דער לימוד פונעם GPS

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הייסע חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:04 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

דער לימוד פונעם GPS

שליחה דורך הייסע חסיד »

דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט אז אלאס קומט אונז צו לערנען א לימוד אין עבודת ה', אפי' די נייע טעכנעלאגיע (וואס האט נאך דעמאלט נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי היינט).

וואס קענען מיר לערנען פונעם GPS, אדער waze, google maps,וכדו'?

ווען מפארט ארויס אויפן וועג קוקט מען די ערשטע זאך, וועלעכע וועג ס'איז די שנעלסטע, וואו מ'זאל יא פארן און וואו נישט, וואו ס'איז דא טרעפיק.. וכו', אסאך קען מען אבער זעהן פון למשל ווען עס קומט צו א פרשת דרכים, און די מעפ'ס זאגט אז דא איז דא טרעפיק אין דא נישט, אבער מיט זיינע אויגן זעהט דער מענטש אז פונקט פארקערט דא איז יא דא טרעפיק און דא נישט, אבער וואו נאר ער וועט אריין פארן ווייטער וועט ער זעהן וואסערע חורבן ער האט זיך אליינס אנגעמאכט ווייל דארט איז טאקע געעווען טרעפיק פון אנהייב. אבער נאכדעם האט עס אנגעהויבן צו פארן, און דא ווי ער האט נישט געזען פון אנהייב טרעפיק טרעפט ער זיך פלוצלונג זיצן שוין האלבע שעה אויף איין פלאץ ווייל דער waze האט דעמאלט געמאלדן אז סאיז געשעהן א עקסידענט 2 מייל ארויף, אבער ער האט גאדארפט זיין א אויבער חכם, ווייל מיט זיינע אויגן האט ער עס נישט געזעהן.

לימוד: אסאך טראכט א מענשט, ס'זעהט איהם אויס ווי כאילו צו היטן די תורה איז זייער שווער, ס'איז סאך גרינגער צו מאכן א לעבן, אבער נאך א שטיק צייט הייבט ער אהן צו כאפן, און ס'הייבט איהם טן צו גיין שלעכט, און ער רייסט זיך די האר פון קאפ. משא"כ איינער וואס פירט זיך ערליך, ס'קען זיין פון אנהויב גייט עס שווער אבער נאכדעם ווערט איהם אזוי גוט און זיס.

דער חילוק: מיטן GPS בלייבסטע שטעקן ווי דו ביסט, אבער א איד קען אייביג תשובה טוען!

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר