פארוואס האט מען אזוי שטארק געוויינט?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

פארוואס האט מען אזוי שטארק געוויינט?!

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 1:05 am

לרגל מיין 900'סטע תגובה.


א.


ט' כסליו תשס"ה.

שמים התקדרו בעבים. די מיטה פון הגה"צ רבי אליעזר געלדצעהלער זצ"ל איז אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד, צוגעפירט געווארן צום ארון קודש, און איז גלייך בארינגלט געווארן מיט הונדערטער תלמידים. טויזענטער אנדערע האבן זיך געשטופט אין און אינדרויסן פון ביהמ"ד. דאס איז געווען דער שווארצער טאג, ווען דער ראש ישיבת 'אור ישראל' – הגה"צ רבי אליעזר געלדצעהלער, איז אוועק, נאכן זיך מוטשענען מיט יסורים ומכאובים כמעט א יאר, נאך אן עקסידענט אין ארץ ישראל באזוכנדיג זיינע תלמידים.

איך געדענק דעם טאג בעיקר צוליב וואס איז געשען אין ביהמ"ד. ווי אלע אנדערע נייגעריגע אידן, בין איך אויך געקומען צו זיין לויה, לראות מה זה ועל מה זה. צו מיין שאק און וואונדער, האב איך געהערט עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט געזען אין קיין אנדערע פלאץ ביי א לויה: צענדליגע צו הונדערטע מענטשן זענען געשטאנען ארום די מיטה, און געוויינט מיט הארצרייסנדע געוויינען, זיי האבן אמת'דיג געקלאגט ווי קליינע קינדער וואס מ'האט זיי צוגענומען זייער פאטער. דאס זענען אבער נישט געווען זיינע ביאלאגישע קינדער, דאס זענען געווען זיינע תלמידים פון ישיבה. זיי האבן באוויינט דעם פטירה פון זייער ראש ישיבה אזויווי קינדער באוויינען זייערע עלטערן. דער מאמר חז"ל 'כל המלמד את בן חבירו תורה, מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו', האט באקומען א נייע באדייט אין מיינע אויגן.

אריינטראכטנדיג טיפער, האב איך מיך נישט געקענט דערמאנען פון קיין איין איינציגסטע אנדערע לויה (זייט רבי מאיר שפירא'ס לויה אין לובלין) פון א גדול בישראל, א ראש ישיבה, וכדומה, וואס זייער פטירה האט אזוי צושאקלט די הערצער פון זייערע תלמידים [חוץ פון געוויסע גדולי הדור. למשל סאטמארער רב, אדער רבי עובדיה יוסף]. האב איך טאקע געהערט אז 'ר' אליעזר' איז געווען מער ווי סתם א ראש ישיבה, אבער כ'האב דאס קיינמאל נישט 'געזען', און כ'וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט עד היכן הדברים מגיעים.

אביסל שפעטער איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א בחור, א תלמיד פון רבי אליעזר געלדצעהלער, און כ'האב אים געפרעגט מיין שאלה: וואס איז אייגענטליך געווען אזוי ספעציעל מיט זיין ראש ישיבה, אז ווען ער איז אוועק האבן זיינע תלמידים אים באוויינט מיט בכיות נוראות. זיין תלמיד האט מיר פארציילט פארשידענע סיפורים ארויסצוברענגען דעם דמות פון זיין ראש ישיבה. און דאן האט ער געזאגט אז אממערסטענס וועט דאס פאלגענדע מעשה ארויסברענגען ווער רבי אליעזר איז געווען.

און אט איז וואס ער האט דערציילט:
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 1:06 am

ב.


מחנה אור ישראל, קיץ תשס"ג.

עק צו עק איז געווען פיל מיט בחורים, און א טאפענדע שטילקייט האט געהערשט אינעם שיעור צימער, ווען דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן רעדן. יעדער האט געוואוסט אז על פי חשבון האט ער נישט פארוואס צו רעדן יעצט ספעציעל צו דעם כיתה, און אודאי האט דער פלוצלינג'קייט מיט וואס ער האט צאמגערופן דעם כיתה, נאר צוגעלייגט צום מיסטעריעזקייט פון דעם דרשה וואס ער האט יעצט אנגעהויבן.

רבי אליעזר האט אויסגעזען ווי א ריכטיגע שרעקעדיגע מענטש. זיינע פעך שווארצע האר, זיינע בריסקע-שיעור פיאות, זיין לאנגע בארד, און זיין הויכע מאיעסטעטישע געשטאלט, האבן זיך אויסגעמישט מיט זיינע שארפע דורכדרינגליכע אויגן, הויכע שטערן, און היבש-הייזעריג גאר הויכע קול. ווען ער האט געגעבן א מוסר שמועס, האט ער באנומען יעדנס ביינער, אבער ווען ער האט אריינגעגעבן א פארציע פאר איינעם, האט יענער געהאט א פחד פון אים. און אעפ"כ איז ער געווען דער ליבליכער ראש ישיבה. ווייל ער האט געוואוסט וויאזוי מעורר צו זיין א יראת הכבוד, און נאכאלס בלייבן היימיש און צערטליך צו זיינע תלמידים.

דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן רעדן איבער די חשיבות פונעם כיתה, וויאזוי דער עולם לערנט בהתמדה, און ווי שטארק ער האט הנאה פון די בחורים. דערנאך איז ער אריבער צו רעדן איבער דעם פאקט, אז צומאל מאכט זיך אז א בחור האט א ירידה, און דאס איז א נארמאלע פארשטענדליכע זאך, און מ'איז זיך מחזק און מ'הייבט אן פון פריש. אבער – האט ער אויסגעפירט – ס'דא געוויסע זאכן וואס דאס ברענגט אראפ דעם בחור אויף אזא אופן, אז נאכדעם איז זייער זייער שווער זיך צו דערהייבן. און פון אזעלכע זאכן דארף מען זיך דערווייטערן כמטחוי הקשת, און אויב איינער פאלט זאל מען ח"ו נישט מיטפאלן מיט אים.

אלס משל האט ער געברענגט די לעבעדיגע 'ווייערס' וואס זענען דא ביי די 'טרעין-טרעקס'. ווען איינער כאפט אן אזא ווייער, שטארבט ער גלייך ה"י, אבער נישט יעדע לעבעדיגע 'ווייער' הרג'עט אפ א מענטש אויפן פלאץ. און ער האט צוגעענדיגט שארפערהייט: נישט יעדע זאך הרג'עט אפ א בחור אויפן פלאץ, אבער ס'דא געוויסע זאכן וואס אויב מ'רירט דאס צו – קען מען זיך אינגאנצן אפ'הרג'ענען רח"ל. און מיט דעם האט זיך געענדיגט דעם מיסטעריעזן דרשה, וואס רוב בחורים האבן נישט פארשטאנען אפילו נאכדעם וואס ער האט געוואלט, וואס ער האט געזאגט און וואס ער האט געמיינט. רוב בחורים, ווייל א מיעוט האבן פארשטאנען. זיי האבן פארשטאנען, ווייל זיי האט מען געמיינט.

אפאר חדשים שפעטער האט מען אנגעהויבן הערן פון די בחורים, וואס רבי אליעזר האט געמיינט, און פארוואס ער האט גערעדט אזוי אומקלאר. געוויסע בחורים, צווישן זיי – חשובה בחורים, האבן אנגעהויבן טון מעשים אשר לא יעשו בעניני קדושה, וד"ל. רבי אליעזר האט זיי אריינגערופן בעפאר די מגיפה וועט פארשפרייט ווערן, און האט זיי מסביר געווען אז פאר זייער טובה זאלן זיי זיך אפשאקלען פון די מעשים מגונים. און נאכדעם האט ער געגעבן דעם דרשה פאר די כיתה, כדי ארויסצוברענגען זיין נקודה במשנה תוקף. ווער ס'האט געדארפט פארשטיין, האט גלייך פארשטאנען וואס די ווערטער וועגן 'אנכאפן' און 'גע'הרג'עט ווערן' מיינען, און ווער ס'האט נישט געדארפט פארשטיין, האט טאקע גארנישט פארשטאנען. דאס האט געוויזן מער אויף די חכמה פון רבי אליעזר, להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד.

ס'האט געדויערט א לענגערע צייט צו כאפן, אז רבי אליעזר האט באמת געהאט א טיפערע כוונה מיט זיין דרשה אזוי ברמיזה. וויבאלד די בחורים הנוגעים למעשה וואלטן פארשעמט געווארן בשעת'ן דרשה, איבערהויפט אויב די בחורים וואלטן געכאפט אז 'מ'דארף נאכגיין ווער און וואס פונקטליך', ממילא האט ער געהאט די ריכטיגע שפראך וואס יא צו זאגן און וואס נישט, כדי ח"ו נישט פוגע צו זיין אין די בחורים מער פון די הכרח, דורכן ארויסברענגען די נקודה ברמז.

אט דאס – האט זיין תלמיד אויסגעפירט – באצייכנט דעם דמות פון אונזער ראש ישיבה. ווייל בשעת זאכן פארן נארמאל איז נישט קיין קונץ צו זיין געשמאק און העפליך צו יעדן, נאר דווקא ווען ס'איז יא דא א רעכט צו 'אריינפליקן', דעמאלס ווייזן זיך ארויס די ריכטיגע קאלירן פון א מענטש, און אזויווי חז"ל זאגן אז א מענטש איז ניכר 'בכעסו' און נישט ווען זאכן פארן כהוגן. און רבי אליעזר געלדעצעהלער, אפגעזען פונעם רוחניות'דיגן צושטאנד פון זיינס א תלמיד, איז ער געווען זייער טאטע, און אלס טאטע האט ער נוהג כבוד געווען די מערסטע שייך מיט זיינע קינדער.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 1:06 am

ג.


ז' אדר, ב' אלפים תפ"ח.

עדרי צאן מיט אלטיטשקעס, מענער און פרויען, מיליאנען מענטשן זיצן און וויינען בדמעות שליש. זייער באליבטער מנהיג, איז היינט אוועק פון דער וועלט, נאכן פירן די מיליאנען מענטשן נאך זיין הנהגה שוין איבער פערציג יאר, כולם שוים לטובה. די מיליאנען זענען פון דאס אידישע פאלק, און זייער מנהיג איז 'משה רבינו'. ס'גייט אדורך א טאג נאך א טאג, און די אידן קענען זיך נישט בארואיגן, טייכן טרערן פארלאזן זיי טעג נאכאנאנד, און פון טעג ווערן וואכן. א פחד פון א זאך, איבער פיר וואכן זיצן מיליאנען מענטשן לעבן דאס לענדל מואב, און באוויינען זייער הונדערט-און-צוואנציג יעריגער פירער'ס פטירה! גאנצע דרייסיג [!] טעג האבן די אידן באוויינט משה, ווי דער פסוק זאגט (ומשה כותב בדמע): ויבכו בני ישראל את משה בערבת מואב שלשים יום, ויתמו ימי בכי אבל משה (דברים לד, ח).

ס'זעט אויס ווי דער אידעאל. א מנהיג לרבבות אנשים, א חכם מחוכם, אוהב ואהוב על הבריות, גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער א חלל, און דער גאנצער עולם באוויינט דעם 'אבי אבי, רכב ישראל ופרשיו'. ס'קען זיך דאכטן אז כלל ישראל האט בחיי המנהיג אים גאר שטארק אויסגעלויבט און געליבט, געשעצט און געערט. און יעצט אז ער איז אוועק, קענען זיי נישט צו זיך קומען פונעם גרויסן אבידה.

אבער לאמיר נאר דורכגיין געציילטע פרשיות התורה, און זיך איבערצייגן וויפיל כבוד און שעצונג און רום זיי האבן געטיילט פאר זייער איבערגעגעבענעם פירער, משה רבינו. אנגעהויבן פון זייער ערשטער נסיון ביים מדבר, בעפאר דער ים סוף האט זיך געשפאלטן, האבן שוין די ליידיגגייערס בקצה המחנה אנגעהויבן צו בונטעווען (שמות יד, יא): המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר?! מה זאת עשית לנו להוציאנו ממצרים. א רגע צוריק האט מען אנגע'מקל'ט די מצריים צען מאל, ביז דער פארריקטער עקשן פרעה האט אויך געמוזט נאכגעבן, און דא שרייען שוין די חברה אויף משה! גלייך נאך קריעת ים סוף, ווען די אידן האבן שוין געגלייבט אין זיינע כוחות 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', האבן זיי גלייך פארפירט אין מרה און נאכהער אין מדבר סין פאר וואסער. אבער די נידעריגע שפראך (שם טז, ג): מי יתן מותנו ביד ה' בארץ מצרים בשבתנו על סיר הבשר באכלנו לחם לשבע, כי הוצאתם אתנו אל המדבר הזה להמית את כל הקהל הזה ברעב.

און די סארט שפראך איז אנגעגאנגען א גאנצן צייט, ביים ווארטן אויף עסן, און גלייך נאכדעם אויפן 'לחם הקלוקל', ביים שלאגן דעם שטיין דעם ערשטן מאל, און ביים שלאגן דעם שטיין צום צווייטן מאל, ביים שיקן די מרגלים, און סתם אזוי ווען זיי האבן מחליט געווען צו 'קוועטשן' – 'ויתלוננו העם', און אזוי נאנסטאפ זענען אנגעגאנגען טענות ומענות. אבער אויב דאס אלעס וואלט מען נאך בדוחק געקענט פארענטפערן, אז דאס איז נישט געווען געריכטעט קעגן משה אליינס, נאר קעגן זייער אפיציעלן אומגליקליכן צושטאנד, האב איך נאך אפאר גוטע מעשיות וואו מ'זעט א נעגאטיווע בליק אנטקעגן משה'ן אליינס.

שוין אפגערעדט פון עדת קרח, וואס זענען געקומען מיט איין ציל: צו שרייען 'מדוע תתנשאו על קהל השם' (במדבר טז, ג), און זיין עדה איז נישט נאר באשטאנען פון נוגעים בדבר, ווי די לויים וואס האבן געהאפט צו קענען 'איינקעשן' דערויף, נאר אויך פון סתם מענטשן וואס האבן געקוקט מיט א קרום אויג אויף משה. איז אויך געווען סתם עפעס א מיאוס'ע בליק פון מאנכע, וואס האבן באשולדיגט משה רבינו מיט כל דבר אסור. ווי חז"ל זאגן, זענען געווען מענטשן וואס 'והביטו אחרי משה' און זיי האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן אויף אים, אז ער האט געמאכט אן אוהל אינדרויסן פון אידישן לאגער כדי צו קענען מזנה זיין מיט אשת איש ווען ס'נישטא קיין איבעריגע אויגן.

כאטש ס'איז מער מסתבר אז מ'האט נישט ממש געהאלטן אזוי, נאר ס'איז געווען מער אזא חוזק'דיגע בליק אויף משה, כלומר 'וואס זוכט ער אינדרויסן'... זעט מען אבער איין זאך קלאר: שעצונג און ליבשאפט צו משה, האבן זיי נישט געשפירט. וכאן הבן שואל, וואס איז געווען פשט פון זייער געוויינעריי פאר דרייסיג טעג נאכאנאנד איבער משה רבינו'ס פטירה? צו האבן זיי ריכטיג אפגעשאצט זייער פארלוסט? מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? אודאי איז משה רבינו געווען מער א שרעקעדיגע פירער, אזא איש אלקים, בכלל נישט אזא ליבליכע סארט 'רבי אליעזר געלדצעהלער', אבער פארט דארף א הסבר פון וואו קומט אזא טיפער טרויער איבער א העלד וואס מ'האט נישט ריכטיג אפגעשאצט און געשעצט בחייו כבמותו.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 1:07 am

ד.


יגעתי ומצאתי. אין די וואכעדיגע פרשה הייבן מיר אן ספר דברים, בזה הלשון: אלה הדברים אשר דבר משה אל ישראל בעבר הירדן, במדבר, בערבה, מול סוף, בין פארן, ובין תפל ולבן, וחצרת, ודי זהב. די מאדנע שפראך פון אויסרעכענען אכט פלעצער 'וואו' משה האט גערעדט די קומענדיגע דיבורים, דערמאנט אביסל פון דער וואס וויל זיך טרעפן מיט זיין חבר אין ירושלים ביים 'פינת בר אילן, ירמיהו, עלי הכהן, צפניה', און כ'געדענק-שוין-נישט-וואס-נאך... [אדרבה יבואו הזוכרים ויזכירו]. רש"י איז שוין מסביר אז די אלע פלעצער זענען פלעצער וואו די אידן האבן געזינדיגט אין מדבר, און משה האט דאס אלעס דערמאנט אין זיין לעצטע – און שארפסטע – מוסר שמועס פאר כלל ישראל, אין זיין לעבן.

און די סיבה פארוואס דאס שטייט אזוי אומקלאר, איז רש"י מסביר: לפי שהן דברי תוכחות, ומנה כאן כל המקומות שהכעיסו לפני המקום בהן, לפיכך סתם את הדברים, והזכירם ברמז מפני כבודן של ישראל. דהיינו, אז משה רבינו האט רחמנות געהאט אויף די אידן, און ער האט דערמאנט די גאנצע רשימה פון זייערע 'שייגעץ שטיק' אזוי ברמיזה. בדרך כלל ווען מענטשן ליינען דעם רש"י, זוכן זיי – און טרעפן - סך הכל אן ערקלערונג פארוואס ס'שטייט אזא אינטרעסאנטע שפראך אין פסוק. אבער איך האב דא געפינען אן אומאויפגעכאפן יסוד גדול, א געוואלדיגע נקודה, וואס ווארפט א ליכט אויף משה רבינו'ס לעבן און זיין קשר מיט כלל ישראל.

ווילאנג משה רבינו האט געדארפט זיין מנהיג ישראל, איז ניטאמאל געווען שייך ער זאל זיין א 'פריינט' מיט יעדן יחיד. דאס האט אהרן געטון זייענדיג דער 'אוהב את הבריות ומקרבן לתורה'. משה רבינו האט גערעדט מיט גאט אליינס יארן נאכאנאנד, באקומען די תורה, אליינס באשאפן א לוחות, אויסגעלערנט כלל ישראל פסקי דינים, און זיי עמטליך געפירט אין מדבר, און מלחמה געהאלטן מיט עמלק, סיחון, ועוג. ער האט זיך געהאלטן אביסל ווייט, און כלל ישראל האט זיך געהאלטן ווייט פון אים. וואס דארף מען מער פון דעם, אז זיין אייגענע בלוט און פלייש, אהרן און מרים, האבן געהאלטן אז ער פירט זיך אויף צו בגדול'ט, אזש ס'האט זיך אויסגעפעלט אז דער אייבערשטער אליינס זאל מעיד זיין אויף זיין גרויסקייט און אויסדערוועלטקייט, וואס שטערט אים נאכאלס נישט פון זיין דער 'עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה'.

אבער ווען ס'האבן זיך דערנענטערט די ימי הפטירה, איז זיין 'דזשאב' געווען מער-ווייניגער 'וועל דאן'. יעצט איז געקומען דער עיקר תפקיד, זיי אנצוגרייטן צום אריבערגאנג פון זיין אייגענע הנהגה צו יהושע'ס הנהגה, און דאס איז געווען פארבינדען מיט קלאר מאכן פאר די אידן וואו זיי זענען אלס פארקראכן די לעצטע פערציג יאר, סיי זיי מעורר צו זיין לתשובה, און סיי זיי זאלן געדענקען וואספארא טעותים נישט צו באגיין ווידעראמאל אין ארץ ישראל. יעצט האט ער געהאט די מעגליכקייט זיך צו דערנענטערן צו יעדן יחיד ויחיד, און רעדן צו זיי אויף זייער שפראך. גלייכצייטיג וועט דאס זיין א שעת המבחן ארויסצוברענגען משה רבינו'ס אייגענע געפילן, געדאנקנסגאנג, און ליבשאפט, צום כלל ישראל.

משה רבינו דארף ענדליך נעמען דעם שטעקן, און אריינגעבן פאר די אידן פאר אלע עגמת נפש וואס זיי האבן אים פאראורזאכט די לעצטע פערציג יאר, אודאי קען מען זיי נישט שוינען, אודאי מוזן זיי חרטה האבן דערויף, און נאר אזוי וועלן זיי קענען זיין גרייט פאר א נייע הנהגה, אין א נייער ארט. אבער משה רבינו ווייזט פאר כלל ישראל זיין טיפע ליבשאפט צו זיי. ער גייט פארשרייבן נאר ברמז וואס זיי האבן געטון, 'מפני כבודן של ישראל'. כאטש ההכרח לא יגונה, שפארט מען איין דאס מערסטע בושות שייך. אודאי פעלט זיך אויס צאמצורופן די גאנצע כיתה, און רעדן וועגן 'וואס מ'טאר נישט טון', אבער אז מ'קען רעדן ברמיזה איינצושפארן אביסל בזיונות פאר די באטרעפנדע, דעמאלס וועט מען רעדן נאר פון 'טרעין טרעקס' און 'תופל ולבן'.

נאכן צוזען אזא אמת'דיגע אהבה, האבן די אידן הערשט יעצט פארשטאנען די ריכטיגע מאס ליבשאפט וואס זייער מנהיג האט געשפירט צו זיי אלע יארן, נאר האט דאס נישט געקענט ארויסברענגען אל הפועל צוליב דעם וואס זיין תפקיד איז געווען אוועקצושטעלן די תורה אלס פונדאמענט פאר כלל ישראל. אבער יעצט, אז די מחיצות זענען אפגעטון געווארן, האבן די אידן געכאפט וויפיל חמלה משה רבינו האט געהאט אין זיך די גאנצע פערציג יאר. וויפיל ער האט זיך באמת מוסר נפש געווען נישט צו פארלענדן כלל ישראל ביים חטא העגל, חטא המרגלים, עדת קרח, און נאך. און דערפאר האבן זיי אים באוויינט דרייסיג טעג נאכאנאנד, פון טיפקייט פון הארץ, באדויערנדיג דעם פארלוסט פון זייער ליבליכן פאטער, רבי, ראש ישיבה, און מנהיג – משה רבינו. א געוואלדיגער נקודה למחשבה וואס מ'לערנט ארויס פון דעם וואכעדיגן סדרה, איבערן דמות הבהיר פון משה רבינו.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 1:07 am

ה.


קאווע שטיבל, מאז ועד עתה.

בעצם האב איך שוין פארענדיגט מיין נקודה אין די פריערדיגע קאפיטלען, און דאס פאלגענדע איז נישט קיין הכרח צו פארשטיין די אויבנדערמאנטע נקודה, און כ'האב עס נישט געשריבן כדי צוצוקומען צו די פאלגענדע ווערטער. אבער מכל מקום עצור במילין לא אוכל, און כ'וועל אויסנוצן דעם באלעמער צו רעדן בשבחו פון אונזער אלעמען באליבטער איש יקר באנשים, אהוב למעלה ונחמד למטה, ריח"ו נודף למרחוק כריח ניחוח אשה לה', ה"ה ידידינו הדגול זקן החבורה @שמעקעדיג שליט"א.

ב"ה אז שמעקעדיג לעבט און לאכט, און כ'דארף אים נישט מספיד זיין און ציען א פאלארעל פון משה רבינו און רבי אליעזר געלדעצעהלער ביז אים... זאל ער ווייטער לעבן און לאכן און מהנה זיין דעם כלל מיט זיינע פילפארביגע געדאנקען. אבער וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז, אז טאקע דער זקן השבט, דער אומאפיציעלער 'מנהיג' פון קאווע שטיבל, דער וואס באגלייט איר שוין פון וויגל ארויס, און דער וואס איז מקבל יעדן נייעם ניק באהבה רבה, דער וואס האט שוין געשריבן די מערסטע תגובות, געגעבן די מערסטע לייקס, און באקומען די מערסטע לייקס, ער איז אויך א ספעציעלער מוסטער פאר אלע תושבי מדינת 'קאווע שטיבל'.

שמעקעדיג איז נישט קיין נטורי קרתא'ניק, ער איז ווייט פון דעם, אבער ער וועט זיי לאזן אויסרעדן.
שמעקעדיג איז נישט קיין מזרח'יסט, אבער ער וועט זיי נישט פארשרייען.
שמעקעדיג קען זיין פאר'מיאוס'ט פון געוויסע ניקס, אבער ער וועט זיי נאכאלס מכבד זיין.
שמעקעדיג קען זיך עקלען פון א שאנדפולע תגובה, אבער ער וועט – נישט איגנארירן, נאר – מסביר זיין איידעלערהייט פארוואס די פריערדיגע תגובה פאסט נישט.
שמעקעדיג וועט איבעראל אריינרעדן, נישט ווייל ער מוז איבערלאזן זיין חותם איבעראל, נאר ווייל ער קען באשטיין מחיה צו זיין דער וואס האט געעפנט די אשכול.

שמעקעדיג איז א מוסטער פאר יעדן איינעם, אלס איינער וואס איז דער עלסטער מיטגלידער, וויכטיגסטער מיטגלידער, און באוואוסטסטער מיטגלידער אין קאווע שטיבל, אבער גלייכצייטיג דער בא'טעמ'סטער מיטגלידער. איינער וואס ווען ער געט זאפטיגע פסקים, גייט דאס נאכאלס ברמיזה, אז מער פון די הכרח – זאל זיך א צווייטער נישט פארשעמען ח"ו.

ממנו ילמדו וכן יעשו! ותשואת חן חן למורינו הרב שמעקעדיג שליט"א.

אז כ'האב שוין מקדיש געווען מיין מאמר פאר שמעקעדיג, האב איך שוין איבערגעלאזט 'זיין' חותם דערויף דורך די ערשטע צוויי אותיות פון יעדע פון די פיר קאפיטלען [ביזן יעצטיגן קאפיטל, וואס רעדט עמטליך פון שמעקעדיג זעלבסט]. די ערשטע קאפיטל הייבט זיך אן מיט 'שמ', די צווייטע מיט 'עק', די דריטע מיט 'עד', און די פערטע מיט 'יג'. און צוזאמען שטעלט דאס צאם די ווארט 'שמעקעדיג'...!
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג יולי 20, 2015 9:20 am

סימפלי מארוועלעס..

און איך האלט די זעלבע לגבי שמעקעדיג מיין פעיווערעט, מיר אלע שפירן אזוי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3648 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 20, 2015 12:31 pm

אוי גאש, איך רייב מיר מיינע אויגן,
עפעס קוקט מיר אויס ווי א עס קומט באלד א קאלערוואר אויסגעשריי...................
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 20, 2015 3:52 pm

@שמעקעדיג, פארפאלן. וואס איז אמת איז אמת! חוץ אויב דו גייסט מאכן קאלערוואר און דו גייסט דיך ארויסשטעלן צו זיין יענע באנדיט...

אבער לויט ווי ס'זעט אויס, איז עס א טריקענע פאקט:
שמעקעדיג איז פון די חשוב'סטע - אויב נישט די סאמע חשוב'סטע - ניק ביי אונז אין שטיבל.

מיר אלע שעצן דיר, און מיר דארפן זיך אלע לערנען פון דיר!
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יולי 22, 2015 5:07 pm

@שמעקעדיג, קלאפ ארויס דעם אשכול פון קאמפיוטער, און 'לערן' עס אדורך מיט דיין ווייב ביים שבת טיש...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:29 am

איך האב צאמגענומען די לאנגע מאמר און מסדר געווען אין פי. די. עף.

להנאת הציבור:
בייגעלייגטע פיילס
פארוואס האט מען אזוי שטארק געוויינט!.pdf
(206.84 KiB) אראפגעלאדנט 125 מאל
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:28 am

להנאת הציבור אדער להנאת היחיד?
(איך בין נישט זיכער אז נאך איינער אויסער מיר האט הנאה דערפון...)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18488 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג דעצעמבער 06, 2015 10:17 am

.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך Chasidishmashpia » זונטאג מערץ 13, 2016 4:35 am

זייער שיין ארויס געברענגט מו"ר הרה"י זצ"ל
Chasidishmashpia
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:01 pm

שוין אדורך א קיילעכיגע יאר, מ'האלט ווידער ביי פרשת דברים.

און יא, די שבחים אויף @שמעקעדיג זענען נאכאלס אקטועל...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:20 pm

זייער שטארק ארויסגעברענגט מורינו הגה"צ הראש ישיבה זצ"ל נאר א תלמיד פון די כתה וואלט געקענט קענען די מעשה מיט די "טרעין טרעקס"
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:58 pm

שש משזר האט געשריבן:@שמעקעדיג, קלאפ ארויס דעם אשכול פון קאמפיוטער, און 'לערן' עס אדורך מיט דיין ווייב ביים שבת טיש...

שש משזר: יא. אבער די שאלת השאלות איז, אויב דאס וועט צוהעלפן באצאללן דעם מארגידזש אדער די חודש'ליכע רענט...!
אדער אפשר גאר קענמען קויפן פאר דעם א פאר חלות אויף שבת. אדער א באטל מילך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9144 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 6:57 pm

די מאמענט האט די וואך א הערליכע ארטיקל אויף הרה"ג ר' אליעזר געלדצעהלער זצללה"ה ס'וואלט געווען כדאי עפענן אן אייגענעם אשכול פאר דעם
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:33 am

ענדליך . איך ווארט שוין אויף דעם יארן . איך האף אז זיי האבן עים ברייט באשריבן כדבעי און נישט געמאלן וואסער
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1745
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 887 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יולי 27, 2017 11:54 am

יא, כ'האב טאקע אויך געקויפט דעם מאמענט וואס באשרייבט הרב געלדצעהלער, און איך פארשטיי שוין איינמאל וואס יענער תלמיד [פון מיין אויבנדערמאנטער סיפור] האט געמיינט ארויסצוברענגען.

עפעס א ספעציעלע 'טאטש' האט ער געמוזט האבן מיט זיינע תלמידים.

יהא זכרו ברוך, און הלוואי זאלן אנדערע ראשי ישיבות ווי סתם רבנים ומנהיגים זיך לערנען וויאזוי צו זיין באליבט ביי די וואס געהערן צו זייער קהילה וכדומה, אנשטאטס שפירן א יאך פון א כבוד נאכלויפער.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

Re: פארוואס האט מען אזוי שטארק געוויינט?!

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:49 pm

ברוך הבא!

זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בו!

ברוך מחיה מתים!

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1957
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2816 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:52 pm

האסט ערשט יעצט געקויפט די יעניגע מאמענט?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:27 pm

נעה, קיין תחיית המתים, סתם מקפיץ געווען זיין אלטע תגובה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:32 pm

ער איז שוין לאנג דא מ'זעהט אים כסדר לייקן
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 657 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:09 pm

diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:02 pm

דעם שבת איז הגר"א געלדצעהלער זצ"ל'ס 14'טע יאהרצייט
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1008
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 847 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1034 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט