מיט א טיפערן בליק - וילך שבת שובה - הקהל נעם זיי אלע צוזאם!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

מיט א טיפערן בליק - וילך שבת שובה - הקהל נעם זיי אלע צוזאם!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת וילך
- שבת שובה -
הקהל את העם..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג אין די הייליגע צען טעג פון תשובה, אנגעהויבן האט זיך עס מיט די לעכטיגע יום טוב ראש השנה, מיר האבן זיך געשטארקט און אויסגעקלארט דאס מח צו לעבן און פארשטיין אז ס'איז פארהאן איין און נאר איין מלכות אויף די וועלט, ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו, אפילו אין די טיפעניש פון מיין הארץ דארט ווי צומאל רעדט מען זיך איין אז כ'בין אליין, אויך דארט שיינט השי"ת'ס קעניגרייך אויף אייביג, און דערמיט האבן מיר געבעטן הקב"ה אז אט די מלכות זאל זיך שוין פון אונזערע הערצער אויסשפרייטן אויף די גאנצע וועלט ותמלוך אתה הוא ה' אלקינו מהרה לבדך על כל מעשיך... אזוי זענען מיר אריין געקומען אין די איצטיגע ימי תשובה וואס ציעט זיך ביז נאך יום כפור, וואס אין די טעג האט איעדע יחיד די כח פון צען אידן, טעג וואס מען דארף נאר אויסשטרעקן די האנט, אויפמאכן די כלים, און ס'ווערט תיכף אנגעפילט מיט ליכטיגקייט, נישט אומזיסט האבן אונז די חכמים אויסגעלערנט איינצוטינקן אין האניג, צו עסן זיסע עסן, אלעס אז אפילו דער גוף זאל שפירן א זיסקייט אין די טעג, די זיסקייט און געשמאק פון תשובה השיבנו ה' אליך ונשובה, נישט קיין חילוק ווי אזוי די יאר האט אויסגעקוקט, מאכט אונזער טאטע אויף ברייט די טויערן און ווארט אויף אונזער צוריק קומען כרחם אב על בנים, ווי איז נאך פארהאן זיסער ווי צו זיין אונטער די שאטן פונעם טאטען ווען ער נעמט אונז צוריק צו זיך מיט בענקשאפט און ליבשאפט.

טייערע ברידער היום קצר והמלאכה מרובה ס'איז פארהאן אסאך ארבעט בכלליות ובפרטיות, און אפשר דארף מען נישט אויסשמועסן פאר קיינעם וואס ער האט צו טוען אין די געוואלדיגע טעג, אבער אעפ"כ נעמען מיר עטליכע קורצע מינוטן און צוזאמען וועלן מיר בסייעתא דשמיא אויסשמועסן איין נקודה וואס חז"ל הקדושים זענען אונז מגלה אז דאס איז די גרעסטע כח וואס מיר פארמאגן אויסצופועלן א גאנצע ישועה בכלל ובפרט און פארזיכערן פאר זיך און פאר עם ישראל א כתיבה וחתימה טובה, לאמיר זיך פארטיפן אין די יעצטיגע פרשיות און בעזהשי"ת זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר די געהויבענע טעג הבעל"ט.

משה רבינו אין דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן זאגט ער אונז אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם רָאשֵׁיכֶם שִׁבְטֵיכֶם זִקְנֵיכֶם וְשֹׁטְרֵיכֶם כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל, טַפְּכֶם נְשֵׁיכֶם וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ וגו' - איהר שטייט היינט, 'אלע' פון אייך פאַר הקב"ה אייער ג-ט, צווישן אייך געפינען זיך די הויפטן פון איעדע שבט, די חשובע לייט און אייערע שוטרים, אייערע מענער, קינדער ווייבער און אויך דער גר צדק וואס געפינט זיך אין דיין מחנה, פון דער האלץ האקער ביז דער וואסער שעפער... אז די זאלסט אריבערגיין אין דעם בונד פון הקב"ה דיין ג-ט און אין זיין שבועה וואס הקב"ה שליסט מיט דיר היינט... די תוה"ק איז ממשיך: משה רבינו זאגט אונז ווען ס'וועט קומען א יאר "ווי דעם יעצטיגן יאר" וואס מיר וועלן ארויסגיין פון א שנת השמיטה... הַקְהֵל אֶת הָעָם הָאֲנָשִׁים וְהַנָּשִׁים וְהַטַּף וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ לְמַעַן יִשְׁמְעוּ וּלְמַעַן יִלְמְדוּ וְיָרְאוּ אֶת ה' אֱלֹקֵיכֶם וְשָׁמְרוּ לַעֲשׂוֹת אֶת כָּל דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת וגו' – זאמעל איין דעם פאלק די מענער פרויען און קינדער, דער גר צדק וואס וואוינט אין דיינע שטעט, ווייל דורך דעם וועלן זיי הערן און דורך דעם וועלן זיי לערנען, און דאס וועט ברענגן אז זיי זאלן מורא האבן פון השי"ת אייער ג-ט, און זיי וועלן אפהיטן די רייד פון די הייליגע תורה וגו'... פון ביידע פרשיות זעהן מיר איין גרויסע יסוד אז ווען מיר טוען שליסן א בונד מיט הקב"ה, ווען מיר זענען מקבל דעם עול התורה פארלאנגט זיך אז אלע אידישע קינדער פון גרויס ביז קליין זאלן זיך דארט געפינען... לאמיר זיך פארטיפן.

מיט איין האנט מאכט זיך ברוך אברהם א קאווע און מיטן צווייטן האנט ענדיגט ער צו א געשפרעך אויפן סעלפאון זיינע ..שמואל זיי נישט געזארגט כ'וועל טוען אלעס וואס איך קען דיר צו העלפן – ס'וועט בעזר השם זיין מסודר, הצלחה! לייבי ווערטלט זיך מיט ברוך ..ברוך אפשר קען איך זיין דיין סעקריטערי, פונקט דא אין קאווע ציממער דארפסטו רעדן אויפן טעלעפאון, זעסט אויס שרעקליך ביזי?! ניין לייבי ס'איז נישט פאר מיר, כ'בין עוסק פאר שמואל גרינפעלד'ס זון - ער נויטיגט זיך שרעקליך פאר א ישיבה גדולה - דארט ווי ער לערנט יעצט איז נאר א ישיבה קטנה, נָא וואס איז די פראבלעם ס'פעלט עפעס ישיבה גדולה'ס אויפן וועלט? פרעגט לייבי, ניין ס'איז ב"ה דא אסאך ישיבות אבער שמואל'ס זון וויל זייער שטארק גיין אין ישיבת אהבת תורה און דארט איז גאר שווער צו ווערן אנגענומען... שוין כ'הער דא שטעקט דער פראבלעם, טו מיר א טובה כ'קען זיין זוהן ער איז א פשוטע בחור - וואס זיכט ער זיך גרויסע גליקן, זאל ער גיין ווי ס'לאזט זיך און פערטיג, לייבי כ'פארשטיי דיר בכלל נישט ער איז טאקע נישט די גרעסטע מציון דערפאר קומט אים נישט צו קענען ווערן א מציון, ער איז א גאלדענע נשמה וואס פרובירט מיט אלע זיינע כוחות און ס'קומט אים די בעסטע ישיבה אין די וועלט, לייבי געבט א מאך מיט די הענט - זאגנדיג ברוך כ'זעה אז די פארשטייסט נישט צו דער גאנצע ענין, אדרבה לייבי אז די פארשטייסט געב מיר צו פארשטיין?!

לאמיר דיר מסביר זיין פאנגט לייבי אָן זיין ווארעמע דרשת הסברה - נעם א בחור ווי מיין נעפיו, מיין ברידער יודל'ס זוהן ער איז א געבוירענע מציון, זיין טאטע איז א געלונגענע, זיינע ברידער זענען חשובע דערהויבענע אינגעלייט, 'ער' באלאנגט דארט, פאר אים איז אהבת תורה געמאכט און ווייסט וואס ברוך אים האבן זיי טאקע אנגענומען, אבער שמואל'ס זוהן איז שוואכע סחורה – פארשטייסט אליין כ'מיין נישט שוואך, כ'מיין סחורה וואס די ישיבה זיכט נישט, כ'קען אים אויפן פנים ס'איז נישט... אויף ברוך'ס פנים דערקענט זיך א אמתע ווייטאג ..לייבי אזעלכע ביליגע רייד אויף א אידיש קינד כ'גלייב עס נישט, ווען ער וואלט געווען דיין ברידער'ס זוהן וואלסטו אויך אזוי גערעדט? ווייל זיין טאטע/ברידער זענען נישט געלונגענע, ווייל ער האט נישט די שארפסטע מח, ווייל ער איז געבוירן ביי משפחת גרינפעלד קומט זיך אים נישט?! לייבי די ווייסט וויפיל צענדליגע גדולי עולם שרייבן אויף זיך אליין אז אין זייערע אינגע יארן האבן זיי גארנישט פארמאגט, די הערסט לייבי "גארנישט פארמאגט" און מיט זייער הארעוואניא מיט זייערע הייסע תפילות זענען סיי אויסגעשטיגן, אז די האסט א בחור וואס פרובירט מיט אלע זיינע כוחות און ער וויל גיין אין א געוויסע ישיבה דארף מען טוען אלעס אין די וועלט אים צוצוהעלפן...

די טענער צווישן ברוך און לייבי האבן אנגעפאנגען ווערן העכער און שארפער... פליצלונג ווערט ברוך בלאס און ווייזט פאר לייבי אז ער זאל אויפהערן רעדן, לייבי האט נישט געכאפט וואס ס'געשענט אבער ווען ברוך האט אים געוויזן אז ער האט פארגעסן אראפצולייגן דעם טעלעפאון קאלל מיט שמואל'ן איז ער פארגליווערט געווארן ?!?!?!?! מיינסט עס ערענסט שמואל האט אלעס געהערט, אוי געוואלד וויי איז מיר - וואס טו איך, פון דער שטאלצע לייבי איז פלוצלינג געווארן א צוקלאפטער וואס ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טוען?!

טייערע ברידער לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און זיך אמת'דיג מתבונן זיין וויפיל אזעלכע אדער ענדליכע שמועסן גייען מיר אריבער, וואס ווען יענער אדער זיין טאטע זאל דארט שטיין וואלטן מיר איינגעזינקן פאר בושות און בזיונות – דערווייל שטייען מיר דארט און מיט די גרעסטע שטאלצקייט זאגט מען מיינונגען, מען הייבט אויף און מען קלאפט אראפ, מיטן אויג ווינקט מען אהער און מיטן פנים אהין וד"ל, וויפיל מחשבות לויפן אין אונזערע מוחות איבער אנדערע אידישע קינדער וואס ווען יענער זאל נאר וויסן וואס מיר האלטן?!?! ברידער טייערע נעם א צוויי מינוט און טראכט אריין זיי זיך מתבונן - - - - - - - - ווי האלט מען אויף די וועלט?! פרעג זיך אליין: ווי קוקט אויס אונזער אמונה בה', ווי אזוי קוקט אויס מיין שטארקע אמונה אז הקב"ה איז מלא כל הארץ כבודו, הקב"ה שטייט דאך לעבן מיר ווי קען איך רעדן און זאגן מיינונגען אויף זיינע קינדערלעך ווען דער טאטע שטייט קוקט הערט און זעט איעדעס ווארט און אטעם, דער טאטע איז א יודע מחשבות, ווען די הייליגע ימים נוראים קומען אָן און דער אידעלע שטעלט זיך בעטן "אבינו מלכינו", ווער ווייסט צו פון הימל פרעגט מען אונז נישט צוריק ..אויב בין איך טאקע דער אבינו זענען דאך אלע אידישע קינדער מיינע קינדער, נו ווי קוקט אויס דיין קשר דיינע געפילן ווען ס'קומט צו מיינע קינדער – דיינע ברידער?! פארשטייט זיך אז איעדער פון אונז האט זיין נסיון ווען ס'קומט צו אהבת ישראל ביי איינעם איז עס ליב האבן דעם איד וואס איז שוואכער - ביים צווייטן איז עס ליב האבן דעם איד וואס איז פרומער אבער הצד השוה שבהן אז מיר דארפן זיך מחזק זיין אין אונזער אמונה בה' און ליב האבן אונזערע ברידער, געדענקן כולנו בני איש אחד נחנו!

יעצט אין די הייליגע טעג איז די צייט, 'אבינו מלכינו' דאס איז אונזער גרעסטע כח! א טאטע בלייבט א טאטע אין דעם כח מיזן מיר האבן פאר סיי וועלכע פרייז, לאמיר זיך צוזאם נעמען און זיך דערמאנען ווער מיר זענען באמת, בנים אתם לה' אלוקיכם איין גרויסע משפחה קינדער פון דעם גרויסן אבינו - אונזער באליבטע טאטע דער מלך העולם הקב"ה, לאמיר נישט פארגעסן וואס די תוה"ק זאגט אונז גלייך דערנאך לא תתגדדו – לא תעשו אגודות אגודות מאך נישט קיין גרופעס גרופעס מיר זענען אלע איין, פארשטייט זיך אז איעדער האט זיין אמט און טיטול ווי די תוה"ק זאגט אונז ראשׁיכם שׁבטיכם זקניכם ושׁטריכם אבער אין די זעלבע צייט שטייען מיר אלע צוזאמען און ערשט דעמאלטס קען עם ישראל מאכן א בונד מיט הקב"ה, אתם נצבים היום כלכם איז אונזער גרעסטע סגולה, און נאר אזוי קענען מיר ווייטער געבן די תוה"ק פאר די שפעטערדיגע דורות... ס'פארלאנגט זיך א הקהל את העם מען דארף אלע צוזאם נעמען כאיש אחד בלב אחד און דעמאלטס קענען מיר פארזיכערן דעם עתיד פון עם ישראל.

ערב ראש השנה האבן מיר געמאכט התרת נדרים און אויך בעזהשי"ת יום הכיפורים וועלן מיר אנפאנגען דעם גרויסן טאג מיט תפלת כל נדרי – צדיקים געבן עס אונז צו פארשטיין ווייל ווען א איד מאכט א נדר איז ער אפגעטיילט פון זיין חבר, אפילו א גוטע נדר לאמיר זאגן איינער נעמט זיך אונטער צו געבן צדקה/א קבלת אין צניעות וכדומה טוט ער זיך אפשיידן פון זיין חבר וואס קען זיך נישט אונטערנעמען, ראש השנה און יום הכיפורים האבן מיר איין כח און דאס איז צו זיין איינס מיט אלע אידן, און דערפאר מיז מען צום אלעם ערשט אראפ נעמען אלע נדרים וואס ס'ליגט אויף אונז, אלע זאכן וואס שטערט אונז נענטער צו ווערן צו אונזערע ברידער און מיר טוען זיך צוזאמשטעלן מיט אלע אידן איינס, מיטן זעלבן לבוש אנגעטוען שניי ווייס שטייען מיר גרייט ווי די מלאכים צו טוען דעם רצון ה' אויסשרייענדיג ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד און דעמאלטס זענען מיר טאקע זוכה צו דעם ונסלח 'לכל עדת' בני ישראל!

ווען מיר שטייען אין די גרויסע טעג וואס איעדער פון אונז וויל זיך פארזיכערן מיט א כתיבה וחתימה טובה, איעדער פון אונז וויל זיך פארזיכערן א יאר וואס די שכינה הקדושה וועט ריען צווישן אונז, דארפן מיר פון אונזער זייט ארבעטן מיט אלע כוחות אריינצוברענגן הקב"ה אין אונזער לעבן, מיר מיזן לעבן דעם אבינו מלכינו, שפירן דעם בנים אתם, דעם כל ישראל ערבים זה לזה און דאס וועט אונז פארזיכערן אז הקב"ה וועט זיך אויף אונז מרחם זיין כרחם אב על בנים ווי א טאטע צו זיינע קינדער, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון די אלע מחלוקת'ן פון די אלע פירוד לבבות וואס הערשט צווישן אונז, לאמיר ארויסברענגן אונזער פנימיות'דיגע ליבשאפט איינער צום צווייטן ס'איז צייט אריין צו ברענגן שלום און אחדות צווישן אידישע קינדער, יא אמת אז איעדער האט זיך זיין פלאץ זיין סטאנדארט אבער עם כל זה געדענקן ווער מיר זענען, פון ווי מיר קומען און ווי אהין מיר גייען, און ווען א איד שטעלט זיך דאווענען בימי הרחמים דארפן מיר לאזן עטליכע טרערן נישט פאר זיך נאר פארן כלל ישראל ווי מיר בעטן טאקע ובכן יתקדש שׁמך ה' אלקינו על ישראל עמך, ובכן תן פחדך ה' אלקינו על כל מעשיך, ואימתך על כל מה שבראת, וייראוך כל המעשים וישתחוו לפניך כל הברואים, ויעשו כלם אגדה אחת לעשות רצונך בלבב שלום! טאטע ברענג אונז שוין צוזאם מיר זענען אזוי צוטיילט מיט כל מיני צוטיילונגען ברוחניות ובגשמיות ברענג אונז שוין צוזאמען, לאמיר עפענען אונזערע הערצער און אריינאטעמען די הייליגע אטמאספער וויפיל מיר קענען, און מיט א שמחה דקדושה זיך פרייען אז מיר האבן די זכיה צו זיין א חלק פון די גרויסע משפחת כלל ישראל, און מיר זאלן זוכה זיין אריין צו ברענגן אין אונזערע הערצער די מלכות און ליבשאפט פון אונזער טאטע השי"ת צו אונז, ביז ס'וועט מקיום ווערן דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד בב"א.
בברכת גמר וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר