פרי עט הדר - מ'החג' ועד 'חג הסוכות'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

פרי עט הדר - מ'החג' ועד 'חג הסוכות'

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

לידידיי הנכבדים והיקרים,
מיטן טעכנישע הילף פון ידידי הר"ר [tag]מבקר[/tag] האב איך געקענט ארויף שטעלן די ערשטער טייל פון מיין מאמר. עס איז עקסטרע שווער צוליב די מערערע הערות. כאן המקום להודות לידידיי להר"ר [tag]MOSHAV ZEKEINIM[/tag] און הר"ר [tag]מה הוא[/tag] פאר זייער מייסטער ארבייט אין צאמשטעלען די חיבור נפלא "פרי עט הדר". עס איז מיר אויסגעקומען צו האלטען א רעדע אין א בית מדרש דעם יום טוב, און איך האב געהאט די אויסגאבע אויפען שטענדער און מרביץ תורה געווען דערפון. וכאן המקום להודות צו די מגיהים מומחים ידידיי הר"ר [tag]אדנירם[/tag] והר"ר [tag]פריעד באטשי[/tag]. ייש"כ!
איך האב צוגעלייגט הוספות אין לשון הקודש און אין א אנדערע קאליר כדי שירוץ הקורא - ווער האט שוין געליינט די מאמר - בו.
הנני מזמן כל מי שיש בידו הערה אדער השגה זאל ביטע זיך לאזען הערען.
א גוט מועד,
א"ח

[center]די אנטוויקלונג פון 'החג' צו 'חג הסוכות'.[/center]

וימצאו כתוב.

עס שטייט אין ספר נחמיה (ח, יד): וַיִּמְצְאוּ כָּתוּב בַּתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוָּה יְקֹוָק בְּיַד־מֹשֶׁה אֲשֶׁר יֵשְׁבוּ בְנֵי־יִשְׂרָאֵל בַּסֻּכּוֹת בֶּחָג בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי. פשוט פשט איז, אז די אידען אין די צייטן פון עזרא און נחמיה האבען געפינען א 'מציאה' אין דער תורה, אז דער אויבערשטער האט באפוילן צו זיצן אין די סוכה אין דער 'חג' פון דער זיבעטער חודש. דאס מיינט אז זיי האבען פון קיין מצות סוכה נישט געוואוסט צו זאגן, און זיי האבען דאס געמוזט 'געפינען' אין די תורה.

דער מלך כוזר [1] ( ספר הכוזרי מאמר שלישי אות נד) האט פון דא געוואלט ברענגען א ראיה צו וואס די קראים זאגן, אז מיר האבען נישט קיין קבלה און מסורה פון מתן תורה. לויט'ן פארשטאנד פון די קראים זעהט מען דאך פון די פסוקים אין נחמיה, אז די אידן אין יענער צייטן האבען פון קיין סוכה נישט געוואוסט צו זאגן. נאר נאכדעם וואס זיי האבען אנגעהויבן ליינען אין די תורה – אזוי ווי עס ווערט דערציילט אין ספר נחמיה – האבען זיי 'געפינען' – 'וימצאו' געשריבן וועגן דער יום טוב סוכות.

דער חבר לייקענט נישט אינגאנצן די 'טענה', און ער ענטפערט נישט צוריק אויף די שטייגער וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן היינטיגע צייטן "אז מיר פארשטייען נישט – עס איז הויכע ענינים", נאר אדרבה דער חבר איז מער ווייניגער מסכים מיט דעם פשט אין פסוק, און עס קומט אויס אז דער מלך כוזר איז גערעכט אין זאגן אז די אידן האבען נישט געוואוסט פון קיין סוכה צו זאגן.

אויף דאס וואס דער מלך כוזר טענה'ט אז מיר האבען נישט קיין מסורה, זאגט עם דער חבר: אז עס איז פארהאן אן אונטערשייד צווישען די 'פשוטי עם' און די 'יחידי סגולה'. דהיינו, אז כאטשיג די 'פשוטי עם' האבען נישט געוואוסט פון די מצוה פון סוכה, האבן יחידי סגולה יא געהאט א מסורה איש מפי איש.

רבינו יהודה הלוי (שם אות סג) שרייבט: "ומה שאמר 'וימצאו כתוב' רצה לומר ששמעו עם הארץ וההמון וחרדו לעשות הסוכות, אבל היחידים לא אבדה מהם מצוה קלה כל שכן גדולה, עכ"ל. דאס מיינט אז די עמי הארץ זענען טאקע ערשט יעצט געוואויר געווארן פון די מצוה פון סוכה, אבער דאס איז נישט קיין ראיה אז מיר האבען נישט קיין מסורה, ווייל 'יחידים' האבען יא געוואוסט פון דעם אלעמאל. פון זיינע ווערטער קומט אויס, אז די פסוקים אין נחמיה באהאנדלען 'עמי הארץ' און נישט די 'יחידי העם' [2].

דער רמב"ן (במדבר טו, כב) זאגט דאס קלאר ארויס, אז אין די צייט פון עזרא איז אינגאנצן פארגעסן געווארן די תורה און מצוות ביי 'רוב העם'. זיין לשון איז: "כבר אירע לנו כן בעונותינו כי בימי מלכי ישראל הרשעים, כגון ירבעם, ששכחו רוב העם התורה והמצות לגמרי, וכאשר בא בספר עזרא באנשי בית שני". דאס מיינט אז דורך די רשעת פון ירבעם און שפעטערדיגע מלכים איז פארגעסן געווארען די תורה 'ביי די מערהייט פונעם פאלק' ביז אז אין די צייט פון עזרא האבען זיי נישט געוואוסט פון קיין סוכות צו זאגן [3].

אין חידושי הר"ן (סנהדרין כא, ב) קומט אויך אויס קלאר אז מען האט טאקע פארגעסן די מצוה פון סוכה. און ווי ער שרייבט: באמת כי כשיגלו ישראל לבבל, כבר הלכו להם עשרת השבטים בחלח וחבור ונשארו מתי מעט, ושנו את לשונם ואת כתבם ונשתכחה התורה מהם. הלא תראה בימי עזרא שנשתכחה מהם התורה, ואפילו המצות המפורסמות כסוכה כשקראו להם המצוה היתה להם בחדוש גדול, ואז עזרא האיר עיניהם בדיני התורה ומצותיה, והוא החזיר להם את כתבם שנשתכחה מהם, ע"כ. דאס מיינט אז ער נעמט אהן אז מען האט נישט געוואוסט פון קיין סוכה צו זאגן [4].

עס קומט אויס פון די ראשונים, אז די מסורת התורה איז נישט געווען די נחלת הכלל אין די צייטן פון די נביאים, און נאר יחידים האבען אנגעהאלטן די מסורה און געקענט די גאנצע תורה, אבער נישט דאס מערהייט פונעם פאלק [5]. עזרא הסופר איז געווען דער וואס האט דאס איבערגעדרייט דער מצב, און אנגעהויבן לערנען מיט די עמי הארץ, אזוי ווי דער פסוק דערציילט (נחמיה ח, ז-ח): וְהַלְוִיִּם מְבִינִים אֶת־הָעָם לַתּוֹרָה וְהָעָם עַל־עָמְדָם: וַיִּקְרְאוּ בַסֵּפֶר בְּתוֹרַת הָאֱלֹקים מְפֹרָשׁ וְשׂוֹם שֶׂכֶל וַיָּבִינוּ בַּמִּקְרָא [6].


-------------------------------------------------------------------------------------------------


[1] רבינו יהודה בן שמואל הלוי איז געבוירן בערך אינעם יאר ד' אלפים תת"ל – 1070 - אין צפון ספרד, און איז נפטר געווארען גייענדיג קיין ארץ ישראל אין ד"א תתק"א – 1141. ער איז געווען נאנט צום ר"י מיגש, און האט געהאט עפעס א פארבינדונג מיט רבינו אברהם אבן עזרא [ער איז נישט געווען די שווער פונעם אבן עזרא ווי דער לעגענדע גייט]. עס איז מעגליך אז ער האט מקבל געווען תורה פון רבי יצחק אלפסי [דער רי"ף], וועמען ער האט מספיד געווען. רבינו יהודה הלוי איז געווען א גרויסע תלמיד חכם און א דאקטאר, און פון די גרעסטער משוררים אין ספרד. ער איז בעיקר באוואוסט אלץ מחבר פון דעם ספר "כוזרי", וואס דער ריכטיגער נאמען איז 'ספר תשובות לטענות נגד הדת המושפלת'. דער ספר איז געשריבן געווארן אין אידישע אראביש, און איז צוערשט איבערגעטייטשט געווארן דורך ר' יהודה אבן תיבון. דער גר"א האט געזאגט אז דער ספר איז "קדוש וטהור, ועיקרי אמונת ישראל ותורה תלויים בו". דער ספר איז געשריבן געווארן אזויווי א ויכוח צווישען די מלך כוזר און דער חבר. דער מלך כוזר פרעגט שאלות אויף אידישקייט און דער חבר פארענטפערט זיי. [די קורצע שטריכן וועגן די לעבנס געשיכטע פון רבינו יהודה הלוי און זיין ספר כוזרי, זענען גענומען געווארן פון די ביוגרפיה אין "פרוייקט השו"ת בר אילן".]


[2] אין זיין ספר מגיד מישרים (פרשת נצבים) שרייבט רבי יוסף קארו זצ"ל [דער בית יוסף], אז דער 'מגיד' האט אים מגלה געווען אז מען זאל נישט עסן קיין פלייש אויף ראש השנה. און דאס וואס שטייט אין עזרא (נחמיה ח, י) אז די לויים האבען געזאגט צו די אידן אויף ראש השנה: לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, זאגט דער מגיד "ההוא לכלל עמא, ואנא ממלל ליחידי סגולה". האט מען נאך א מקור, אז די פרשה אין נחמיה רעדט צו די 'כלל עמא' און נישט צו די יחידי סגולה. [איינער וואס וויל זעהן גאר א שיינע מאמר אויף דער שטיקל 'מגיד מישרים' און אויף די כלליות'דיגע ענין, זאל קוקן אין "ליקוטי אליעזר" פון הבקי הנפלא הרב אליעזר בראדט שליט"א. לאחר שנדפסו דברים אלו בספר הקדוש פרי עט הדר הוספתי כדלהלן: מענין לענין ראוי לציין כאן לעוד הלכה שאנו למדים מהפסוקים הנ"ל בספר נחמיה, ויש שפירשוה רק לגבי המון עם. כתיב (נחמיה ח, פסוק ג ופסוק ה), וַיִּקְרָא־בוֹ֩ לִפְנֵ֨י הָרְח֜וֹב אֲשֶׁ֣ר׀ לִפְנֵ֣י שַֽׁעַר־הַמַּ֗יִם מִן־הָאוֹר֙ עַד־מַחֲצִ֣ית הַיּ֔וֹם נֶ֛גֶד הָאֲנָשִׁ֥ים וְהַנָּשִׁ֖ים וְהַמְּבִינִ֑ים וְאָזְנֵ֥י כָל־הָעָ֖ם אֶל־סֵ֥פֶר הַתּוֹרָֽה וגו'. וַיִּפְתַּ֨ח עֶזְרָ֤א הַסֵּ֙פֶר֙ לְעֵינֵ֣י כָל־הָעָ֔ם כִּֽי־מֵעַ֥ל כָּל־הָעָ֖ם הָיָ֑ה וּכְפִתְח֖וֹ עָֽמְד֥וּ כָל־הָעָֽם וכו'. וְיֵשׁ֡וּעַ וּבָנִ֡י וְשֵׁרֵ֥בְיָ֣ה׀ יָמִ֡ין עַקּ֡וּב שַׁבְּתַ֣י׀ הֽוֹדִיָּ֡ה מַעֲשֵׂיָ֡ה קְלִיטָ֣א עֲזַרְיָה֩ יוֹזָבָ֨ד חָנָ֤ן פְּלָאיָה֙ וְהַלְוִיִּ֔ם מְבִינִ֥ים אֶת־הָעָ֖ם לַתּוֹרָ֑ה וְהָעָ֖ם עַל־עָמְדָֽם. מכאן למדו חז"ל (סוטה לט, א) "כיון שנפתח ספר תורה - אסור לספר אפילו בדבר הלכה", ראה שם פרטי הדרשה.
בתוספות (שם ד"ה כיון שנפתח) מקשינן מפרק קמא דברכות (ח, א) "דאמר רב ששת הוה מהדר אפיה וגריס אמר אינהו בדידהו ואנן בדידן". הרי שבמסכת ברכות התיר רב ששת להתעסק בתורה בשעת קריאת התורה בניגוד לדברי הגמרא בסוטה.
ידוע שבספר חמדת ימים (פרק יב שבת עט, ב) כתב, שבעוד שהיו מתרגמים הפרשה לעמי הארץ היה רב ששת "מהדר אפיה". זהו שאמר רב ששת "אינהו – עמי הארץ – בדידהו – בתרגום המיועד לעמי הארץ – ואנן – תלמידי חכמים – בדידן – יכולים לעסוק בגירסה כיון שאין אנו צריכים לתרגום", אבל בעוד שקוראים בתורה, אסור לכולי עלמא להתעסק אפילו בדבר הלכה.
תלמידי הגר"ח מוולזין ז"ל העידו שרבם שיבח מאד את הדברים הנ"ל של בעל חמדת ימים. יש שהעידו שהגר"ח הוציא את הספר מידי החשד הידוע, אשר בו היה מוטל, ע"י שכיוון לאמיתה של תורה בענין זה. הודות לכך הובאו דברי החמדת ימים ע"י תלמידי הגר"ח, ה"ה: בעל משכנות יעקב (קהלת יעקב ברכות ח, א), נחלת דוד (דברי דוד עמ"ס ברכות שם), ברכת ראש (שם), וגם לרבות בעל מנחת יהודה (סוטה לט, א) שהביא פירושו, ובערוך השולחן (סימן קמו סעיף ו) מעיד ששמע כן בילדותו. וידוע שגם הגרי"ז הלוי מבריסק ז"ל נהג לשוחח בדברי תורה בין גברא לגברא, ויש להניח שעשה כן על סמך דברי החמדת ימים שסבו הגר"ח מוולזין סמך שתי ידיו עליהם, שלפי פירושו של חמדת ימים לסוגיא דברכות יוצא כן להלכה שמותר לעסוק בתורה בין גברא לגברא. הרי שנהג כן הגרי"ז למרות שהיא נגד דברי שאר פוסקים. וכן נהג אחריו בנו הגרמ"ד שליט"א, ובן בנו הגרא"י שליט"א.
וראוי להזכיר כאן דברי האהל משה (סוטה שם) שכתב וז"ל, כבר גילה לנו חמדה גנוזה בספר חמדת הימים דרב ששת התם קאי אבין פסקא לפסקא, היינו בעת תרגום דסלקא בתיקו אי שרי לצאת. ואמרו דר"ש הוי מהדר וגריס ואמר "אנן" - ר"ל תלמידי חכמים – "בדידן". "ואינהו" - ר"ל ההמון – "בדידהו", היינו בתרגום שנעשה בשביל עמי הארץ שאינם מבינים לשה"ק. וכמה מדויק הלשון בנחמיה "והלוים מבינים לעם וכו', והעם על עמדם, היינו שבעת התרגום רק העם בשתיקה, ולא כל העם כבפתחו". הרי לנו עוד הפעם הבחנה זו בין פשוטי העם וגדולי העם.
אמנם באמת הפסוק עצמו מבחין בפירוש ביניהם, שהרי בפסוק ב' כתיב: וַיָּבִ֣יא עֶזְרָ֣א הַ֠כֹּהֵן אֶֽת־הַתּוֹרָ֞ה לִפְנֵ֤י הַקָּהָל֙ מֵאִ֣ישׁ וְעַד־אִשָּׁ֔ה וְכֹ֖ל מֵבִ֣ין לִשְׁמֹ֑עַ בְּי֥וֹם אֶחָ֖ד לַחֹ֥דֶשׁ הַשְּׁבִיעִֽי, ופירש המלבי"ם שלפני "איש ועד אשה" קראו "דברים הפשוטים", ולפני "וכל מבין לשמוע", שהיינו החכמים, "נקראו דברי תורת הפה וסודותיה". ].



[3] אזוי לערענט דער 'כסף מזוקק' פשט אינעם רמב"ן, וכלשונו: "כוונתו [של הרמב"ן] על מה שכתוב בנחמיה ח' וימצאו כתוב בתורה וכו', כי ספר נחמיה נקרא ע"ש עזרא גם כן".

[4] אין די ספר "הכתב והקבלה" (ויקרא כג, מב) איז דער מחבר מתמיה אויפן ר"ן וויאזוי ער קען זאגן אז עס איז פארגעסן געווארן, אבער עס איז תמוה אויף די מחבר אז ער האט לכאורה פארגעסן אז דער ר"ן איז נישט דער איינציגסטער, און אזוי שטייט אין כוזרי און אין רמב"ן אויך.

[5] רבי ראובן מרגליות אין זיין ספר "המקרא והמסורה" (מאמר יד – שלשלת המסורה) זאגט אז אודאי האבן זיי יא געוואוסט פון די מצוה פון סוכה, נאר "בחוג המוני העם רבתה העזובה מני העת שהוגלו מאדמתם. לא חרשו ולא קצבו, ולכן התחילו להתרשל בחגיגת חג האסיף, והוצרכו להערה מיוחדת על קיום מצוה זו" – דאס מיינט אז די מצוה פון סוכה איז חס וחלילה נישט פארגעסן געווארן, נאר פאר יענער דור איז עס אפגעשוואכט געווארען. אין זיין הערות צייכענט ער צו דעם כוזרי, אבער ער זאגט אונז נישט, אז נישט די קלי הדעת זאגען אנדערש פון אים, נאר די הייליגע רמב"ן, ר"ן, און רבינו יהודה הלוי, זאגן קלאר אז עס איז געווען נשתכח ממש.

[6] אן ענליכע געדאנק ווערט דערמאנט אינעם ספר "אמת ליעקב" פון הרה"ג ר' יעקב קמנצקי זצ"ל, אין זיין פירוש אויפן משנה (ריש מסכת אבות) "משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע וכו'", שרייבט רבי יעקב: "המסורה שעוסק בה התנא פה היא מסורת התורה שבעל פה. וביאור הדבר, כי באמת אע"פ שבוודאי ניתנה תורה שבעל פה בסיני, מכל מקום היא לא נהפכה לנחלת רבים עד ימי בית שני, כי עד אז היתה התורה נמסרת מפה לאוזן – מרב לתלמידו. ורק חכמי הדור וגדוליו שקבלו את התורה במסורה ישבו והגו בה ולימדוה לתלמידיהם וכו'. ורק בימי בית שני הוחלט שצריכה תורה שבעל פה ליהפך לנחלת הכלל, ועל כל יחיד ויחיד החיוב להתעמק גם בזה". עס איז אבער דא א גרויסע חילוק צווישען די ווערטער וואס רבינו יהודה הלוי און דער רמב"ן האבן געשריבן, און דאס וואס רבי יעקב שרייבט, ווייל די מצוה פון סוכה שטייט דאך מפורש אינעם תורה, און איז נישט "תורה שבעל פה". רבי יעקב רעדט דווקא פון "מסורת התורה שבעל פה", אבער די ראשונים רעדן אפילו פון תורה שבכתב!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויבערלענדער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר