איך בענק מיך צו מיין תמימות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

איך בענק מיך צו מיין תמימות

הודעהדורך מרדכי » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:17 pm

די אלטע גיטע צייטן
ווען איך בין געווען א תמים
נישט געדארפט אלעס פארשטיין
ווייל מיין הארץ האט געפילט

ראש השנה כ'האב געפילט די זכיה צו ממליך זיין די באשעפער
יום כיפור פארגאסן טרערן צו זוכה זיין תשובה טיהן און גיין אויף די ריכטיגע וועג
געפילט ווי דער באשעפער הערט מיך אויס
און פילט מיט מיט מיין צער

יארן זענען אריבער, כ'בין עלטער געווארן
אנגעהויבן טראכטן און טראכטן
איך דארף שוין אלעס פארשטיין
ס'איז דא זאכן וואס שטימען נישט

זיך אויסגעלערנט אז איך מעג פרעגן און זיכן ענטפערס
זיך אריינגעלייגט צו פארשטיין אלעס
גענישטערט איבעראל, געטראפן א געוואלד
קשיות און תירוצים מיט נאך קשיות

צוביסלעך אנגעהייבן איינזעהן אז איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער מיין שכל פארשטייט שוין אז ס'איז דא א באשעפער
וואס פירט די וועלט אויף א הערליכע און מיסטעריעזע וועג

אבער און די פראסעס פין פארשטיין
איז מיין הארץ קאלט געווארן
וויפיל מער איך פארשטיי
איז מיין הארץ קעלטער

איך וויין אויף מיין פארלוירענע הארץ
איך וויל צוריק מיין געפיל צו אידישקייט
איך וויל צוריק פילן און אלע מיינע ביינער
אז די באשעפער איז מיט מיך

בעהט איך דיר באשעפער
געב מיך צוריק מיין תמימות
ס'זאל נישט אויספעלן צו פארשטיין
ווייל איך וועל דיך פילן אויף טריט און שריט
מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:29 pm

:like
מתוק!
יופי!
מרגש!
טרעפליך!
הערליך!
ווינדערליך!
רייך!
יודיש'ליך!
מורא'דיג!
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:20 am

צעקה הנערה ואין מושיע לה
דאס קומט מיר אין געדאנק
חקור חקרה נשמתי וכשלה
און יעצט טוט מיר אלס באנק.


געב מיך צוריק די ריינע טעג
די תמימות, דאס ציכטיגקייט
מיט א לויטערע בליק איך פלעג
זען אין רוחניות איר שיינקייט.


חדש ימינו כקדם, ווי א קליין קינד
וואס באטראכט אלס אזוי ערליך
פון מיינע 'פרייהייט' קייטן מיך אויפבינד
וועסטו זען ווי איך גלאנץ אזוי הערליך.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:31 am

עס שמעקט דא פון אלול...
קוק אראפ טאטע. רצונינו לעשות רצונך!! לעבדך בלבב שלם!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:13 am

דערמאנט מיך א פערציג יעריגע יונגערמאן זאגט איינמאל ווי עס בענקט זיך אים צו די קינדערישע יארן ווען ער איז נאך געווען אין די פעמפערס. די מאמע האט אים קעיר גענומען פון די שמוץ און ער'ט זיך געלעבט א חיים טובים אן קיין דאגות פון ווישן און וואשן. "אוי ווי נעמט מען די יונגע יארן" גיט ער א טיפע קרעכטץ. עפעס אזוי
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1173 מאל

Re: איך בענק מיך צו מיין תמימות

הודעהדורך מרדכי » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:00 am

איך בענק נישט צו די אינטערווישן, איך בענק צו די דאגה'לאז שמייכל..
איך בענק נישט צו מיין נישט פארשטיין, איך בענק צו מיין תמימות, צו מיין געפיל.
ווען מ'פארשטייט קען די געפיל זיין פיל פילפאכיג טיפער און נענטער און מ'וויל עס סאך מער. אזוי קוק איך אן איך די אלע מאמרים פין אויפגעבן די פארשטיין און גלייבן ווייל איך גלייב..
איך וויל נישט גיין אויף צוריק, איך וויל גיין פאראויס
מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:40 am

מרדכי, ביסט זיכער נישט דער איינציגסטער וואס בענקט זיך צום אלטן תמימות.
אבער ביי מיר איז נישט קיין ספק אז אין הימל האט מען א גרעסערע נחת רוח פון דיין עבודה טראץ (אדער אפשר צוליב) דיינע שוועריגקייטן.

עס איז כדאי איבערצוליינען 2 פון די סאמע בעסטע ארטיקלען פון ק"ש - וואס אגב קען מען פון דעם אביסל זעהן די אמאליגע לייבן שרייבערס - און דאס לייענען עטליכע מאל, ווייל עס איז דברים יורדים ונוקבים לחדרי בטן.

מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל
ועל ראשי שכינת א-ל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט