מיט א טיפערן בליק - כי תצא - טרעפן דעם פארלוירענעם נשמה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק - כי תצא - טרעפן דעם פארלוירענעם נשמה

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת כי תצא תשע"ה
והשבתו לו..!

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר בסייעתא דשמיא אדורך געשמועסט דער ענין פון תמים תהיה עם ה' אלקיך, אל תחקור אחר העתידות – טראכט נישט און פיר נישט חשבונות איבער דעם מארגן, ובפרט יעצט שטייענדיג אין די טעג פון אלול, ווען ס'איז ביי אונז פארהאן אַן הרגשת הלב וואס רופט און בענקט צו תשובה ותיקון המעשים, דער איד וויל זיך צוזאם נעמען און מיט אַן אמת אנפאנגען טוען דעם רצון ה', דארפן מיר געדענקן און זיין אפגעהיטן זיך נישט צו לאזן פון דעם יצר וואס טוט אונז כסדר צומישן מיט מחשבות פון דעם מארגן און שפעטער, ער מאכט אונז טראכטן אז סיי ווי וועלן מיר נישט אינגאנצן מצליח זיין, סיי ווי וועט דער מארגן נישט זיין ווי געפלאנט איז דאך דער היינטיגע עבודה סתם א שאד די צייט וכדומה, אונזער ארבעט איז פונקט דאס פארקערטע כאפן די הייליגע מינוטן, לעבן דעם יעצט, אויסניצן די געוואלדיגע טעג, ווי חז"ל זאגן אונז אני לדודי ודודי לי - דער איד איז צו הקב"ה ער טוט זיין ביסל וויפיל ער קען – ודודי לי הקב"ה קומט צום אידעלע צו דאס קליין ביסל פונעם איד, השי"ת טוט אים אויפהייבן און נעמט אים צוריק אהיים, וואס ס'פארלאנגט זיך איז נאר דעם אני לדודי מיר דארפן זיך ווענדן צו הקב"ה.

אבער דאך... ס'איז טאקע א הערליכע נקודה וואס ברענט דעם איד צו פארשטיין ווי לעכטיג דער חודש אלול איז, און ווי גליקלעך מיר זענען אז הקב"ה האט אונז געשאנקן אזעלכע טעג, טעג וואס מיר
קענען אזוי גרינג נאנט ווערן, אזוי גרינג רייך ווערן, טעג פון אורי וישעי... אבער אעפ"כ איז טיף אינעווייניג נאך אלץ פארהאן עפעס אַן הרגשה וואס זאגט אז אלול איז עפעס א חודש וואס ..כ'דארף ווערן עפעס אנדערש ווי דאס וואס איך בין באמת, אלול דארף איך זיך אויפפירן מיט אביסל איינגעהאלטנקייט - מוצאי יו"כ קען איך צוריק ווערן דער אמתע זיך... טייערע ברידער לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און זיך צוזאמען אויסשמועסן, ובסייעתא דשמיא וועלן מיר זוכה זיין צו פארשטיין און שפירן מיט אַן אמת דאס גרויסקייט און גליקליכקייט פון די יעצטיגע טעג.

אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר דעם באקאנטן מצוה פון השבת אבידה ..וְכֵן תַּעֲשֶׂה לְכָל אֲבֵדַת אָחִיךָ אֲשֶׁר תֹּאבַד מִמֶּנּוּ וּמְצָאתָהּ לֹא תוּכַל לְהִתְעַלֵּם, אויף איעדע פארלוירענע זאך איז פארהאן א חיוב דאס צוריק צוגעבן צום בעל הבית, די פסוק פירט אויס לא תוכל להתעלם זאלסט דיך נישט ארויסדרייען פון צוריק געבן דעם פארלוירן חפץ, נאר וויסן זאלסטו אז די טארסט דיך נישט דערפון פארהוילן. – אין די פסוקים בפשטות שטייט דער באקאנטן דין פון צוריק געבן יענעם'ס א פארלוירן זאך וכו', אבער אז מען כאפט א בליק אין די הייליגע ראשונים ליגט דא עפעס אסאך טיפער ווי נאר צוריק געבן א פארלוירן חפץ.

ס'איז באקאנט דער לימוד פון חז"ל ורפא ירפא - מכאן שניתנה רשות לרופא לרפא, פון ורפא ירפא לערנט מען ארויס אז א דאקטער האט 'רשות' צו היילן דעם קראנקן, זאגט די הייליגע רמב"ם (פירוש
המשניות נדרים פ"ד מ"ד) אויסער דעם רשות צו היילן - איז פארהאן א חיוב צו היילן: חיוב הרופא מן התורה לרפאות חולי ישראל, וזה נכלל בפירוש מה שאמר הפסוק 'והשבותו לו', לרפאות את גופו, שהוא כשרואה אותו מסוכן ויכול להצילו או בגופו או בממונו או בחכמתו, - ס'ליגט א 'חיוב' צו היילן דעם קראנקן און דאס לערנט מען פון השבת אבידה, 'והשבותו לו' זאלסט עס צוריק קערן צו אים און דאס גייט ארויף אויף סיי וועלכע זאך וואס יענער האט פארלוירן, און אויב האט ער פארלוירן געזונט און די קענסט עס אים צוריק געבן - ליגט אויף דיר א חיוב עס צו טוען, דארפסט עס אים צוריק געבן... ווען מיר דערהערן ריכטיג די ווערטער זעט זיך קלאר אז די מצוה פון השבת אבידה איז אסאך טיפער ווי נאר צוריק קערן פארלוירענע חפצים, לאמיר זיך דערין פארטיפן און בעזהשי"ת ארויסנעמען פון די פסוקים א אוצר נפלא פון חיזוק און התעוררות פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

בלומפיעלט ניו דזערסי – אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט דרייט זיך שראליק ארום, ער איז צומישט ביז גאר נישט וויסנדיג ווי זיך צו ווענדן און צו וועמען צו רעדן, ס'איז שוין יעצט גאנצע זיבן יאר וואס ער האט מיט זיין ערליכע אידישע משפחה אינגאנצן אפגעהאקט, און זיך אוועק געצויגן לעבן א נישט אידיש לעבן, די מחשבות און זכרונות לויפן אים אָן אויפהער, ער דערמאנט זיך ווי זיין געטרייע טאטע האט זיך ביי אים געבעטן און געוויינט אז ער זאל בלייבן אין שטוב, דערנאך ווי זיין מאמע און געשוויסטער פלעגן זיך ביי אים בעטן אז ער זאל כאטש קומען אמאל מיט האלטן א שבת אדער יום טוב, אבער דער רייץ זיינע צו תאוות עולם הזה באגלייט מיט א שטארקע השפעה פון נישט ריכטיגע חברים האט אים אוועקגעטראגן ווייט... גאר ווייט...

דערנאך איז געקומען די צייט חתונה צו האבן, ס'האט געקאסט אסאך כח און מח פון זיין חשובה טאטע ר' פנחס אים איבערצוצייגן אז ער זאל כאטש נעמען א בת ישראל וואס האט עפעס שייכות מיט שמירת תורה ומצוות, און כאטש ביים חתונה האט ער דאס טאקע באקומען האט אבער זיין רייץ זיך נישט אפגעשטעלט, און ליידער איז זייער אידישקייט נאכן חתונה געווארן שוואכער און שוואכער... ויהי היום אז זיי האבן מחליט געווען אז ס'איז צייט זיך אוועק צוציען פונעם געגנט און זיך באזעצן אין א קאמיונעטי "ווי מיר וועלן האבן מענטשן וואס לעבן דעם זעלבן לייף סטייל ווי אונז", דאס אוועקציען איז געקומען באגלייט מיט א שארפע אפהאק מיטן גאנצן משפחה פון ביידע צדדים, "מיר פאנגן אָן א נייע לעבן - מיר ווילן מער מיט קיינעם קיין שייכות נישט האבן"... טראץ די אלע בריוון און מעסעדזעס וואס זייערע צובראכענע עלטערן פלעגן כסדר שיקן - האבן זיי נישט צוריק געענטפערט אדער זיך בכלל וויסנדיג געמאכט, צו די ווייטאג און צער פון די גאנצע משפחה.

