בלאט 1 פון 1

איך בענק מיך צו מיין תמימות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:17 am
דורך מרדכי
די אלטע גיטע צייטן
ווען איך בין געווען א תמים
נישט געדארפט אלעס פארשטיין
ווייל מיין הארץ האט געפילט

ראש השנה כ'האב געפילט די זכיה צו ממליך זיין די באשעפער
יום כיפור פארגאסן טרערן צו זוכה זיין תשובה טיהן און גיין אויף די ריכטיגע וועג
געפילט ווי דער באשעפער הערט מיך אויס
און פילט מיט מיט מיין צער

יארן זענען אריבער, כ'בין עלטער געווארן
אנגעהויבן טראכטן און טראכטן
איך דארף שוין אלעס פארשטיין
ס'איז דא זאכן וואס שטימען נישט

זיך אויסגעלערנט אז איך מעג פרעגן און זיכן ענטפערס
זיך אריינגעלייגט צו פארשטיין אלעס
גענישטערט איבעראל, געטראפן א געוואלד
קשיות און תירוצים מיט נאך קשיות

צוביסלעך אנגעהייבן איינזעהן אז איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער מיין שכל פארשטייט שוין אז ס'איז דא א באשעפער
וואס פירט די וועלט אויף א הערליכע און מיסטעריעזע וועג

אבער און די פראסעס פין פארשטיין
איז מיין הארץ קאלט געווארן
וויפיל מער איך פארשטיי
איז מיין הארץ קעלטער

איך וויין אויף מיין פארלוירענע הארץ
איך וויל צוריק מיין געפיל צו אידישקייט
איך וויל צוריק פילן און אלע מיינע ביינער
אז די באשעפער איז מיט מיך

בעהט איך דיר באשעפער
געב מיך צוריק מיין תמימות
ס'זאל נישט אויספעלן צו פארשטיין
ווייל איך וועל דיך פילן אויף טריט און שריט