ווען דער מלך איז פונעם שדה אויך אוועק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

ווען דער מלך איז פונעם שדה אויך אוועק

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

דעם אויבערשטן קען מען נישט מגדיר זיין אין ווערטער. "ער" איז "עפעס" וואס מ'קען נישט מקיף זיין און משיג זיין. יעדער פרואוו "אים" צו באצייכענען אויף סיי וואספארא אופן עס זאל נאר זיין איז בעצם אזא סארט אפצווייג פון מינות. ווייל איינמאל ער איז דעפינירט – דורך א מושג, ווארט, בילד, קאנצעפט – איז ער שוין אריינגעצווינגען אין א מקום מיט גרעניצן און במילא ארויס פונעם כלל "לית מחשבה תפיסא ביה כלל."

ווערטער, אגב, זענען נאך פון די שוואכסטע מיטלען צו באנעמען און באצייכענען א זאך. הרגש און מחשבה זענען סך מער סאפיסטיקירט, אבער אויך סך ווייניגער ניצליך. אונזער אופן פון קאמוניקירן גייט בעל פה, מיט'ן מויל וואס זאגן ווערטער וואס דער צוהערער קען פון פריער. ס'איז אבער גאנץ קלאר אז אויב מיר וואלטן געקענט קאמוניקירן דורך הארץ און קאפ, וואלטן מיר געקענט זיך פארשטענדיגן אויף א סך טיפערער מדריגה, מיט מער איינבליק און הבנה, ווי יעצט ווען מיר טוען עס מיט מויל און שפראך. דאס הארץ באנעמט איבערלעבענישן און דער מוח באגרייפט מושגים אויף אן אופן וואס ווערטער קענען אפשר אנדייטן אבער זיכער נישט אינגאנצן איבערגעבן.

דער רבונו של עולם שטייט מחוץ לשון און אויך אינדרויסן פונעם הארץ און דעם מוח. אין דער זעלבער צייט געפינט ער זיך אבער איבעראל – אריינגערעכנט אין די ווערטער, הארץ קעמערלעך און נוראנס שבמוח. און ס'איז גוט אזוי, ווייל אנדערש וואלטן מיר נישט געקענט וועגן אים רעדן, מיט אים קאמוניקירן, אים דערציילן און זיך אויסרעדן און אויס'טענה'ן. אז ער איז אינדרויסן פון אלעם ובכל זאת אינטים פארנעסטעוועט איבעראל, קען מען מיט אים רעדן וועגן אלעם ובכל זאת אים דינען מיט יענער אהבה וואס קומט נאך דעם ענדגילטיגן ביטול כלפי עפעס וואס אפילו "אין סוף" גייט נישט ווייטער ווי הגבלה אויף עפעס נאך גרעסערס.

הייסט עס אז בכדי צו קענען רעדן מיט און וועגן אים, כביכול, דארפן מיר זיך באניצן מיט'ן געצייג וואס ער אליין, כביכול, האט אונז צוגעשטעלט, דא אין דעם צמצום שבתוך אור אין סוף – ווערטער, געפילן, מחשבות, מעשים. און אזוי לאנג ווי מיר פארשטייען אז די ווערטער און מיטלען וואס מיר ניצן צו קאמוניקירן מיט אים האבן נישט דאס לעצטע ווארט, איז אלץ גוט און פיין.

רעדן מיט'ן רבונו של עולם איז זייער געזונט. א מענטש דארף זיך אויסרעדן, אויסשמועסן. אזוי גייט עס. ס'איז גוט אויב מ'קען רעדן צו עמיצן גרינג און קלאר, לאזן די ווערטער זיך פרייוויליג ארויסקוילערן פון קאפ און הארץ. אזא שמועס – מיט עמיצן וואס ווייסט במילא אלעס און וועלכער קוקט דעם מענטש קיינמאל נישט אראפ און האט אים ליב אן קיין תנאים – איז געשמאק. עס מאכט גרינגער און העלפט אויך בעסער מאכן דאס און דארט וואס און וואו אביסל בעסער איז נויטיג.

אבער פארט, בכדי צו רעדן צו א צווייטן, דארף דאך דער יעניגער איך שהוא דעפינירט ווערן. אפילו ווען איך זאל רעדן צו זיך אליין, וועל איך פריער דארפן אננעמען צוויי באזונדערע ראלעס – איך און איך. רעדן צו זיך קען מען בלשון נוכח (הערסט, לולקע לעבן, וואס כ'וויל דיר דערציילן), אדער קען עס גיין בלשון נסתר (איך טראכט פונקט אז איך, לולקע, וואלט געזאלט טאן אט אזוי). אזוי צי אזוי זענען פאראן צוויי "וועזנס" וואס קאמוניקירן צווישן זיך.

וואס טוט מען מיט'ן אויבערשטן? ער איז דאך גארנישט "ער"! וויאזוי רעדט מען צו עמיצן וואס דאס עצם "עמיצן" גרעניצט זיך שוין מיט'ן אפגרעניצן דעם "אין עוד מלבדו"?

איז טאקע נישטא קיין עצה! נאר דער אויבערשטער כביכול האט אנגאזשירט אין דער ארבעט יענע פילאסאפישע קלאץ-קשיא; ער האט באשאפן א שטיין מיט אן אייגנשאפט פון זיך נישט לאזן רירן אפילו דורך כביכול אליין, אבער דערביי גוזר געווען אז דער אומרירליכער שטיין זאל זיך פארט א שאקל געבן... (די מענטשהייט איז זינט יענעם טאג געבליבן זיך קראצן ביי די גאר-רירבארע פלייש-און-בלוט-און-ביינער קעפ וויאזוי דאס עסק ארבעט.)

האבן מיר, הייסט עס, באקומען במתנה דעם רשות צו רעדן צו אים, מיט ווערטער, און טאקע בלשון נוכח, ווי גלייך ער וואלט אריינגעשטעלט דעם גאנצן גרויסן אין סוף אין אזא קליינעם מושג פון "אתה: דו".

ווערט אבער דא נולד א שטיקל פראבלעם. מיר ווילן פון איין זייט אינטים רעדן מיט'ן רבונו של עולם; פון דער צווייטער זייט, אבער, ווילן מיר דאך רעדן צו אים בתורת גרויסן הייליגן מעכטיגן באשעפער.

איך יתקיימו שניהם?

ווי צו דערווארטן ווען מ'פרובירט מאכן סדר אין עפעס וואס שטימט נאר אין די גבולים פון סתירה פה בעולם הגשמי, מוז מען יעדן אונטערקומענדן דילעמא לעזן טאקע מיט א פרישער סתירה. איז דער אויבערשטער טאקע סיי א קעניג, און נישט סתם אזוי, דער קעניג פון אלע קעניגן; אין דער זעלבער צייט איז ער אן איבערגעגעבענער, געטרייער טאטע; איינצייטיג איז ער/זי/עס דער נאענסטער הארץ חבר, א ליבהאבער, וועלכער האט מיך ליב מיט יענער ענדגילטיגער ליבשאפט וואס דערהייבט חסרונות, עוולות, און אלערליי מכשולות.

ווען ליבשאפט איז ווייניגער בנמצא און די אומגאנגס שפראך פון דער מענטשליכער השגה איז הכנעה צו א מאכט וואס זארגט פאר די געברויכן פון אירע אונטערטאנען, איז דער אויבערשטער יענער געוואלדיג-גרויסער קעניג.

ווען דער קעניג איז אבער א שלעכטער, מאכט-הונגעריגער, אפרעסיווער, באצווינגער וועמען די טובה פון זיינע אונטערטאנען גייט גאר ווייניג אן, ווערט דער רבונו של עולם נישט סתם א גוטער הערשער, נאר אזש א מלך בשדה, וועלכער גייט גאר זיך אומקוקן וואס דער פשוט'ער עולם מאכט עפעס, און ווארט צו הערן גוטע בשורות.

וואס טוט זיך ווען קיין קעניג – שטרענגער אדער מילדער – איז בכלל נישט בנמצא? דעמאלט איז כביכול פושט צורה ולובש בגדי דערבארעמדיגער טאטע. ער שמייכלט זיס און גלעט דאס קינד זיינעם אין פנים, אויפ'ן שטערן, איבער די הענט.

און אויב דער מצב המקום ורוח הזמן איז אנגעצויגן, אנגעווייטאגט, איבערגעלאדנט מיט צרות, יעצטיגע און פריערדיגע, און די לופט, אפילו צווישן טאטן און קינד, איז גארנישט אזוי מילד און זיס?

נו, רבונו של עולם: וואס טוט מען טאקע? עס בלייבט דאך נישט קיין אנדערער וועג, ווי אז דו זאלסט זיך באווייזן כמו שהוא! איי, ס'איז דאך אוממעגליך, כי לא יראני האדם וחי? ווייסן מיר דאך א כלל אז אויפ'ן אויבערשטן פרעגט מען נישט קיין קשיות. באווייז זיך פאר אונז אזוי ווי דיינע חסדים ווילן, אויף אן אופן וואס מיר קענען פארנעמען. ווייסט דאך, קיין קעניג פארמאגן מיר נישט; אפילו דרך ארץ איז שוין אן אלטפרענקיש ווארט. ליבשאפט? נישט יעדער פון אונז האט זוכה געווען צו פילן דעם טעם; איז זי נישט קיין גוטער מיטל אויף אנצוקומען צו דביקות אין דיר. מוזטו, רבונו של עולם, זיך מגלה זיין אויף אן אופן אזוינס און אזעלכס!

אינדערצווישן, ביז די צייט פאר'ן התגלות וועט אנקומען, וועלן מיר זינגען און טאנצן, לאכן און פאטשן מיט די הענט. דאס איז דער בעסטער אופן פאר א סך פון אונז זיך אויסצודריקן, ארויסצולאזן די שפאנונג, אויסצודריקן די געפילן, און שפירן עפעס פון יענעם טעם וואס קומט נאך דעם פארשטיין אז מען קען נישט פארשטיין, נאכ'ן וויסן אז מען ווייסט נישט, נאכ'ן פארלוירן ווערן אין דער מורא'דיגער אהבה וואס קומט נאך דער הכרה אז אין עוד מלבדו, ובכל זאת זענען מיר דא, קאי וקיים, און ווערן ווי כלומר'שט באזונדערע וועזנס פארפאלן אין דיין גרויסן אור.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
רעאגיר