מיט א טיפערן בליק ראש השנה - מיר האבן א מיסיע אויף די וועלט!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

מיט א טיפערן בליק ראש השנה - מיר האבן א מיסיע אויף די וועלט!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אט אט שטייען מיר פאר דעם גרויסן יו"ט, פאר די געוואלדיגע געהויבענעם זמן ווען מיר גייען צוטרעטן צום יום הדין הגדול והנורא ראש השנה תשע"ו, די מח ווירבלט מיט כל מיני געדאנקן, פון איין זייט זענען מיר צוגעוואוינט צו האבן די טעג א געוויסע מאס אנגעצויגענקייט, מ'איז פול מיט פחד, ס'איז דאך די ימים נוראים, מיר זוכן זכיות מיר ווילן טוען וואס איז ריכטיג זוכה זיין אז דער נעקסטע יאר זאל זיין א גוטער און א געלונגענע, אבער פון דער אנדערע זייט איז פארהאן אזא מין געדאנק וואס האפט אז מיר זאלן שוין האלטן דערנאך ס'זאל שוין פארביי גיין ...אפען גערעדט טיף אין הארצן שפירן מיר א געפיל פון: מען דארף פועלן א גוט יאר מיט אלע ברכות און ווייטער געגאנגען, איך וויל שוין האלטן פרשת לך לך ווען ס'איז 'צוריק צו נארמאל' אדורך מיט די פרעשור און אנגעצויגענקייט... מיר דארפן זיין אמת'דיג און מאכן דעם חשבון ווי אזוי גרייטן מיר זיך צו, און ווי אזוי ווארטן מיר אפ די גרויסע טעג הבאים עלינו לטובה?

אז מיר וועלן קוקן מיט אן אמת וועלן מיר באמערקן אז דער צומישטע צוגאנג צום יו"ט קומט ווייל ס'פעלט אונז די שליסל, ס'פעלט אונז די אויגן צו זעהן די ליכטיגקייט, דאס הארץ צו שפירן די שטארקע נאנטשאפט פון די געוואלדיגע טעג, אויף וואס חז"ל זאגן אונז: דרשו ה' בהמצאו קראו בהיותו קרוב, זוכטס השי"ת ווען ער איז צום געפינען רופטס ווען ער איז נאנט, אדרבה אז מיר קוקן אריין אין נביא זעהן מיר גאר פארקערט אז במשך דעם גרויסן יו"ט ראש השנה זענען מיר מחיוב אנצופילן דאס הארץ מיט שמחה, ווי נחמיה זאגט פאר די אידישע קינדער: וַיֹּאמֶר לָהֶם לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם, וְהַלְוִיִּם מַחְשִׁים לְכָל הָעָם לֵאמֹר הַסּוּ כִּי הַיּוֹם קָדֹשׁ וְאַל תֵּעָצֵבוּ, כָל הָעָם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וּלְשַׁלַּח מָנוֹת וְלַעֲשׂוֹת שִׂמְחָה גְדוֹלָה כִּי הֵבִינוּ בַּדְּבָרִים אֲשֶׁר הוֹדִיעוּ לָהֶם ראש השנה איז נישט קיין צייט פון זיין ח"ו צובראכן, צוקלאפט אדער נערוועז וכדומה נאר פונקט פארקערט עסן זיסע עסנווארג און זיך פרייען מיט א געוואלדיגע גרויסע שמחה, ווייל ס'איז א הייליגע טאג היינט פאר אונזער האר-השי"ת ווייל די פרייד פון השי"ת איז אונזער שטארקייט...

טייערע ברידער! לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און אנהייבן אביסל זעהן און פארשטיין דעם גרויסן יום טוב ראש השנה, פארוואס טאקע זאלן מיר פראווענען א יו"ט און זיין בשמחה אין א יום הדין??? לאמיר דערהערן וואס איז די עבודת היום וואס די תורה זאגט מיר זאלן אריינלייגן אונזער "ראש" קאפ הארץ און מחשבה במשך דעם יו"ט ראש השנה וואס איז אונזער עיקר ארבעט פונעם טאג? דער ענטפער איז פארהאן אין איין ווארט "המלך"! קרוינען השי"ת, ווי חז"ל זענען מבאר: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, ובמה בשופר.
השי"ת זאגט אונז: דערמאנט פאר מיר קעניגרייך כדי עטץ זאלטס מיר קרוינען אויף ענק וכו', לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק: א) וואס איז באמת די אפטייטש פון די ווארט "המלך", און בכלל וואס איז דער ענין פון מלכיות – קעניגרייך, מיר רעדן דערפון כסדר אבער וואס איז איר ריכטיגע אפטייטש? ב) וואס האט השי"ת פון דעם אז מיר זאגן מלכיות? ג) ובמה בשופר - וואס איז די טיפקייט פונעם שופר וואס מיר בלאזן? ד) און ועל כולם פרעגט זיך די גרויסע פראגע וואס האט מלכיות מיט אונז, און וואס האט די שופר מיט אונז, און ווי אזוי טוט השי"ת'ס מלכיות - באגלייט מיטן שופר אפעקטירן אונזער פערזענליכער טאג טעגליכן לעבן?

דאס איז אונז קלאר אז דער סאלדאט איידער ער לאזט זיך ארויס אויפן פראנט גייט ער אדורך כל מיני טרענירונגען, ס'פאנגט זיך אָן מיט די פיזישע אפטיילונג, ווי דארטן ארבעט ער ביטער שווער אויפצובויען זיינע כוחות, און אזוי הארעווענדיג אויף זיינע ביינער ווערט ער צוביסלעך געוואר אז ער קען און פארמאגט אסאך מער כוחות ווי ער האט נאר אמאל געמיינט, דערנאך ווען ער איז פיזיש פולקאם גרייט פאנגט זיך אָן די צווייטע חלק וואס דאס איז די גייסטישע אפטיילונג, מען טוט אים ערקלערן די לאנד'ס גאנצע היסטוריה, פארוועם ער קעמפט, ווער זיינע גענעראלן זענען און אין וועלכע אפטיילונג ער וועט דינען וכדומה, און ערשט נאך עטליכע חדשים וואס מען זעט אז ער פארשטייט זיין אויפגאבע און איז 100% געטריי ערליך און ריכטיג אנטשלאסן צו די ארמיי קומט די איינשווערונג צערעמאניא, יעצט איז ער א ריכטיגע סאלדאט פולקאם גרייט ארויס צו גיין אין קאמף.

אט די זעלבע איז מיט אונז סאלדאטן אין השי"ת'ס מיליטער, מיר זענען די וואס דארפן טעגליך ארויסגיין און אויספירן אונזער שליחות פון ממליך זיין השי"ת איבער די וועלט, אויף אונז ליגט די ספעציעלע אויפגאבע ארויס צו ברענגן כבוד שמים און מקדש צו זיין די הייליגע נאמען פון אבינו שבשמים איבער די וועלט, ווי מיר בעטן און האפן איעדן טאג בפרט ראש השנה "והיה ה' למלך על כל הארץ", אלעס ציעט ווי א מאגנעט צו דעם גרויסן טאג, ווען ס'וועט זיין מלוך על כל העולם כולו בכבודך, די קעניגרייך פון השי"ת וועט זיין אויסגעגאסן און ארויסשיינען פון די גאנצע בריאה, די מענטשהייט וועט מער נישט זיין צומישט, נאר מיט א קלארקייט וועט אלעס זינגען און זאגן ה' הוא האלוקים...

יעצט טייערע ברידער כדי מיר זאלן זיין אמתע און ריכטיגע סאלדאטן גרייט אויף דעם שליחות פארלאנגט זיך אז מיר זאלן אויך אדורך גיין די ריכטיגע טרענירונגען, וואס דאס מיינט אז איידער מיר גייען ארויס אינדרויסן ממליך זיין השי"ת'ס נאמען איבער די וועלט, דארפן מיר אריין קוקן אינעווייניג ביי זיך אין הארץ אין נשמה און זיך אליין פרעגן ווי אזוי קוקט השי"ת'ס קעניגרייך אויס ביי מיר אינעווייניג אין מיין אייגענע וועלטל?

ווי אזוי פיר איך מיין אייגן פריוואטע לעבן? טו איך אנערקענען אין אלע חלקים פון מיין גוף און נפש אז ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו, השי"ת איז דער וואס פירט און מאכט, און אויסער אים עקזעסטירט גארנישט? איז ביי מיר קלאר אז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה איעדע קליינע ריר וואס דער מענטש געבט ווערט אלעס געפירט אדורך אונזער גרויסע קעניג דער מלך העולם? אדער פון טיף אינעווייניג הערט זיך עפעס א קול וואס זאגט אז יא אמת השי"ת איז דער מלך העולם אבער ס'איז דאך פארהאן קליינע ווינקלען וואס דארט בין איך דער קעניג, דארט טו איך ווי אזוי איך פארשטיי?!

..אמת אז השי"ת פירט אלעס אבער איך האב דאך אויך עפעס א שטיקל מיינונג, יא איך פארלאז זיך אויף השי"ת אבער ווען ס'קומט צו מיין ביזנעס דארט שפיר איך אז כ'דארף זיך אביסל פארלאזן אויף מיין אייגענע שכל ווייל אָן דעם דריידל און יענע שפיצל קען איך קיין געלט נישט מאכן... ווען ס'קומט צו שמירת עינים געב איך זיך אליין אַן עצה, א קוק דא און א קוק דארט סוף כל סוף טו איך דאך גארנישט ..ווען איך פאָר אויף וועיקעישן דארט לאז איך זיך וואוילגיין כ'דארף דאך אויך אביסל רואיגקייט, בקיצור דער מענטש האט זיך קליינע ווינקלן דא און דארט ווי ער שפירט אז ער איז אליין, דארטן טוט השי"ת'ס קעניגרייך נישט אריינשיינען... טייערע ברידער לאמיר זיין אמת'דיג, ביי איעדע פון אונז איז דא עפעס א ווינקל ווי מיר שפירן זיך בעל הבית, מיר שפירן אז ס'איז אונזער הצלחה און סוקסעס וכדומה, און מיר פארגעסן זיך אז איידער מיר גייען ארויס דארף צום אלעם ערשט ביי אונז אינעווייניג זיין די מלכות שמים אינגאנצן בשלימות, אין אלע ווינקלן פון די נשמה דארף עס זיין אויפגעבויעט פעלזן פעסט, און ערשט דערנאך וועלן מיר זוכה זיין צו זיין די ריכטיגע סאלדאטן צו פארשפרייטן השי"ת'ס נאמען איבער די וועלט...

ס'ברענט ס'ברענט הערט זיך א געשריי אינמיטן די טיפע נאכט שעהן אינעם קליינעם שטעטל וואלקאוב, פון אלע זייטן לויפן די דאָרף'ס אידן ארויס פון די הייזער מיט פארקלעבטע אויגן נישט וויסענדיג וואס ס'פאסירט, אבער ווי נאר זיי קומען ארויס אנטפלעקט זיך א שרעקליכע בילד, די לינקע חלק פון ר' קלונימוס'ס הויז איז איינגעהילט אין פלאמען, אוי וויי טאטע זיסע דער געטרייע ראש הקהל'ס הויז, אלע לויפן נענטער זעהן וואס מ'קען טוען צו צוהעלפן צום סיטואציע אבער פאר די אויגן ווערט שווארץ ..ר' קלונימוס איז נישט צו געפינען, וואס דאס באדייט אז ער געפינט זיך נאך אינעווייניג ווארשיינדליך שלאפט ער נאך?!?! וואס טוט מען רבש"ע, ס'קען נישט זיין אונזער באליבטע ראש הקהל, טאטע העלף?!

די שטעטל אידן פוילן זיך נישט און נעמען זיך גלייך צו די ארבעט, אבער וואס טוט מען? איינער שרייט מ'זאל לויפן ברענגן א גרויסע לייטער אין ארויף גיין דורך די זייט וואס איז אויסגעשטעלט צו מזרחית צפונית, א צווייטער שרייט מ'זאל ארויף קריכן פון די אנדערע זייט מערבית דרומית, דער דריטער איז געגאנגען ברענגן אמפערס וואסער כאטש אביסל בארואיגן די פלאמען און אזוי ווייטער, פון צווישן די פארזאמעלטע רופט זיך בערל אָן: חברה פארוואס ווארפט איר ארויס טייערע מינוטן און סעקונדעס מיטן גיין שלעפן און ברענגן, אלעס נעמט דאך אסאך צייט און ס'איז בכלל נישט זיכער אז ס'וועט ארבעטן, לאמיר אלע צוזאמען שרייען קולי קולות, ס'וועט אים זיכער אויפוועקן און גלייבט מיר איינמאל ער איז אויף, איינמאל ער וועט זיין וואַך וועט ער שוין גרינגערהייט געפינען דעם וועג ארויס...

ברידער טייערע ס'ברענט א פייער, מיר לעבן אין א וועלט וואס איז אנגעפילט מיט שטותים והבלים, א וועלט פיל מיט תאוות און נסיונות וואס טוט אונז פארדרייען דעם קאפ מח הארץ און געפיל, ס'שלעפט אונז אוועק פון השי"ת, און די נאטורליכע נאנטשאפט מיט וואס איעדער מענטש איז געבוירן צו אבינו שבשמים ווערט פארקרומט און שווערליך, ווי פארשטענדליך אויב כלל ישראל דאס הייליג פאלק האט די פראבלעמען, פארשטייט זיך אז להבדיל אלף אלפי הבדלות אין דער וועלט איז דאס אויף אסאך א גרעסערע פארנעם, דאס נארמאלקייט איז שווער צו טרעפן און דער חילול ה' איז ליידער אויף א גרויסע פארנעם... האט אבער השי"ת אונזער געטרייע טאטע אוועקגעשטעלט אַן ארמיי פון ספעציעלע קרעפטן וואס זייער ארבייט איז צוריקצוברענגען די וועלט צום שכל און צום קלארקייט, מיר הייליגע אידישע קינדער זענען באשטימט געווארן מיט א שליחות צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט איבער דער גארער וועלט, מאכט זיך אבער אז דער איד שלאפט און ער אליין איז נישט אינגאנצן קלאר, און דער פייער ברענט, טאטע העלף ראטעווע!

א גאנץ יאר פרובירט דער איד ארבעטן אויף וויפיל ער קען, היינט פרובירט ער איין מידה, מארגן א צווייטע, דער זאגט אים אזא עצה און א צווייטער א סגולה אלעס איז הייליג און חשוב, אבער ווען די ימי אלול קומען אָן איז דאס אלעס נישט גענוג, ווען די גרויסע הייליגע טעג קומען אָן וואס איעדער מינוט און סעקונדע איז טייער און הייליג דארף מען שרייען קולי קולות ביז דער איד וועקט זיך אויף פון זיין שלאף, ביז דער איד איז אינגאנצן וואַך מיט זיינע רמ"ח איברים ושס"ה גידים... און ווען דער אידעלע איז אויף ווייסט ער שוין דעם ריכטיגן וועג אהיים, לב יודע מרת נפשו מיר אלע ווייסן וואס מיר האבן צו טוען איעדער פון אונז ווייסט זיינע ווינקלן ווי ער שפירט אז דארט דארף ער תיקון, ס'איז נאר די שלאף וואס נעמט אונז איבער במשך פונעם יאר און ס'ברענגט אין אונז אריין די הרגשה אז איך בין אויך עפעס, איך פיר אויך עפעס, איך האב אויך עפעס א שטיקל דעה, און צוביסלעך פארגעסן מיר אז מיר זענען א חלק פון השי"ת'ס מיליטער מיר האבן א שליחות פאר זיך און פאר די וועלט, מיר פארגעסן ביי זיך אליין די אפטייטש פון באלאנגען צו השי"ת'ס קעניגרייך...

אבער ווען די שופר ווערט געבלאזן (וואס ראש השנה איז דאס די עיקר מצוה פונעם טאג) און איר קול ווערט געהערט, דער אידעלע דערהערט דעם קול השופר וואס שרייט מער ווי א טויזענט ווערטער, די קענטליך קול וואס טראגט אונז צוריק צו מעמד הר סיני וואס דארט האבן מיר געהערט דעם זעלבן קול בשעת מיר האבן מקבל געווען די תורה הקדושה ווי די פסוק זאגט וקול שופר חזק מאוד און מיט די אייגענע אויגן און אויערן געזעהן און געשפירט מיט א קלארקייט אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו, פלוצלינג צופאלט אלעס און פון די חלום וואס מיר לעבן וועקט מען זיך אויף און ס'באמערקט זיך קלאר אז ס'איז אלעס השי"ת דער מלך העולם, די גאנצע גוף און נשמה ווערט אנגעפולט מיט כבוד שמים, און אפילו אינעווייניג אין די טיפסטע פלעצער ווערט פלוצלינג קלאר אז ס'איז נישט פארהאן קיין ברעקל פון דעם מענטשליכע מציאות וואס איז נישט משעובד צו די גרויסע קעניגרייך פון אונזער טאטע אין הימל, פארן אידעלע ווערט ליכטיג און זיס זיין הרגשה וואס ער איז געוואוינט פון אמאל קומט אים צוריק, ער טראגט נישט קיין שום דאגות און חשבונות ער ווייסט גלייבט אטעמט און שפירט אז אלעס איז השי"ת, אלעס איז א חלק פון מיין טאטע'ס מלוכה.

דאס איז אונזער עבודה אין דעם הייליגן טאג, דאס איז אונזער אריינפיר צו א נייעם יאר פון עבודת ה', ראש השנה איז נישט קיין טאג וואס מיר שטעלן זיך אפ תשובה טאָן אדער חרטה האבן אויף די אלטע מעשים, אפשר דאס אויך אבער בעיקר טוען מיר דאס שפעטער במשך די עשרת ימי תשובה און יום כפור, ראש השנה איז אויך נישט קיין טאג וואס מיר בעטן אויף אונזערע פריוואטע געברויכן געזונט, פרנסה, נחת וכו' נאר אפאר תפילות דא דארטן ווי בספר חיים, אבינו מלכנו, אבער חוץ פון דעם רעדן מיר בלויז פון לעבן צו קענען פארשפרייטן די קעניגרייך און ברענגן כבוד שמים אויף די וועלט, דערפאר דאווענען מיר די סדר פון מלכות זכרונות און שופרות אריינצוברענגן אין אונזערע הערצער די געדאנק, מלכות: השי"ת'ס קעניגרייך געפינט זיך איבעראל אפילו אין די טיפעניש פון מיין הארץ דארט ווי איך שפיר... אויך דארט איז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו, זכרונות: רעדן פון זיך, צוריק גייענדיג פון אנפאנג פון די בריאה ביז היינט געדענקן ווער מיר זענען, שופרות: ס'ערוועקט אונז פון אונזער טיפע שלאף, ס'דערמאנט דעם אידעלע אז מיר זענען אויף א שליחות, אויסצורופן פאר די וועלט כה אמר ה' וכו'.

לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט אנטשטאטס זיך בלויז פארנעמען מיט גרויסע אונטערנעמונגען צום נייעם יאר וואס מיר גייען אפשר יא אדער נישט איינהאלטן, לאמיר געדענקן די עיקר ווער מיר זענען און וואס אונזער ציעל איז, לאמיר זיך ערוועקן פונעם טיפן שלאף וואס מיר לעבן אין, און ווען דער אידעלע איז אויף ווייסט ער פונקטליך וואס ער האט צו טוען, מיר דארפן נאר זיין אינגאנצן וואַך... מיט אונזער השתדלות באגלייט מיט די הבטחה פון חז"ל אז הבא לטהר מסייעין אותו וועלן מיר זיכער זוכה זיין אריין צו ברענגן אין אונזערע הערצער די מלכות און ליבשאפט פון אונזער טאטע השי"ת צו אונז, און אט וועלן מיר שוין זוכה זיין צו הערן דעם קול שופר של משיח ווען ס'וועט מקיום ווערן דעם והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בב"א. אמן!


לסיכום געדענק:
• פרעג זיך כסדר: ווי קוקט אויס השי"ת'ס קעניגרייך ביי מיר, אין מיינע באהאלטענע ווינקלען?!
• דערהער דעם קול השופר און ערוועק זיך פונעם טיפען שלאף וואס מיר זענען אין.
• ברענג אריין די מלכות שמים אין אלע רמ"ח איברים ושס"ה גידים, און לאז זיך ארויס פארשפרייטן כבוד שמים איבער די וועלט.

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעאגיר