מיט א טיפערן בליק -שבת חזון-ת"ב - א מעשה ווערד צו ליינען!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק -שבת חזון-ת"ב - א מעשה ווערד צו ליינען!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת דברים תשע"ה
שבת חזון - תשעה באב
זוכה ורואה בשמחתה..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שבת חזון! ס'נעמט ארום א געפיל פון פארקלעמטקייט, אט שטייען מיר שוין נאכאמאל ביים שוועל פון שבת חזון ערב תשעה באב, און ליידער דארפן מיר זיך זעצן אויף דער ערד אין דעם ביטערן גלות, מיר האבן אזוי געהאפט און געבענקט אז אפשר וועלן מיר שוין דאס יאר זוכה זיין צו פראווענען דעם טאג מיט פרייליכקייט אין די גאסן פון ירושלים עיר הקודש אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען, ס'רייסט ביים הארץ די ווערטער פון חז"ל אין מסכת יומא "כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו" איעדע דור וואס די בית המקדש איז אין אירע טעג נישט געבויעט געווארן איז עס כאילו ס'איז אין אירע טעג חרוב געווארן, דאס הייסט אז אויב וואלטן מיר פאריאר געהאט די בית המקדש וואלט עס דאס יאר חרוב געווארן... און ווען דער אידעלע זיצט אויף די ערד וויינט ער ווייל פון אינעווייניג שרייט זיך ארויס ..טאטע מיר זענען אזוי צומישט און צוטומלט אז מיר ווייסן ניטאמאל קלאר אויף וואס א איד דארף וויינען, די גלות איז שוין אזוי לאנג אז מיר ווייסן שוין נישט אויף וואס צו האפן און בעטן, רבש"ע אונזער גרעסטע ווייטאג איז דאס אז מיר שפירן נישט אמת'דיג וואס ס'פעלט אונז, ס'הערשט א שרעקליכע בלבול הדעת די מח איז צומישט, מיר שפירן נישט ווי ביטער ס'איז אונז אז מיר האבן נישט דעם הייליגן בית המקדש... דער איד איז טאקע צובראכן און צוקלאפט אבער אין די זעלבע צייט ווערט ער איבערגענומען מיט א געפיל אז ..דאס איז עס, ס'איז שוין גענוג געווען, ס'איז צייט אנצופאנגען טוען צו דער זאך און זוכה זיין צו דעם גאולה שלימה וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בב"א.

טייערע ברידער 'יעצט' איז די צייט, דוקא יעצט ווען ס'טוט וויי, דוקא יעצט ווען מיר זיצן און וויינען אויף דעם גרויסן חורבן און די הארץ רייסט, רופט, בענקט און האפט אהיים צו גיין, יעצט איז די צייט זיך אויפצווועקן פון שלאף און מאכן דעם אמתע חשבון און זיך פרעגן וואס האט אונז פארטריבן פון ירושלים? וואס האט חרוב געמאכט אונזער בית המקדש? און פארשטייט זיך פרעגן וואס קענען מיר טוען אז תשעה באב תשע"ו זאל בסייעתא דשמיא געפראוועט ווערן אין ירושלים עיר הקודש בתופים ובמחולות?

מיר רופן דעם שבת 'שבת חזון', ווייל מיר ליינען דעם הפטרה פון חזון ישעיהו בן-אמוץ וכו', דער נביא ישעיהו זאגט אונז דעם ווייטאגליכע נביאה, צווישן די שורות זאגט ער אונז דעם דבר ה' אז אויב וועלן מיר נישט תשובה טוען ..ובפרישכם כפיכם אעלים עיניי מכם גם כי תרבו תפילה אינני שומע ידיכם דמים מלאו - ווען איר וועט אנפאנגען דאווענען און בעטן וועל איך זיך פון ענק אוועק דרייען און צו אייערע תפילות זיך נישט צוהערן, ווייל אייערע הענט זענען בליטיג, שרעקליכע ווערטער וואס גייט טיף אין הארץ אריין... אבער דער נביא זאגט אונז טייערע אידעלע געב קיינמאל נישט אויף ווייל ס'ליגט פאר דיר די געוואלדיגע מתנה פון תשובה ..טוט תשובה און הקב"ה וועט ענק מוחל זיין און נישט סתם נאר כשלג ילבינו מיר וועלן ווערן אינגאנצן אויסגעוואשן ווי שניי ווייס, ישעיהו הנביא רעכנט אונז אויס צעהן יסודות פון תשובה און דאס לעצטע איז ריבו אלמנה – נעם דיך אָן פארן אלמנה, לייג דיך אריין און קעמף פאר אירעט וועגן...

מיר ווייסן דעם כלל פון אחרון אחרון חביב - דער לעצטער איז די חשובסטע, נו אויב אזוי איז כדי זיך אפצושטעלן און זיך פרעגן וואס מיינט דאס 'ריבו אלמנה' נעם דיך אָן פארן אלמנה? אז מען קוקט אריין אין רש"י הקדוש אין פרשת משפטים זאגט רש"י אז ס'מיינט נישט דוקא אַן אלמנה א פרוי וואס האט פארלוירן איר מאן, ס'מיינט איעדע צוקלאפטע מענטש וואס דארף חיזוק און הילף, די פסוק ניצט דער לשון פון אלמנה ווייל בדרך כלל איז דער אלמנה איינער וואס דארף חיזוק, נו אויב אזוי ליגט דאך פאר אונז די הייליגע סגולה פון דער נביא ישעיהו אז כדי מיר זאלן זוכה זיין צו דעם גאולה פארלאנגט זיך 'ריבו אלמנה' מיר דארפן זיך אננעמען פארן צוקלאפטן און דאס וועט ברענגן אז אונזערע תפילות וועלן אנגענומען ווערן לרחמים און מיר וועלן זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג... טייערע ברידער לאמיר זיך אויפמאכן די הארץ און מאכן א שבת חזון אריין קוקן מיט אן אמת אין זיך, און זיך פרעגן ווי האלטן מיר מיט דעם 'ריבו אלמנה' ווי אזוי קוקט אויס אונזער אננעמען פארן געקלאפטן?!
די קומעדיגע שורות איז א מעשה וואס האט ווירקליך פאסירט, (מיר זענען בידידות מיט ביידע) מאך אויף די הארץ און ליין מיט הנאה...

שמשון איז געווען א בחור מיט נישט ווייניג כשרונות, אבער דורכאויס זיינע בחורישע יארן האט ער אין ישיבה נישט געהאט קיין הצלחה, זיך צוצושטעלן צו די זמנים איז אים זייער שווער אנגעקומען, נאכאנאנדע רצופות שטונדען איז פאר אים געווען אסאך צו פיל, און די לאנגע שיעור עיון סדרים האט ער נישט געקענט מיטהאלטן, און אלס רעזולטאט זענען די חברים זיינע אויך נישט געווען פונעם בעסטן סארט, און דאס האט געברענגט אז נישט איינמאל האט עס דערגרייכט צו א מצב אז דער ראש ישיבה האט אים געמוזט אהיימשיקן פארן זיך נישט צושטעלן צו די מינימאלסטע פארלאנגען...

ר' נחום לאנדא אַן ענערגישר ווארעמער אינגערמאן איז געווען א שכן מיט שמשון פאר לאנגע יארן, פון צייט צו צייט פלעגט ער כאפן א שמועס מיט שמשון פשוט אים צו געבן א נעטראלן אפענעם אויער זיך אויסצורעדן, ווי אויך האט ער אים געגעבן חיזוק, אבער אפטמאל איז די חיזוק געווען געמישט מיט דירעקטע מוסר רייד און צומאל אפשר אויך אומדירעקטע שפיזיגע ביטול'דיגע דערנידערונגען און פאָרהאלטונגען, כאטש וואס שמשון האט עס נישט גרינג אויפגענומען האט ער נאך אלץ געדארפט דאס ברעקל חיזוק וואס ער פלעגט פון ר' נחום באקומען און דערפאר האט ער כסדר פרובירט אנצוהאלטן זייער קשר. די יארן ריקן זיך אונטער שמשון האט שוין דערגרייכט די אכצן צופיל געדולד צו זיצן אין ישיבה האט ער שוין נישט געהאט, און די כסדר'דיגע פאָרהאלטונגען פון ר' נחום האט אים שוין אנגעפאנגען צו נערווירן און צוביסלעך האט זיך שמשון אנגעפאנגען גיין זיין אייגן וועג...

שמשון זייענדיג איינער מיט א גאלדענע הארץ האט ער זיך אנגעהויבן באשעפטונגען מיטן טוען פארן כלל, ער פלעגט וואלונטירן פאר איינע פון די באקאנטע חסד ארגעניזאציעס דורך זיצן און איבערשלאפן אין שפיטאל מיט חולי ישראל ארויסהעלפנדיג דערמיט די אפגעמאטערטע משפחה מיטן שטיין צו די האנט פונעם פאציענט, אבער צו זיין מצב מיט ר' נחום האט עס נאר ערגער געמאכט, פיל מאל פלעגט ער אהיימקומען שפעט אין די נאכט אריין נאכן זיין אין שפיטאל פאר לאנגע שעות, און נישט איינמאל האט אים ר' נחום פארגעהאלטן מיט שפיזיגע ביטול'דיגע אויגן, ס'איז טאקע נישט געווען קיין ווערטער אויסטויש אבער פון זיינע שארפע אויגן און פאַקסן האט זיך קלאר געקענט ליינען ..די ליידיג-גייער מיט וועם דרייסטו דיך ארום אזוי שפעט ביינאכט? ווער ווייסט וואספארא פלעצער די וואלגערסט דיך ארום? וויפיל יראת שמים שעפט מען שוין אין די אומגעוואונטשענע שעות?! שמשון פלעגט זיך נישט צופיל צוטוען מאכן נאר איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג כאטש אז אין הארץ האט עס אים גאר שטארק וויי געטוען... אזוי זענען יארן אריבער געלאפן און שמשון איז שוין געווארן גאנץ צוגעוואוינט צו לעבן מיטן פאקט אז אפילו דער איין פריינד וואס ער האט שוין יא פארמאגט אין לעבן ..קוקט אים אויך אראפ!

מאכט זיך אמאל שפעט צוויי אזייגער ביינאכט - אינדרויסן איז געגאנען א שלאקס רעגן, שמשון באקומט א טעלעפאן קאל פונעם קאארדינעטאר פונעם ארגעניזאציע און בעט אים ..שמשון טייערע לויף אריבער נאך יעצט צו זיין מיט א פאציענט פאר די נאכט אין שפיטאל, ס'איז נישט דא קיינער, די משפחה איז שוין זייער ערשעפט, כ'קען נישט טרעפן א מעמבער צו גיין כ'בעט דיר גיי.. שמשון טראכט נישט קיין צוויי און לויפט גלייך אריבער צו ניו יארק קארנעל צימער נומבער 405, ווי נאר שמשון שפאצירט אריין באמערקט ער גלייך אז דער פאציענט איז נישט קיין אנדערער ווי יענקע'לע דער קליינע פינעף יעריג אינגל פון זיין לאנגיעריגער שכן... ר' נחום דערזעענדיג ווער ס'איז געקומען זיך אוועקגעבן פאר אים אזוי שפעט ביינאכט איז זיין פנים פארשווארצט געווארן נישט גלייבנדיג זיינע אויגן, יעצט האט ער שוין גלייך צאמגעשטעלט ווי שמשון פלעגט זיך אייביג דרייען אזוי שפעט אין די נאכט שעות, ר' נחום איז געווען אויסער זיך אז ער האט זיך אזוי טועה געווען אין שמשון, ער האט אים געהאלטן און איין איבערבעטן פאר זיינע שטעכעדיגע רייד און ביטול'דיגע אויגן די אלע יארן, איבערהויפט פארן אים נישט דן זיין לכף זכות.

מיט טרערן אין די אויגן האבן זיי זיך ארום געהאלזט און מיט א צובראכענע שטימע האט ר' נחום געזאגט ..ווער ווייסט צו נישט וועגן דעם האב איך געדארפט ליידער אהער אנקומען מיט מיין יענקע'לע פשוט איינצוזעהן אז מען דארף איעדן איד אייביג דן זיין לכף זכות, כ'פלעג דיר זעהן אסאך מאל גיין און קומען שפעט ביינאכט כ'האב געטראכט די ערגסטע מחשבות, ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז די גייסט אין שפיטאל צו זיין מיט אזאלעכע צובראכענע יענק'לעך, כ'בעט דיר נאכאמאל שמשון זיי מיר מוחל...

אוי געוואלד ברידער טייערע! די מעשה זאגט אונז אזוי פיל, ס'פארמאגט אין זיך דער חלק פון דן זיין לכף זכות, דער חלק פון נישט וויי טוען א צווייטן, די חלק פון השגחה פרטית ווי הקב"ה פירט אז פונקט צו דיר וועט ער אנקומען אין דער פונקטליכע מינוט, אבער טייערע ברידער מיר וועלן זיך אפשטעלן אויף איין קליינע נקודה אבער דערין ליגט באהאלטן א יסוד עצום ..אז מען זאל אפשטעלן דעם ר' נחום אויפן גאס אין אים פרעגן זאג נאר נחום פארוואס טשעפעסטו שמשון, פארוואס טיסטו אים וויי? וואס וואלט ער געענטפערט ...איך? איך טו וויי שמשון קיינמאל?! כ'האב שוין יארן נישט גערעדט צו אים?! און אפשר וואלט ער באמת אזוי געהאלטן... אבער דער אמת איז אז ס'איז פארהאן אזא סארט זאך ווי דער מענטש'ס נישט רעדן רעדט אסאך צופיל, דער מענטש'ס אויגן זאגן גאנצעטע דרשות, דער בליק זיינע שיסט פיילן וכדומה... די אויגן און פאַקסן פון א מענטש האבן דער כח צו צוברעכן וועלטן און מדה טובה מרובה זיי קענען אויפבויען וועלטן, ראטעווען דורות... וויפיל אידן ווארטן פאר דעם שמייכל אונזערע, פאר דעם הרגשה אז זיי זענען עפעס א יש אז מ'קוקט אויף זיי ארויף, וויפיל שכנים אונזערע צו דאס איז אויפן גאס ווי מיר וואוינען, אין קאנטרי, אין בית המדרש, אפיס וכו' ווארטן פאר דעם גוטן הרגשה, און וויפיל מאל געבן מיר ארויס דאס פארקערטע שטראלן פון קאלטקייט, בליקן פון ווייטקייט, אויגן וואס זאגן שטיי אוועק פון מיר... אמת אז מען מיינט עס נישט אבער כמים פנים אל פנים דער מענטש דער חבר/שכן שפירט עס, אמאל באטראכט מען יענעם'ס הלוך ילך און קען זיין אז פון אינדרויסן זעט עס נישט גוט אויס און דערפאר געבט מען יענעם דעם הרגשה פון ..וואס ביסטו, ווער ביסטו, שעם דיך פון דיר אליין, אזוי קוקט מען אויס?! און דאס צוברעכט און צוהאקט...

בעט זיך ביי אונז דער נביא ישעיהו טייערע אידישע קינדער דער גלות איז לאנג ווייל הקב"ה ווארט פאר דעם "ריבו אלמנה", הקב"ה ווארט צו זעהן ווי מיר נעמען זיך אָן פארן צוקלאפטן, ווי מיר שטייען אויף פארן נצרך, און אפשר איז אמאליגע צייטן געווען דער נצרך אַן אלמנה אבער היינט איז עס איעדער פון אונז ..ווער דארף דען נישט א גוט ווארט, ווער דארף דען נישט קיין חיזוק?! איעדער אינגערמאן בחורל ברידער און שוועסטער דארף צוקומען איינער צום צווייטן, אלע פון אונז לעכצן צו הערן א קאמפלימענט א געפיל פון חיזוק און שטארקייט, בפרט בפרט פאר די וואס גייען אריבער שוועריגקייטן ברוחניות און בגשמיות דער וואס מאכט מיט אין געזונט פרנסה נחת, דער וואס מיטשעט זיך אין צער גידול בנים דאס אלעס ליגט אין דעם ריבו אלמנה נעם דיך אָן, טראכט פון יענעם, זיי אים דן לכף זכות... טראכט ווי אזוי די קענסט אים העלפן, ווי אזוי די קענסט אים געבן א בריייטן געשמאקן שמייכל לייג דיך אריין אין יענעם'ס מצב טו אויס ברייטערן דיינע אייגענע ד' אמות, נעם אריין כלל ישראל אונטער דיין שאטן און לייג זיך אריין מיט אלע כוחות ווי קען איך העלפן מיינע הייליגע ברידער און שוועסטער.

אידן! דער לעצטער תשעה באב איז דא, כאפט דעם כאלאטעל מיט די פאפוטשען און לאמיר זיך צוזאמנעמען כאטש די פאר שעה וואס מיר קומען זוך צוזאם אינמיטן העלן זוממער, לאזן אלע פאליטיק און נערישקייטן אין א זייט, און אויסשרייען צוזאמען הייליגער באשעפער מיר דערהערן דעם רוף, און כאטש ס'איז שווער אויסערליך עס אנצוזעהן אויף אונזערע פנים'ער, אינערליך ווילן מיר זיין אלע איין, מיר בענקן נאך אונזער גאנצע און גרויסע משפחה, רבש"ע טו אונז שוין פאראייניגן אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, און מיר פון אונזער זייט וועלן ארבעטן שווער ליב צו האבן איעדע איד אין איעדע מצב, אהבת חנם דאס וועט אונז אהיים ברענגן, און בסייעתא דשמיא אט אט וועלן מיר שוין זוכה זיין אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, אז השי"ת וועט אויסרופן גענוג מיט דעם לאנגן שווערע גלות, קומט טייערע קינדערלעך אויף מיינע אקסלען מ'גיי מיר צוריק קיין ירושלים עיר הקודש בביאת מלך המשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר