שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

פאלגנד איז א ילקוט שמעוני (רמז תתכה):
"איזה אומה כאומה הזאת, בנוהג שבעולם, אדם יודע שיש לו דין, לובש שחורים ומתעטף שחורים, ומגדל זקנו, אבל ישראל אינו כן, אלא לובשים לבנים ומתעטפים לבנים, ומגלחין זקנם בראש השנה".

אין די וואכעדיגע סדרה פרשת ואתחנן באציט זיך דער אור המאיר (וואס ווי באקאנט האט ער פארמאגט א קרעטשמע) צו דעם ילקוט, אט איז וואס ער שרייבט בדרך החסידות וקבלה (אין אן אנדער געלגענהייט וועל איך עס אפשר איבערטייטשן):


כי מי גוי גדול, אשר לו אלהים קרובים אליו (דברים ד, ז):
ונתעוררו חז"ל: איזה אומה כאומה הזאת, בנוהג שבעולם, אדם יודע שיש לו דין, לובש שחורים ומתעטף שחורים, ומגדל זקנו, אבל ישראל אינו כן, אלא לובשים לבנים ומתעטפים לבנים, ומגלחין זקנם בראש השנה, ע"כ.
והענין פליאה והפלא לעבור איסור דאורייתא, "ופאת זקנם לא יגלחו (ויקרא כא, ה)"?
ונראה לרמז כי שמעתי מפי המגיד זללה"ה, שביאר דברי חז"ל (בבא מציעא פז, א): "עד אברהם לא הוה זקנה", להיות תכלית הבריאה, שתתגלה ותתפרסם התפשטות מדותיו יתברך, שהיו כמוסים בעצמותו, כי אין מלך בלא עם (פדר"א פ"ג), וגם אם אין ישראל, על מי יגלה מדות רחמנות, וכדומה שארית המדות, ונודע אברהם אבינו תחלת התגלות מדות החסד בעולם, כמו דאיתא (בראשית רבה נט, ח), לשעבר נקרא אלהי השמים, ועכשיו הרגלתי שמך בפי הבריות, ונקרא אלהי הארץ, והנה עיקר בחינת התגלותו בהעולמות, הוא באמצעות התלבשות י"ג תיקוני דיקנא, אשר ראשית התיקונים מתחיל בכינוי אל, כנוי מדות החסד כנאמר (תהלים נב, ג) חסד אל, והוא מדות אברהם שאחז במדה זו, ולזה כיוונו במאמרם עד אברהם, היינו בחינתו, לא הוי דיקנא, כי אם מכינוי מדתו והלאה מתחילין התיקונים, אל רחום וחנון, וכינוי אל, מורה על מדתו מדת החסד, וכבר בארתי למעלה אשר חכמים הגידו (בבא בתרא טו, א), איתן זה אברהם ע"ש, וגם נתתי טעם לשבח, למה נקרא אברהם אזרח, א' זרח, להיותו זריחה ראשונה להזריח אור בהיר התגלות אורותיו, באמצעות התלבשות תקון המדות:


ואמרתי בדרך הלצה, שזהו הרגיל בפי האנשים למדו לשונם לומר על אדם שקנה שלימות או קנה עושר מופלג או קנה חכמה, וכדומה ממעלות טובות, ומתגאה להראות יקר תפארתו, מרגלא בפיהם לומר, סבור שכבר תפס את הקדוש ברוך הוא בזקנו, ולכללות הדיבורים הנדברים בעולם, בודאי יש להם מקום מוצא בחכמה עליונה, וזה לך האות שגם חכמי התלמוד, יגעו את עצמם למצוא מקום לדבריהם, וכמה פעמים נאמר בדבריהם (בבא קמא צב, א), מנא הא מלתא דאמרי אנשי, כי לכולם יש להם מקום מוצא, ודבר המורגל בפיהם לומר ככה, נמשך מדברינו הנאמרים, כי באמת תכלית השלימות של אדם בעולם הזה, שידבק במדותיו יתברך, וכללותם המה הי"ג תיקוני דיקנא, בהיות אדם השלם משים עיקר מגמתו ורוחו ונפשו, להשיגם לעבוד עבודתו עבודת גבוה עמהם, בכל פרטי עתיו ורגעיו, ובזה תולה הוראות חייו כל ימיו ושנותיו עוד נשמתו בו, הכל נמשך אחר עוצם הכרתו אותו יתברך, באמצעות התלבשות י"ג תיקוני דיקנא, לצורך הנבראים, ושפיר רגיל בפיהם לומר על איש המתפאר, סובר שכבר תפס את הקדוש ברוך הוא בזקנו, להיות בזה תולה עיקר ההתפארות ושלימות האדם, להשלים את נפשו באלהים, ואל יתהלל החכם כי אם בזאת:

ועיין בדרוש ראש השנה (להלן רלו, א) שבארנו מאמרם ז"ל (שו"ע או"ח סי' תקפו ס"א) שופר של ראש השנה מצותו בשל איל, ותוכן הדברים, הגם שכל השנה כולה, על הרוב התעוררת האדם והתלהבותו לתורה ועבודה זו תפלה, על ידי מה שלוקח לעצמו בחינת ורמיזא דחכמתא, מפרטי המדריגות שבעולם, ולפעמים בהקרה לפניו בחינת אהבה, מעורר לבו בקרבו באהבת הבורא ברוך הוא, ולפעמים במדות היראה, וכדומה מז' ימי המדות, זה נאמר על כל השנה, שיש לו פנאי להמתין על זה, לא כן בראש השנה שכללות העולמות תלוים בשערה, עליונים ותחתונים ואפילו עשב השדה, כולם ממתינים ומצפים עליות התעוררות התחתונים, שעולה מן הארץ מנשמות הצדיקים, לחדש ולבנות את העולם בשבילם, ומפני מורא גדול כזה אין פנאי, כי אם יעורר לבו בקרבו בתשובה הרמתה, מאימת הדין הגדול והנורא, וזהו שרמז בדבריהם, שופר מורה תשובה, של ראש השנה, שהאדם שב אל הבורא אז בתשובה שלימה, אינה רק בשל איל, המורה דין, ואינו רשאי להמתין עם תשובתו אליו יתברך, על ידי לקיחת בחינת ורמיזא דחכמתא באמצעות התלבשות המדריגות, וזהו שרמזו להפליג מעלת עם קדוש ישראל, וישובו לערב ראש השנה בתשובה שלימה, ולובשים לבנים ומתעטפים לבנים, מורה ללובן עליון, יראת הרוממות, תשובתם הרמתם, ומגלחין זקנם בראש השנה, להורות האמור, שמגלחין ומשליכין מעל עצמם בחינת עבודה כזה, לעורר לבם בקרבם מלקיחת רמיזא דחכמתא באמצעות התלבשות הי"ג תיקונים, כי אם הכל במורה ופחד, ויראת אלהים על פניהם, ולזה רומז הכתוב, כי מי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו, כלומר שמקרבים את עצמם אליו ביראת הרוממות, הכינוי בשם אלהים חיים, ואז טוב להם בזה ובבא, אמן:
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פונקט געזען ברענגען אין א ספר, ר' אברהם טוקר בעמ"ס בכורי ארץ איז אריין אלס בחור צום חזו"א און צווישן איינע פון די שאלות וואס ער האט אים געשטעלט איז צו מ'מעג שניידן די בארד מיט א שער מאשין.
פרעגט אים דער חזו"א. "ציוואס בכלל אראפנעמען די בארד"?
פאר שיינקייט!
האט דער חזון איש אויסגעפלאצט אין געלעכטער, "די היינטיגע מענטשן האבן פארלוירן דעם חוש היופי" (און פארקערט, מיט א בארד זעט מען אויס שענער )(הגה, אויב גלייבסטו נישט פרעג פרעזידענט גרענט...)
אויף זיין שאלה צו ס'איז מותר להלכה אדער נישט.
האט ער געזאגט, "שניידן די בארד איז א שאלה פון א דאורייתא".
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:פרעגט אים דער חזו"א. "ציוואס בכלל אראפנעמען די בארד"?
פאר שיינקייט!
האט דער חזון איש אויסגעפלאצט אין געלעכטער, "די היינטיגע מענטשן האבן פארלוירן דעם חוש היופי" (און פארקערט, מיט א בארד זעט מען אויס שענער )

איך מיין אז די גמרא זאגט אז ר׳ יוחנן איז געוועהן פון די שענסטע מענטשען אויף די וועלט ווייל ער האט נישט געהאט א בארד

----
איך זעה יעצט אז מ׳רעדט שוין דערפון פריעד אין די אשכול
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

דער ריזשענער האט נישט געהאט קיין בארד.
דער קאלובער האט נישט קיין בארד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מורינו הרב האט געשריבן:דער קאלובער האט נישט קיין בארד.


דו מיינסט דעם ארץ ישראל'דיגן?
איך האף אז דו מאכסט א דזשאוק.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער ריזשענער האט נישט געהאט קיין בארד.

בשורה חדשה,
קיינמאל נישט געוואוסט
Under influence
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

טאמבל סאס האט געשריבן:אויף זיין שאלה צו ס'איז מותר להלכה אדער נישט.
האט ער געזאגט, "שניידן די בארד איז א שאלה פון א דאורייתא".


לכאורה א שאלה להלכה איז נאר טאמער מען שערט נאנט צי די הויט, טאמער לאזט מען איבער א צענטימעטער צי צוויי איז עס להלכה א שאלה ?!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נו נו. דער חזון איש האט דאך פאר א סיבה אים נישט גענטפערט וואס דו, כדי אים נישט צוגעבן קיין אויסוואל. ;)
און געזאגט האט ער אז ס'איז א "שאלה" פון א דאורייתא. ד.ה. אז ס'דא וואס האלטן אז יא, אבער אויך זענען דא אזעלכע וואס האלטן אז "נישט".
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

משוגע מעטארע, איך הער נישט אויף יעצט צו קראצן מיין בארד...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

די בארד וואס דו האסט נישט....
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שעפטל האט געשריבן:משוגע מעטארע, איך הער נישט אויף יעצט צו קראצן מיין בארד...


שעפטל, וואס וועט זיין מיט א פלעסטיק סורדזשערי?
טשארייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך טשארייער »

איך וויל געבען א שטיקל פערספעקטיוו צו די פראגע צי א היימישע חסידישע מעג טשעפן זיין בארד:

[justify]ס'איז פאראן א כללות'דיקע חקירה לגבי ענינים אין יידישקייט וואס אויף ערשטען בליק זענען גילטיג נאר אין די אמאליקער וועלט קולטורעס, צי מ'דארף זיי מקיים זיין אויך היינט. [מ'בריינגט א ראי' פון רמב"ם (אישות י"ג, י"ד): "אבל גנאי הוא לאישה שתהא יוצאה תמיד, פעם בחוץ פעם ברחובות; ויש לבעל למנוע אשתו מזה, ולא יניחה לצאת אלא כמו פעם אחת בחודש או פעמיים בחודש, כפי הצורך: שאין יופי לאישה אלא לישב בזווית ביתה, שכך כתוב כל כבודה בת מלך, פנימה". מיר ווייסן אז מ'פירט נישט אזוי היינט (איך האפ), און מ'זאגט אז דער דין איז געווען גילטיג נאר אין דער קאנטעקסט פון אראבישער קולטור. הייסט עס, אז די תורה פאסט'זיך צו (אין א געוויסער זין) צו די הייניקער צושטאנד]. ווי נאר ווי, די צוויי אופנים קענען באנוצט ווערן צו אפטייטשן די חילוק צווישן מעדערנע און חסידישע יידן: ביי די מאדערנע, ווען ס'קומט צו א סתירה צווישן הלכה און מערב קולטור, פרובירט מען אלץ וואס מ'קען געפינען קולות צו דאס מתיר זיין, אבער ביי חסידישע יידן רעכנט מען מלכתחילה נישט מיט מערב קולטור (אפיציעל), במילא איז מען דן צי דאס איז א פאסיגע פירונג פאר א חסידישער ייד (וואס פארשטייט'זיך גייט אלעמאל לחומרא), פונקט ווי ביי כשרות און דאס גלייכענס. במילא ווען א חסידישע הייבט אן טשעפן מיט מיט די בארד, באווייסט דאס אז ער איז נישט קיין מהדר במצוות, דערפאר טויגט דאס נישט. (פארשטייט'זיך אז די בארד איז אויכעט גאר סימבאליש, אבער וועגן דער פרט רעד איך נישט).[/justify]

[justify]לגבי די סברות צו מחמיר זיין אין נישט טשעפן די בארד אינגאנצן, איז געדרוקט א גאנצע ספר "והדרת פני זקן" דורך הרב ווינער (זע דא). זע אויך דא, אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

טשארייער האט געשריבן:[justify]לגבי די סברות צו מחמיר זיין אין נישט טשעפן די בארד אינגאנצן, איז געדרוקט א גאנצע ספר "והדרת פני זקן" דורך הרב ווינער (זע דא). זע אויך דא, אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]

די זעלבע כלל וואס דו זאגסט אז ס'איז תלוי אין די סביבה און קולטור ווי מ'לעבט, איז אויך נוגע צו לא תלבש.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געפילטע פיש האט געשריבן:די זעלבע כלל וואס דו זאגסט אז ס'איז תלוי אין די סביבה און קולטור ווי מ'לעבט, איז אויך נוגע צו לא תלבש.

אזוי ווי עס איז מבואר אין די פוסקים אז היינטיגע צייטן קוקט די מענער אויך אין שפיגל ממילא איז עס מער נישט לא תלבש. און אויב דו ווילסט דוקא וויסן, פאר איך האב געוואוסט פון דעם היתר האב איך אויך געקוקט אין שפיגל.
האדם לא נברא אלא להתענג
טשארייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך טשארייער »

א בריוו פון הרה"ג ר' חיים קניעווסקי געדרוקט אין זיין ספר "ארחות יושר" (ס"ה ע' י"ט) אויף די איסור פון טשעפן די בארד:

beard1.JPG


beard2.JPG
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

המימרא שמביא לעיל מילקוט שמעוני שמגלחין זקנם מקורו הוא בירושלמי ר"ה ז' ע"ב
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

טשארייער האט געשריבן: אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]

אז מען רעדט שוין פון לאוין און בערד, וואלט איך געוואלט מעורר זיין אז אסאך מאל ווערט מען ליידער נכשל אויף לא תקשצו,
אלזא קעמט אויס אייער בערד, בלאזט אראפ די ברעקלך, ווישט אפ דעם שמאלץ, ראדזיר דיין שנאטץ עס זאל נישט נאס ווערן פון יעדע קאווע וואס די טרינקס, אין אויב דיין בארד וואקסט אויפ אזא הרב שטיינמאנישע אופן פרעג א שאלה,
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יתרו האט געשריבן:
טשארייער האט געשריבן: אז ס'איז פאראן אזוינע וואס טענה'ן אז ס'איז אסור שערן די בארד מצד "לא תלבש".[/justify]

אז מען רעדט שוין פון לאוין און בערד, וואלט איך געוואלט מעורר זיין אז אסאך מאל ווערט מען ליידער נכשל אויף לא תקשצו,
אלזא קעמט אויס אייער בערד, בלאזט אראפ די ברעקלך, ווישט אפ דעם שמאלץ, ראדזיר דיין שנאטץ עס זאל נישט נאס ווערן פון יעדע קאווע וואס די טרינקס, אין אויב דיין בארד וואקסט אויפ אזא הרב שטיינמאנישע אופן פרעג א שאלה,

וואס פארשטייט א גר, יתרו....
א בארד מאכט שיין א איד...
לללללאאאאאאאללללללל
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך דענק אז די בד"צ לאזט נישט קיין שוחט אהן א בארד, מיט א טענה אז אזוי שטייט אין א מרדכי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

"ביטע לייקט מיך נישט, איך וויל קענען זאגן וואס איך האב צו זאגן, אן קיין שוחד, א דאנק פון פאראויס,"

דאס איז די חתימה פון יתרו, אונזער טייערער ידיד
טייערער יתרו, דאס איז א שווערע נסיון, איך האב מורא אז איך וועל דיר מוזן לייקן, די ווערטער זענען ווי "נאס, פארב!" אויף א וואנט וואס מאכט אז יעדער זאל טאפן,
יתרו, פליז! לאז מיר דיר לייקן!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

קופערניקוס האט געשריבן:"ביטע לייקט מיך נישט, איך וויל קענען זאגן וואס איך האב צו זאגן, אן קיין שוחד, א דאנק פון פאראויס,"

דאס איז די חתימה פון יתרו, אונזער טייערער ידיד
טייערער יתרו, דאס איז א שווערע נסיון, איך האב מורא אז איך וועל דיר מוזן לייקן, די ווערטער זענען ווי "נאס, פארב!" אויף א וואנט וואס מאכט אז יעדער זאל טאפן,
יתרו, פליז! לאז מיר דיר לייקן!

אוי קיי, איך געב מיך אונטער, נאך שווערע לחץ און דרוק פונעם עולם דא האב איך באשלאסען צו נידריגען מיין טאון אופ וואויס, און צו ענדערן מיין אונטערשריפט,
אויך האב איך געטוישט מיין פאלאסי פון נישט לייקען קיינעם, און פון היינט מאלאן וועל איך בל"נ לייקן יעדעם וואס עקאמפלישט ארויפצוציען א שמייכל אויף מיין זויערע פנים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
מיסטער מענטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיסטער מענטש »

ק/פ פון ליפאס אשכול


פון תיבה פרטי:

איך זעה מען פרעגט וואס איז שלעכט אז מען שניידט אפ די בארד, לויט די הלכה מעג מען דאך.

איך וויל עפעס ארויסברענגען און ווער עס וועט גוט אריינטראכטן וועט זען אז ס'איז זייער אמת.

עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז ס'דא 5 דרגא'ס אין די וועלט: 1 דומם - א קלאץ, 2 צומח - וואקסעדיג ווי גראז, 3 חי - א לעבעדיגע זאך ווי א בהמה, 4 מדבר א רעדעדיגער דאס הייסט א מענטש, 5 ישראל - א איד וואס איז העכער ווי אלע

ווען איינער פון די 5 וויל גיין אראפ א דרגא איז די מציאות אז ער וועט פאלן נאך אראפציהר! טראכט אריין. ווען א גראז וועט אויפהערן וואקסן וועט ער ווערד זיין סאך ווייניגער ווי א שטיין א דומם. ווען א בהמה (וואס איז א חי) וועט אויפהערן אטעמען וועט ער נישט ווערן א צומח נאר ער וועט ווערן סאך ווייניגער ווי א גראז ער וועט זיין די ערגסטע פארשטינקענע דומם, און די זעלבע ווען א מדבר (א גוי) וועט וועלן ווערן א בהמה וועט ער שטארבן אינגאנצן.

אזוי אויך ווען א ישראל (א איד) וויל ווערן א גוי חלילה, ווערט ער אסאך ערגער ווי סתם א גוי! דאס מיינט די פסוק "ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר".

לענינינו.

די זאך גייט ווייטער אויך. יעדער איד האט זיך זיין מסורה וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן. א חסידי'שע איד איז אויפגעוואקסן מיט די מסורה אז מען רירט נישט צו די בארד, ווייל אזוי האבן די פריערדיגע צדיקים געזאגט. ווען א ליטווישער איד שניידט זיך די בארד, איז עס כשר וישר ווייל דאס איז זיין מסורה, אבער ווען א חסידישער אינגערמאן באשליסט צו שניידן די בארד, איז לגמרי נישט פשט "ער איז געווארן א ליטאי", "ער איז פונקט אזא הלכה'דיגע איד ווי זיי". ניין! עס איז קלאר אז איינער וואס גייט אראפ פון "זיין דרגא" וואו ער איז געבוירן געווארן, איז דאס ווייל ער איז געפאלן אסאך נידריגער, און ער איז גארנישט קיין "הלכה איד". דאס שניידן די בארד איז א צייכן אז ער איז עובר אויף "הלכה'דיגע" איסורים אויך! 100 פראצענט.

און אונזער בעל דין איז א סעמפל.

איך פארשטיי אז די ליינער דארט וועלן עס נישט צו גרינג מקבל זיין, אבער ווער עס וועט אריינטראכטן גוט וועט זעהן אז דאס איז זייער זייער אמת.
פארשפארט