אויבערלענדער חכם האט געשריבן: סוד העבר
עס איז כדאי מקדים צו זיין אז אין דער וואך'ס פרשה שטייט "אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן", שטעלט זיך די שאלה, וואס מיינט "בעבר הירדן" - די אנדערע זייט ירדן - דאס איז נאר די "אנדערע זייט" רעלעטיוו צו איינער וואס שטייט אויף די "אנדערע זייט". מען זעהט פון דא אז דער תורה איז געשריבען געווארען פון א פערספעקטיוו (perspective) פון איינער וואס איז אין ארץ ישראל, און ער זאגט אז משה איז געווען "בעבר הרדן" - אויף די "אנדערע" זייט ירדן. עיין אבן עזרא והדברים ידועים. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס "מערב" רופט זיך אהן "ים" אין די תורה, ווייל דער "ים הגדול" איז אויף דער "מערב" זייט פון ארץ ישראל.
איך זעה נישט די גרויסע טענה פון בעבר הירדן ווייל עס לאזט זיך גרינג זאגן אז עס איז געשריבן געווארן בעיקר פאר אידן וואס גייען וואוינען אין א"י און לויט זייער פערספעקטיוו, און אזויווי דער רשב"ם סוף פר' חוקת שרייבט
מעבר לירדן יריחו כלומר כנגד ירדן וכנגד יריחו לא למטה בירדן ולא
למעלה מיושבי ארץ ישראל ראוי ליכתב מעבר לירדן לאותם שעברו את הירדן
שלהם קרוי ערבות מואב מעבר לירדן
איר האט פארשטאנען אז דאס איז געווען דעם אבן עזרא'ס פראבלעם צו וואס ער האט געדארפט ברענגען דעם סוד י"ב? איך האב פארשטאנען אז זיין פראבלעם איז געווען די גאנצע הקדמה ביז פסוק ו' וואס איז אנדערש ווי שאר פרשיות התורה און אויך איז עס אנדערש ווי גאנץ ספר דברים ווי משה רעדט בגוף ראשון, און אזוי אויך די אנדערע מ"מ וואס ער ברענגט פון קאפיטל ל"א רעדט אויך בגוף שני, שד"ל אין המשתדל האט פארשטאנען אז די פראבלעם איז מיטן פסוק אחד עשר יום מחורב, (אגב גייט ער דארט ארויס אין א ווילדע rant אנטקעגן שפינוזה פארן אפלערנען דעם אב"ע אז נישט משה האט עס געשריבן)
יעצט זיכענדיג זעה איך אז מטוט און לערנט טאקע ווי אייך אז די פראבלעם איז מיט 'בעבר הירדן'