ס'איז שוין פינעף זעקס יאר נאכן זיך אריבערציען צום נייעם געגנט אבער דאס לעבן איז נישט די זעלבע, אין אנפאנג האט עס טאקע אויסגעזעהן ווי עפעס א חלום אבער גאנץ שנעל האבן זיך זאכן אנגעפאנגען דרייען, שוין עטליכע יאר וואס זיי ווארטן און האפן צו האבן א אייגן קינד ..?!?!... אין אנהייב האבן זיי בכלל נישט צוגעלייגט קאפ דערצו און מיט אלע כוחות פרובירט ווייטער אנגיין מיטן הפקר'דיגע לעבן, אבער... ווי א טאג ס'גייט פארביי פאנגן זיך זאכן אָן טוישן, דאס בענקשאפט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא האט אנגעפאנגען איבער נעמען דאס לעבן, און פלוצלינג האבן זיך זאכן אנגעפאנגען ריקן מיט א שנעלקייט און דאס וואס האט נעכטן אויסגעזעהן אינטערעסאנט איז גאנץ קלאר געווארן - אז ס'איז נישט, דער וואס האט נעכטן אויסגעזעהן ווי א חבר איז גאנץ קלאר געווארן - אז ער איז נישט, און צוביסלעך האט זיך אנגעפאנגען בענקן... פון טיף אינעווייניג האבן זיך פארשטאפטע הרגישים אנגעפאנגען ערוועקן, פון צייט צו צייט האט ער זיך געטראפן אונטער ברימען דעם אלטן ניגון אנחנו מאמינים בני מאמינים ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים, ער האט אליין נישט געוויסט וואס דא גייט פאָר...

ס'איז געווען א דאנערשטאג נאכמיטאג ווען שראליק צוזאמען מיט זיין בני בית זענען געזעצן אינעם ווארט ציממער פון א גרויסע ספעציעליסט, און פלוצלינג האט זיך ווי פון זיך אליין אנגעפאנגען ברימען אויף זיינע ליפן פסוקי תהילים וואס ער האט געדענק פון זיינע אינגע יארן, וויפיל ער האט פרובירט אכטונג געבן אז זיין בני בית זאל נישט באמערקן (ווייל ווי קומט דען צו די גרויסע שראליק תהילים זאגן?!) האט זי עס גאנץ שנעל באמערקט, שראליק האט זיך געווינדערט ווי אזוי זי וועט נעמען זיין תהילים זאגן, אבער ווי שאקירט איז שראליק געווארן ווען פלוצלינג זעט ער ווי זי נעמט ארויס פון איר טאשקע א קליין אדורך געווייקטע תהילים'ל און זי גיסט אויס אין א געוויין... שראליק ווי אזוי מיינסטו אז איך קען אויסהאלטן אָן דעם?!?! ס'איז שוין חדשים וואס די קליינע תהילם'ל האלט מיך ביים לעבן, כ'האב דיך נישט געוואלט זאגן כ'האב נישט געוויסט ווי אזוי די וועסט עס אויפנעמען אבער כ'זאג דיר די אמת כ'קען נישט אָן דעם... כ'האב געמיינט אז מיר וועלן עפעס האבן, אבער כ'שפיר אזוי אליין, אינגאנצן אליין, מיין הארץ איז צוריסן אויף שטיקער, כ'קען עס מער נישט פארטראגן, כ'בענק זיך כ'בענק זיך שטארק, שראליק האט זיך נישט געקענט צוריק האלטן און אויך פון זיינע אויגן האבן די טרערן אנגעפאנגען גיסן, יארן פון געמאכטע הארטקייט האט זיך געגעבן א צולאז ווי א אייז בארג וואס באגעגנט זיך מיטן זון... נאך עטליכע מינוט פון שטילקייט פרעגט זיין בני בית: שראליק ס'איז דאנערשטאג היינט - מארגן איז פרייטאג אפשר מאך מער א שיינע שבת די וואך?! ס'איז שוין אזוי לאנג?!

ווי פארשטענדליך אז איין שבת האט געברענגט נאך איין, און פון שבת איז געווארן א גאנצע וואך, דאס בענקשאפט צו תורה ומצוות האט פלוצלינג עקספלאדירט און זאכן האבן זיך אנגעפאנגען ריקן גאר שנעל... ויהי היום זיי שטייען ביים טיר פון זייערע עלטערן דאס הארץ קלאפט דער נפש טרייסלט נאך יארן יארן פון זיין אוועק, און נישט סתם אוועק נאר אזוי ווייט אוועק שפירן זיי פלוצלינג אזוי נאנט, נענטער ווי נאנט... דער טיר מאכט זיך אויף און ר' פנחס מיט זיין חשובע אשת חיל זענען פארגליווערט געווארן ..זייער טייערע שראליק שטייט ביים טיר מיט א הערליכע אידישע חן... ר' פנחס פאלט ארויף אויף שראליק און האלדזט אים ארום מיט א ליבשאפט וואס קען בכלל נישט באשריבן ווערן, פון זיינע אויגן גיסן טרערן פון פרייד און שמחה, שראליק כ'האב אזוי לאנג געווארט געבענקט געהאפט און געדאווענט, די זעסט דאך אויס אזוי לעכטיג זאג מיר וואס ווען ווי? וואס גייט פאר מיט דיר? שראליק האט זיך נישט לאנג געלאזט ווארטן נאר פארציילט וואס ס'איז אלץ אויף אים אריבער די לעצטע פאָר יאר... ווי הקב"ה האט אים ארויסגענומען פון די נידריגסטע און געברענגט צום העכסטן, צו א לעבן פון שמירת תורה ומצוות מיט אלע הידורים ..טאטי אזוי ווייט ווי כ'האב פרובירט אנטלויפן – אט אזוי נאנט בין איך צום סוף אנגעקומען, מיט א פרייליך הארץ זאגט ר' פנחס: שראליק איך מיז דיר זאגן אז נאכן פארברענגן מיט דיר שפיר איך אז די ביסט קיינמאל נישט אוועק... כ'שפיר אז די ביסט נענטער ווי פארן גיין...

טייערע ברידער מאך אויף דיין הארץ און באטראכט דיין לעבן מיט אַן אמת וועסטו זעהן אז ס'איז גאנץ ענליך צו דעם שראליק, איעדע פון אונז אויף זיין אייגענע מצב און מדריגה איז ביי אים פארהאן דעם געדאנק פון אוועק גיין פון טאטן דעם מלך העולם, במשך דעם יאר ווערן מיר אריין געשלעפט אין תאוות עולם הזה און דאס טוט אונז אוועקטראגן ווייט, גאר ווייט... דער אידעלע ווערט אריין געזינקן אין זיינע נסיונות און שוועריגקייטן, מיר פלאגן זיך מיט אלע ערליי תאוות און גלוסטענישן, און כאטש אז אונזער געטרייע טאטע בעט זיך ביי אונז, הקב"ה וויל אזוי שטארק אז מיר זאלן בלייבן, כאטש א שבת אדער יום טוב זאל געפראוועט ווערן ריכטיג... אזוי לויפן די וואכן און חדשים, דער טאטע וויינט און בענקט נאך זיינע טייערע קינדערלעך, מיין טייער קינד ישראל זאל שוין תשובה טוען און צוריק אהיים קומען, אבער דער רייץ צו תאוות עולם הזה באגלייט מיט א שטארקע השפעה פון דער דרויסן טראגט אונז אוועק, מיר מאכן זיך באקוועם אין אונזער אייגן געמאכטן "לייף סטייל", מ'פארט אהער און אהין, מ'פארברענגט דא און דארט וד"ל, און טראץ די אלע בריוון און מעסעדזעס וואס הקב"ה טוט אונז כסדר שיקן צו דאס איז שמחות ונחת אדער ליידער צרות יגון ואנחה ענטפערן מיר ליידער נישט צוריק, צו די צער און ווייטאג פון אונזער באליבטע טאטע.

"אלול" איז דער חודש וואס דער איד טרעפט זיך אינעם ווארט ציממער פונעם ספעציעליסט, ס'איז דער חודש וואס דער איד פאנגט זיך אָן פרעגן די אמתע פראגעס וואס גייט פאָר? ווי בין איך אויף די וועלט? וואס איז מיין תכלית החיים? און צו דער זעלבע צייט פאנגט אָן ארויסקומען א טיפע אינערליכע בענקשאפט צו אבינו שבשמים, דער איד לייגט אוועק אלע זיינע זייטיגע חשבונות און בושות און ברענגט ארויס זיינע אינערליכע הארציגע געפילן, און פלוצלינג באגעגנט ער זיך מיט די אמתע זיך, פלוצלינג דערהערט ער דעם אינערליכע געשריי וואס שרייט רצוננו לעשות רצונך, השיבנו ה' אליך ברענג אונז נענטער צו דיר, מיר ווילן דיר אמת'דיג דינען, חדש ימינו כקדם באניי אונזערע טעג ווי אמאל, געב אונז סייעתא דשמיא, העלף אונז אז מיר זאלן זיך קענען ארויסזעהן פון דעם ביטערן מצב און אהיים קומען, דער קאלטקייט וואס נעמט אונז שוין אזוי לאנג ארום פאנגט אָן צוגיין און מיר בלייבן מיט א קאכעדיגע ווארעמקייט גרייט צו טוען רצון ה' מיט די גרעסטע חיות און ברען...

"אלול" איז דער חודש ווי השי"ת שטייט אונטערן טיר מיט אויסגעשטרעקטע הענט און ווארט אז מיר זאלן געבן דעם קליינעם קלאפ, פתחו לי פתח כחודה של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם, א קליינעם קלאפ און הקב"ה אונזער טאטע מאכט אויף דעם טיר און מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט האלדזן מיר זיך ארום, און ווען דער אידעלע קומט אריין צום טאטען וויינט ער זיך אויס דאס הארץ ..טאטע כ'האב אזוי שטארק געוואלט קומען, כ'האב זיך אזוי געבענקט, אבער מיינע שוועריגקייטן האבן מיר נישט געלאזט, אבער טאטע יעצט ווען איך בין צוריק שפיר איך אז ..אזוי ווייט ווי כ'האב פרובירט אנטלויפן – אט אזוי נאנט בין איך צום סוף אנגעקומען, און הקב"ה זאגט צוריק: מיין קינד ישראל יעצט אז די ביסט צוריק שפיר איך אז די ביסט קיינמאל נישט אוועק... כ'שפיר אז די ביסט נענטער ווי פאַרן גיין...

טייערע ברידער דער מצוה פון השבת אבידה איז נישט נאר צוריק געבן א פארלוירן חפץ, איעדע פון אונז האט די הייליגסטע און טייערסטע זאך אין זיין באזיץ וואס דאס איז דער אידישע נשמה א חלק אלוקי ממעל, יא ברידער נישט סתם געזאגטע זאכן – אין איעדע פון אונז ליגט א חלק אלוקי ממש, שטעל זיך אפ א רגע און טראכט אריין וואסערע אוצר מיר פארמאגן, אבער ליידער איז דער נשמה פארלוירן, ס'דרייט זיך ארום דא אויף די וועלט צוריסן און צופליקט און בענקט אהיים, ס'בענקט אנצוקומען צו איר פלאץ צו איר ריכטיגן תיקון וואס דאס איז דביקות בה', אויף אונז ליגט דער חיוב מחזיר צו זיין דעם אבידה מיר דארפן עס צוריק טראגן צום בעל הבית צו הקב"ה אונזער גרויסע טאטע וַהֲשֵׁבֹתוֹ לוֹ – קער עס צוריק! מיר דארפן זיך באהעפטן מיט אלע כוחות צו השי"ת און יא ברידער אפילו ס'איז געווען פארלוירן אבער ווען מיר קומען צוריק ווען מיר טרעפן זיך ביי הקב"ה אין די הענט זענען מיר קיינמאל נישט געווען אוועק, תשובה איז די ווערטער תשוב - ה' קער זיך צוריק צו הקב"ה, און ווען מיר זענען צוריק זענען מיר נענטער ווי פארן גיין, ס'איז דאס זיין אוועק וואס ברענגט אונז נענטער ווי סיי ווען...

ברידער אלול איז נישט א חודש וואס דער איד לעבט עפעס אנדערש, אלול איז נישט א חודש ווי מען האלט זיך צוריק און מוצאי יו"כ איז מען צוריק דער אמתע זיך, ניין ברידער אויסדריקלעך ניין! אלול איז דער חודש וואס דער איד טרעפט זיך מיט דער אמתע זיך, ער ווערט געוואר אז דאס וואס ער מיינט ער איז - איז בכלל נישט ער... ער איז א באליבט קינד פון הקב"ה דער מלך העולם און דארט אהין בענקן מיר און דארט אהין צילן מיר, אמאל מאכט זיך אז אונטערוועגנס טוט זיך דער אידעלע פארבלאנזשענען אבער צום סוף קומען מיר אלע אָן, טיף אינעווייניג קענען מיר זיך נישט באהאלטן אדער אוועקדרייען, לאמיר אויסניצן די הייליגע טעג פון אלול ווי געשמועסט די טעג פון אני לדודי ודודי לי, געדענקן אז הקב"ה שטייט און ווארט גרייט אונז אויפצוהייבן און אונז אהיים טראגן, לאמיר זיך ערוועקן און ארויסברענגן דאס אמתע זיך און אט וועלט מיר זוכה זיין צו דעם חדש ימינו כקדם בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אלול איז דער חודש - ווי השי"ת שטייט אונטערן טיר מיט אויסגעשטרעקטע הענט און ווארט אויף זיינע קינדערלעך.
• אלול איז דער חודש - וואס דער איד טרעפט זיך מיט דער אמתע זיך... ער דעהערט דעם אינערליכן בענקשאפט זיינע.
• אלול איז דער חודש - וואס דער איד דעהערט אז ער איז א חלק אלוקי ממעל ממש... יא א חלק אלוקי ממש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר