בלאט 1 פון 1

אונזער שרעק פונעם עץ החיים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:00 pm
דורך פלאוויוס
אין גן-עדן, אבער אליין...

ס'איז טאקע נישט די בעסטע זאך צו רעדן וועגן פראבלעמען, אבער אמאל אמאל פאדערט עס די נשמה. סוף כל סוף האט נישט קיין זין צו פארלייקענען דעם פאקט, אז מיר זענען אפגעריסן פונעם עץ החיים, מיר זענען אפגעריסן פונעם בוים פון לעבן. נישט חלילה אינגאנצן, מיר האבן דאך א תורה, מיר האבן א גמרא, און מיר ווייסן אז דאס איז בעסער פון יעדן גאלד און זילבער. מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי גאלד און זילבער. דאס לעבן קען גיין פיל ווייטער פון דעם, און די תורה דארף אנקומען אהין אויך.

אינעם לעבן איז פאראן פרייד און טרויער, איבערראשונגען און אנטוישונגען. אין לעבן זענען פאראן ליבעס, געווינסן און פארלוסטן. הערצער וועלכע ווערן צעריסן פון בענקשאפט, און נשמות וועלכע בלוטיגן אינעם שטורעם פון דער צייט. מיר זענען איבערגליקליך אז מיר מיידן אויס די צרות פונעם פאסט-מאדערניזם, מיר לעבן זיך אין אונזער אייגענעם צעל, אנעם דערפילן די הייסע ענערגיע וואס לויפט דורך אין דער גרויסער וועלט, אבער אזוי צי אזוי זענען מיר פארט אפגעריסן פונעם עץ החיים.

מיר גייען נישט דורך די פיינפולע יסורים וואס ס'גייען דורך די בחורים און מיידלעך וועלכע זוכן משמעות אין לעבן, וועלכע פארליבן זיך איין מאל נאכ'ן אנדערן בלויז כדי דורכצוגיין די בלוטיגע הארצווייען פון איבעררייסן באציאונגען און נאכאנאנדע בענקענישן. אין די הערצער פון די וואס "דרייען זיך" אינדרויסן איז פאראן א לאך בשעת אונזער הארץ איז אנגעפילט, געזעטיגט, און ווייסט נישט פון קיין שטורעמס. מיר זענען געשיצט און געפאנצערט. מיר זענען ארומגענומען מיט קושענעס און קאלדרעס, וועלכע זענען דיקער ווי שטאלענע מיליטערישע פאנצערס, בשעת יענע זענען אויסגעשטעלט נאקעטע צו דער ברוטאלער וועלט.

א רחמנות אויף זיי. בשעת מיר ווייסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז, ווייסן זיי נעבעך גארנישט, זענען זיי דערפאר פארנומען מיט'ן זוכן אן א סוף. זיי פילן דעם ווייטאג פון דער נשמה מיט'ן גאנצן פלאקער, זיי טרעפן אמאל א טרייסט אינעם טונקל פון דער נאכט, און אמאל אינעם שטראל פון דער זון, זיי גייען אויס א וועלט צו באטראכטן מוזעאומס, זיי קריכן אויף בערג, לויפן צו קאנצערטן יעדן שני וחמישי, אדער צו טעאטערס וואס ווייזן פילמען, און נאך אזעלכע זאכן, בשעת מיר דארפן גארנישט מער ווי די איינע זאך, צו זיצן אין בית מדרש, דאווענען און לערנען, זיך טובל זיין און פארטרינקען א גלעזל קאווע.

אונזער לעבן איז א גן-עדן אויף דער וועלט, ווער רעדט נאך פון יענער וועלט. איך וויל נישט זיין סארקאסטיש, אבער ס'זעט אויס אז אונזער גן-עדן לאזט זיך דערקענען נישט בלויז אין בית-מדרש נאר אויך אין שיינע סויבארבנס וועלכע באצירן אונזערע גאסן, אין די צענדליגער קליידער וועלכע פילן אן אונזערע קליידער-שאפעס, און בכלל אינעם אופן ווי מיר לאכן פון דער וועלט, פון די שוטים וועלכע פלאגן זיך אויף חיי שעה בשעת מיר האקן א חיי עולם. ס'קען זיין אז דאס איז דער וועג ווי מיר ווילן לעבן, אבער ס'איז א פראגע צי מיר פארשטייען דעם געוויכט דערפון. ווען מיר נעמען זיך ארום מיט אזויפיל ווענט איז די ערשטע רעזולטאט דערפון אז מיר קענען נישט דערהערן די מענטשליכע רופן וועלכע קומען פונדרויסן.

יענע ליידן אפשר פונעם עול דרך ארץ, אבער מיר זענען איינפאך אויסגעשטעקט פון דער וועלט, אין דער בחינה פון לא מעוקצך ולא מדובשך. מיר קענען נישט דערפילן דעם מענטשליכן צער וואס פילט אן דעם יקום, ווייל ווען מיר אליין שטויסן זיך אן דערין זאגן מיר אז דאס איז "אידישע צרות..." די מענטשליכע דימענסיע קענען מיר נישט דערקענען. מיר דערקענען נישט דאס געוויין פון מענטשן וועלכע זענען פארכאפט אין קאטאסטראפעס אין ווייטע לענדער, אדער פון פארכאפטע ווייבער אין די הענט פון איסלאמישע טעראריסטן, וויבאלד די ענערגיע פון דער צייט קען זיך נישט דורכרייסן די ווענט פונעם בית מדרש, און אויב געלונגט שוין יא אמאל פאר א ווינטל זיך אריינצורייסן אין מקוה, איז עס נאר ווי א טרוקן נייעסל, וואס איר טרוקנקייט שרייט קעגן אונז מיט טויזנט קולות ביז זי פארטויבט אונז אינגאנצן.

ס'קען זיין אז פאר אזעלכע אפגעהיטענע אידן ווי אונז איז נישטא קיין גיהנם, אבער די פראגע איז ווי דער גן-עדן וועט אויסזען. אין די גוטע ספרים שטייט געשריבן אז אין גן-עדן קומען אן נאר יענע וועלכע גייען פריער דורך דעם גיהנם במשך א תקופה, אבער אזא גן-עדן ווי אונזערס וועט פארבלייבן א נהמא דכסופא, א גן-עדן אן קיין השגות, מיט א פארשטאנד אין רוחניות וואס קוקט דורך א מטושטש'דיגער אספקלריא, אין פארעם פון א דיקער מחיצה וואס איז געצילט צו באשיצן פון דער געטליכער מאניפעסטאציע אין דעם עולם היצירה.

***

דער הונגער פון אונזער אייגענער נשמה

ס'איז מעגליך אז מיר זענען טאקע פארהיטן פונעם שטורעם וואס דער פאסט-מאדערניזם האט געברענגט מיט זיך (אויב מיר זענען טאקע פארהיטן פון דעם...) אבער דאס וואס מיר האבן אויסגעשטעלט אונזער לעבן ווי א רעאקציע צו די שטורמען פון דער דרויסנדיגער וועלט באדייט אז אין א געוויסן זין נעמען מיר פארט אנטייל אין די מהפכות פונעם "דרויסן". נאך מער, אונזער פחד פונעם מאדערניזם איז אייגנטליך דער זעלבער פחד וואס טרייבט די כוחות פונעם פאסט-מאדערניזם. מיר ביידע רעאגירן צו די ענדערונגען פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר נאר מיר ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן דערצו אמבעסטן.

וואס האבן מיר פארדינט דערפון? אז מיר האבן זיך אפגעריסן נישט בלויז פון אנדערע מענטשן, נאר אויך פון אנדערע אידן, און נישט בלויז פון אנדערע אידן נאר אויך פון זיך אליין. מיר האבן זיך אייגנטליך נישט בלויז אפגעריסן פון "מענטשן" נאר פונעם סאמע "לעבן". מיר ווייסן מער נישט וויאזוי צו וויינען אדער לאכן אויף זאכן וואס פאסירן מיט אונז אליין, אלץ כדי צו גיין פארקערט פון דער דרויסנדיגער וועלט וועלכע איז "אולטרא-רעאקטיוו" צו זאכן וואס פאסירן אין לעבן. אויב יענע מאכן פון יעדער טראגעדיע א גאנצן יום-אבל און פון יעדער שמחה א גאנצע פייערונג, וועלן מיר אויף להכעיס בלייבן שטום און נישט פילן גארנישט.

מאדערנע אידן דרוקן אויס דעם אידישן טרויער אינעם ליד, אבער מיר ווייסן נישט וועגן אזעלכע לידער צו זאגן – אויסער די אפיציעלע פיוטים פונעם דאווענען אדער פארצייטישע קינות. ניטאמאל פארמאגן מיר אן אינדיווידועלן טרער פאר זיך אליין, מיר פארמאגן נישט קיין לידער וואס זאלן אויסדרוקן אונזער פערזענליכן צער ווען מיר מוטשען זיך מיט ארעמקייט, מיט א פארלוסט אין דער משפחה, מיט א גט, אדער ביי סיי וועלכן ריס וואס מאכט זיך חלילה אין דער משפחה, ווייל אונזערע לידער זענען נאר געמאכט פון פסוקים. א ליד אויף מאמע-לשון איז העכסטנס פאר ווייבער און קינדער, תפילה'דיג, געווייקט אין פסוקים, אז ס'זאל חלילה נישט אויסקוקן ווי דאס וויינען איז צו מענטשליך.

מיר האבן פארלוירן דעם צוטריט צו אונזער אייגענער נשמה, וועלכע איז געווארן א מעכאנישע אינסטרומענט אין א פארגליווערטן קערפער. מיר וועלן זיך קעגנשטעלן יעדן שינוי וואס וועט פארקומען אין אונזער קהילה, אדער אין אונזער פאלק, נישט וויבאלד דער שינוי גופא איז שלעכט נאר וויבאלד ס'פעלט די נשמה וועלכע זאל קענען ארויסשלעפן דעם מענטש פונעם פאראליזירנדן סטאטוס קווא. היות מיר זענען סוף כל סוף מענטשן, איז נישט קיין ספק אז די נשמה שרייט ערגעץ טיף פון אירע יסורים, פונקט ווי זי שרייט ביי אלע מענטשן אין דער וועלט, נאר היות מיר האבן פארלוירן דעם צוטריט צו אונזער אייגענעם פינטעלע מענטש, האבן מיר ממילא פארלוירן יעדע פארבינדונג מיט סיי וועלכן מענטשליכן אדער אידישן ענין.

זייט מיר מוחל אויב איך עפן אויף באהאלטענע וואונדן ביי וועמען ס'זאל נישט זיין, איך בין נישט קיין חסיד פון שרייבן זאכן וועלכע זאלן גורם זיין אומרואיגקייט ביי מענטשן, אבער איך מיין אז ס'איז אונזער פליכט – נישט צו ענדערן אונזער לעבנסשטייגער – נאר צו ענדערן אונזער צוגאנג צום לעבן. מיר מעגן בלייבן געטריי פאר דעם אויסערליכן סטאטוס קווא, אבער מיר מוזן אנהייבן אנטוויקלען א געפיל צום לעבן, וואס זאל זיין דירעקט, אמת'דיג און נאטירליך. מיר מעגן זינגען, מיר מעגן שפרינגען, מיר מעגן ליב האבן, און מיר מעגן וויינען. נאכדעם וואס מיר וועלן צוריקקומען צו זיך אליין, וועלן מיר ממילא אנהייבן צוריקקומען צו אונזער פאלק, און מיר וועלן צוביסלעך זיך פאראייניגן מיט דעם אלגעמיינעם מענטשליכן טרער.

וואס איז דען א טרער וואס דער מענטש לאזט אראפ פון זיין אויג? כאטש וויפיל ייאוש ס'קען ליגן אין א טרער איז עס נאך אלץ א סימן פון לעבן. נאך די הונדערט און צוואנציג וויינט מען מער נישט, און א מענטש וואס ליגט אין א לעבעדיגן קבר, אפגעריסן פון מענטשליכע סענטימענטן, פארלירט אויך דעם וועג צום טרער. ווען דער מענטש פארלירט זיין מעגליכקייט צו וויינען איז ער א גרעסערער רחמנות פון דעם וואס וויינט. דער טרער איז אן אויסדרוק פון נשמה, אן אויסדרוק פון חיות, און סוף כל סוף טראגט יעדער טרער מיט זיך א האפענונג פאר א בעסערן עתיד.

מיר טארן נישט אנטלויפן פון זיך אליין, ווייל אין א הארץ וואו מיר קענען זיך אליין נישט אקצעפטירן איז נישטא קיין פלאץ פאר קיינעם. מיר מוזן ליב האבן דאס לעבן אהבת נפש, ווייל "ואהבת לו כמוך" קען נישט עקזיסטירן אין א וועלט וואו ס'עקזיסטירט נישט קיין "כמוך". מיר מוזן שעצן לעבן, ארויסהייבן די וואס שעצן עס, און אנערקענען אז מיר טראגן אלע איין און דעם זעלבן עול, און ס'איז פיל גרינגער עס צו שלעפן אינאיינעם. ס'איז נישט קיין פראגע פון הומאניזם, ס'איז נישט קיין פראגע פון ליבעראליזם, נאר א פראגע פון אויפהערן איבערלעבן און אנהייבן לעבן.

***

מי יתן כל עם ה' נביאים

לאמיר נישט אריינגיין אין פילאזאפישע ויכוחים איבער דעם ציל פון שלעכטס אויף דער וועלט, ווייל מיר וועלן עס סיי ווי נישט קענען לעזן. יעדער קען אויפברענגען השערות, אבער זיי בלייבן השערות. דער עיקר איז אז סיי דער פרייד און סיי דער טרויער זענען דא, און זיי פארמירן די רעאליטעט פונעם מענטש. כדי צו דערפילן דעם אלגעמיינעם מענטשליכן פולס, אין צייטן פון טרויער ווי אין צייטן פון פרייד, דארפן מיר נישט בהכרח באקענען דעם לעבנסשטייגער פון יעדער קולטור, אבער מיר דארפן כאטש עפענען א קליינטשיגן סוויטש אין קאפ וואס זאל ארויסווייזן גרייטקייט אריינצונעמען דאס קול וואס קומט פונדרויסן, אזוי ווי ס'איז, אן קיין פירוש רש"י'ס.

יעדער פאעט וואס איז בכח אויסצודרוקן זיינע פערזענליכע געפילן האט בהכרח געמוזט הערן וויאזוי אנדערע פאעטן טוען דאס, און דערמיט האט ער געעפנט זיינע אויערן צו אנדערע אינדיווידועלן, פון אנדערע גרופעס און אנדערע פעלקער. דאס הייסט אז ווי מער דער מענטש לייגט צו אן אויער, ווערט זיין אינערליכער קאמפוס מער ראפינירט און מער צום פונקט. דער פשוט'ער מענטש אין אונזער צייט האט די מעגליכקייטן צו דערגרייכן א מאראלישע הייך וואס דער דורכשניטליכער מענטש פונעם מיטלאלטער האט נישט געקענט דערגרייכן, מיט'ן בעסטן ווילן. דאס הייסט נישט אז די היינטיגע געזעלשאפט בכלליות שפאנט אין א גוטער ריכטונג ביי יעדן טריט וואס זי נעמט, נאר דאס הייסט אז אינדיווידועלן קענען היינט זיין בעסערע מענטשן ווי אמאל.

מיר אלע דארפן זיין פאעטן. אויב מיר קענען עס נישט אויסדרוקן אין שריפט, מוזן מיר כאטש לאזן די ווערטער קלינגען אויף אונזער נשמה. די אלגעמיינע גאס פארמאגט א געוויסן פאעטישן אונטערטאן, וועלכע דערקענט זיך אין די דעמאנסטראציעס וואס מענטשן מאכן אויף די גאסן, די מחאות קעגן אומרעכטן אין די ארבע כנפות הארץ, און אין דעם אומ'פשרה'דיגן אקטיוויזם וואס נעמט ארום גרויסע טיילן פון דער געזעלשאפט. נאכאמאל, ס'קען זיין אז די געזעלשאפט ווי א כלל איז זיך טועה מיט אירע החלטות, אבער ווייניגסטנס איז קלאר אז די ווינט וואס שטופט מענטשן ארויסצוגיין קעמפן איז אן אידעאליזם – וואס נאר פאעטן זענען דערמיט געבענטשט.

כאטש ס'קען קיינער נישט היילן די וואונדן פון דער מענטשהייט, ס'וועלן שטענדיג זיין פראבלעמען און צרות ביז די אוטאפישע אחרית הימים וועט פארווירקליכט ווערן, דאך איז אינעם בלויזן קרעכץ פאראן אן אומשאצבארער ערך, ווייל פון דעם אליין שרייט ארויס דער ענערגישער דראנג פון דער אייביג-יונגער מענטשהייט וועלכע וויל נישט אויפגעבן, די נצחיות'דיגע שטרעבונג צו עפעס בעסערס, נישט משלים צו זיין מיט דעם אופן ווי די וועלט איז, און קיינמאל נישט אויפגעבן דעם קאמף פאר'ן מארגן. מיר קענען לאכן פונעם סאציאליזם, אבער יענע זענען געגאנגען אין פייער פאר א צוועק וואס איז העכער פון זיי, בשעת מיר זענען אויף דעם נישט גרייט.

דער ציל אין לעבן איז נישט צו דערגרייכן, נאר צו שטרעבן. די מאסן קברים וואס זענען פארזייט געווארן צוליב די נאבעלע געדאנקען וואס יענע האבן מיט זיך געטראגן, די אומצאליגע לעבנס וואס זענען פארשניטן געווארן צוליב זייער אויפריכטיגן גלויבן אין א בעסערן מארגן, זענען איבערגעהאקט געווארן אינמיטן אן ארבעט וואס האט אפשר נישט געקענט פארווירקליכט ווערן, אבער זיי פארבלייבן אן עדות אויף דער העראאישקייט פונעם מענטש, זיין אייביגן גלויבן, וואס איז שטערקער פון מאטעריעלע טאג-טעגליכע פארביילויפיגע פארדינסטן. ס'איז נישט קיין חכמה צו לאכן פון גיבורים, נאר צו בייגן דעם קאפ פאר זיי מיט א הייליגן ציטער.

ס'איז אמת אז די אידעאלאגיעס פונעם לעצטן יאר-הונדערט האבן עווענטועל געברענגט חורבן, און דערפאר זענען מענטשן היינט צוטאגס מער סקעפטיש ווי סיי ווען אין דער פארגאנגענהייט, אבער דער חשד מיט וועלכן מיר קוקן קעגן דער דרויסנדיגער וועלט איז אייגנטליך דער זעלבער חשד מיט וואס די דרויסנדיגע וועלט קוקט קעגן זיך אליין. מענטשן זענען נישט זיכער צי דער מענטשליכער מין איז א ברכה אדער א קללה. מיר אליין האבן באשלאסן זיך ארויסצולאזן פונעם "עקוועיזשן" (equation) דורכ'ן דערקלערן זיך אליין אויף דער גוטער זייט קעגן א וועלט פון שלעכטס, אבער די גוטע מענטשן דארט אינדרויסן טוען נישט אזוי, און ס'איז א פראגע צי אונזער מהלך איז לאגיש, ווייל אפשטויסן די מענטשהייט פראדוצירט נישט בהכרח בעסערע מענטשן.

***

ואכל מן העץ וחי לעולם

ווי געזאגט איז עס נישט אזוי ווייט א פראגע פון באציאונג כלפי אנדערע, ווי א פראגע פונעם אייגענעם לעבן. אן עלטערע קאטוילישע פרוי וועמען כ'האב לעצטנס באגעגנט אינגאנצן צופעליג האט מיר געזאגט, "מיר אלע ווילן אז דאס לעבן זאל שיינען צו אונז מיט ליבשאפט, אבער מענטשן פארשטייען נישט אז די טבע איז אז אלעס קלעבט זיך צו זאכן וואס זענען ענליך צו זיי. א מענטש וואס דרייט זיך ארום אין ביטערניש קעגן א האלבער וועלט קען נישט ערווארטן אז די וועלט זאל שיינען צו אים, ווייל די ליבליכע מענטשן שטויסן זיך פשוט אפ פון אים." איר אנווייזונג איז מיר אריין אין קאפ: "האב ליב די וועלט, וועסטו זען אז דיין לעבן וועט ווערן ליבליך."

דאס מיינט נישט אז מ'דארף פרעדיגן נייע שיטות, דאס מיינט נישט אז מ'דארף עפענען א רעוואלוציע, נאר דאס מיינט אז מ'דארף אריינאטעמען טיף און אנהייבן פילן ווי א מענטש. מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר מעגן ליב האבן, מיר מעגן בענקען, מיר מעגן זיך פרייען, לאכן און טאנצן, פונקט ווי מיר מעגן טרויערן און וויינען. אונזערע לידער מוזן נישט זיין דורכגענעצט מיט פסוקים און מדרשים, נאר פונקט ווי די שירים פונעם תנ"ך גופא מעגן זיי אויסדרוקן א פערזענליכע נבואה פון אונזער הארץ, כאטש ווי קליין און נישטיג מיר זענען. מיר מעגן חלומ'ען הויך, מיר מעגן אויסדרוקן האפענונגען, און מיר מעגן טראכטן ווייט.

כדי צו קענען צוריקבאקומען דעם רויטן פארב אין די בעקעלעך, כדי איינצוהאנדלען א פרישע לעבנסלוסט אין אונזער קערפער, ווי אן ארגאן וואס לעבט און אטעמט, דארפן מיר אדאפטירן א נאטירליכן צוגאנג צום לעבן, צו דער תורה און צו אידישקייט. דאס אנטוויקלען א פאזיטיווער צוגאנג צו א גאנצער וועלט, אפילו אויב מיר ווילן נישט באקענען זייער לעבן פערזענליך, וועט אונז ערמעגליכן צו דערקענען די געמיינזאמע קולות וואס די גאנצע מענטשהייט פארמאגט, און מיר וועלן צוביסלעך אדאפטירן אן ענליכע ספאנטאנישע אויפריכטיגקייט כלפי זיך אליין אויך, דורכ'ן ווערן נענטער צו דעם פינטעלע מענטש וואס רוט אין יעדן איינעם פון אונז.

לאמיר טרעפן א נייעם טייטש אין די טראפנס רעגן, לאמיר טרעפן א נייעם באדייט אין די וואלקן אין הימל, אין די ביימער און גראזן וואס פילן אן די וועלט. שלמה המלך האט געזאגט "השמים ושמי השמים לא יכלכלוך ואף כי הבית הזה." אפילו די סאמע הייליגסטע זאכן קענען נישט באגרעניצן די שכינה וועלכע בלייבט נישט זיצן אויף איין פלאץ. דאס בית המקדש דארף זיין אונזער שפרונג-ברעטל, דער אנהויב פונקט, אבער פונעם קדשי קדשים גייט ארויס דער אבן השתייה וועלכע גיסט זיך איבער ווייטער אויף דער גאנצער וועלט.