריינבייסן אינעם עפל?

די תורה פייניגט די נשמה פונעם מענטש, אבער ס'איז א פייניגונג מיט א מטרה. ס'איז א פאדערונג פונעם מענטש צו מוותר זיין אויף א פערזענליכער וואנדערונג אין רוחניות, צו ווערן אליין א גאט, כדי צו קענען שאפן אן אמת'ן קשר מיט גאט. ווען די נביאים האבן געוואלט פארגלייכן די באציאונגען צווישן כנסת ישראל און דעם באשעפער האבן זיי נישט געטראפן קיין בעסערן משל ווי די באציאונגען צווישן צוויי געליבטע, וועלכע ווערן צעריסן פון קעגנזייטיגער בענקשאפט, אבער זיי קענען נישט קומען איינער צום אנדערן. ס'איז נישט קלאר ווער ס'האלט זיי אפ פון זיך טרעפן, אבער ס'איז א בלוטיגער וועג אן קיין טראפ מנוחה, מיט שטורמען און הארצרייסעניש.

***

א וועג פון ייסורים

ווער זענען די שומרים וואס צעבּאַלן דאס מיידל שולמית אונטערוועגנס צו גאט (מצאוני השומרים הסובבים בעיר, הכוני, פצעוני)? דאס איז נישט דער שלעכטער יצר אינעם אייגענעם הארץ, ווייל דער פסוק רעדט וועגן שומרים וואס געפינען זיך אינדרויסן אויף די גאסן. שולמית אליין פארמאגט נישט קיין שלעכטן יצר ביי זיך, וויבאלד זי איז צעברענט אינעם פייער פון גאט און וואלגערט זיך פון ייסורי אהבה. דער וואס צעשלאגט איר זענען די "היטערס אויף די וועגן", וועלכע פארשטייען נישט בכלל צו איר פיין און פאר'משפט'ן איר אלס זינדיגע פאר'ן בלויזן טראכטן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען... זיי זענען איר מחרים פאר דער בלויזער געוואגקייט צו בענקען.

ס'איז נאך דא פיל צו רעדן אין דעם, און דער עיקר איז צו פארשטיין אז ווען חז"ל האבן געזאגט "אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר, אי אפשי לבוא על הערווה, אלא אפשי ואפשי ומה אעשה והתורה אסרה" האבן זיי אראפגעלייגט דעם יסוד אויף דער דיאלעקטישער שפאנונג פון רעליגיע. דער מענטש טאר נישט פיינט האבן די וועלט, ער טאר נישט אראפקוקן אויף יענע טיילן אין דער בריאה וואס זענען פאר אים אויסגעשלאסן, נאר ער דארף אהינקוקן מיט בענקשאפט, ווי דער קינסטלער וועלכער וויל ארויסגיין פון זיין קרייז כדי צו דערפילן די עקזאטישע און פרעמדע ערפארונג.

רעליגיעזיטעט איז נישט קיין רואיגע זאך, ס'איז נישט עפעס וואס לאזט זיך אריינלייגן אין א פירעקיגן שאכטל פון קאנפארמירונג צו סיי וועלכער סיסטעם, נאר ס'איז ווי א רוישיג וואסער וואס לויפט אריין און ארויס, ענליך צום אופן ווי דאס מענטשליכע הארץ איז באשאפן געווארן, נאר די ווערטער פון גאט פרובירן זי איינצוהאלטן אין די ראמען אז זי זאל נישט ארויסגיין און פארפלייצן די וועלט. אמאל גיט זיך עס דעם מענטש איין צו פארהאלטן זיין קינסטלערישן נייגער, זיין דראנג צו אייננעמען פארבאטענע וועלטן, און אמאל קען ער זיך נישט איינהאלטן. איין טאג איז ער א גוט קינד, אבער אין אן אנדער טאג רעבעלירט ער.

אין ביידע טעג, אין די גוטע און די שוואכע, בויט זיך דער מענטש אויס זיין באציאונג מיט גאט, אבער צומאל איז עס דוקא דער שוואכער טאג וואס שטעלט צוריק דעם מענטש אויפ'ן גלייכן וועג, כאטש אומווילנדיג. ווען מ'איז צו וואויל מאכט זיך אמאל אז מ'פאלט אריין אין אן אבסעסיווער פרומקייט, אזוי ווי חוה האט געזאגט פאר'ן שלאנג, אז נישט בלויז וואס זי טאר נישט עסן פונעם בוים נאר אפילו אנרירן טאר זי אויך נישט. זייענדיג אין אזא מצב זוכט נישט דער מענטש קיין העכערס, ער זוכט נאר זיך צו קאנפארמירן צו דער געזעלשאפט, זיין פערפעקט פון יעדער זייט, און פון גאט פארגעסט ער.

בענקען איז אן אקט וואס א מענטש טוט ווען ער איז באגרעניצט קעגן אן אומדערגרייכבארע זאך, און דאס איז א טייל פון דער מענטשליכער ערפארונג. אויב אין גוטע צייטן פארגעסט דער מענטש זיין ציל אין לעבן, קען עס די שוואכע מינוט צוריקברענגען דורכ'ן ארויסצווינגען דעם מענטש פון קאנפארמיזם. דאס וואוילע קינד איז צופרידן מיט'ן לעבן און זוכט נישט גארנישט, אבער דאס אומצופרידענע קינד קערט איבער וועלטן, און דאס איז דאך למעשה וואס דער "שיר השירים" פרובירט צו דערוועקן אין אונזער הארץ – די יונגע ענערגיע וואס איז גרייט אויסצואוואנדערן א וועלט כדי צו טרעפן דעם וועג צו גאט.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר