מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

עס זענען פאראן אסאך תורות און רמזים אויף דעם ענין פון זיך פארשטעלן פורים. עס פארשטייט דאך אבער יעדער אז רמזים ווערן געווענליך געמאכט נאר נאכדעם וואס די מציאות איז שוין אוועקגעשטעלט. וואו איז אלזא דער ערשטער מקור וואו דער ענין פון זיך פארשטעלן ווערט דערמאנט, און וואס איז דער פריסטער טעם וואס שטייט?

נאך א זאך: פונקט ווי דער ענין פון פארשטעלן, לייגט זיך אויפ'ן שכל אז דער ענין פון קלאפן ביי המן איז אויך געמאכט בעיקר פאר קינדער. אבער לגבי קלאפן זעט מען אין ביהמ"ד אז פילע ערוואקסענע מדקדקים זענען מקפיד צו קלאפן ביי יעדן המן מקיים צו זיין דעם מנהג. פארוואס זעט מען נישט אז מדקדקים זאלן מקפיד זיין מקיים צו זיין אויך דעם מנהג פון זיך פארשטעלן, עכ"פ אביסל?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר