וויאזוי קען מען אינספירירן מענטשן צו פירן א לעבן באזירט אויף דעם גלויבן אז משה אמת ותורתו אמת? עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איבער דעם, און פארשידענע מהלכים ביי רבנים און קלוגע אידן. אבער די טעאריע וואס איז צום באדויערן פארשפרייט ביי "קירוב"-פערזענליכקייטן איז, אפנים, צו נוצן שקר – די אור-אלטע "המטרה מקדשת את האמצעים".
אין דעם פעלד קען מען באצייכנען דעם "אַקס פון שקר" די דריי "מחזירי בתשובה", הרב אמנון יצחק, הרב זמיר כהן און הרב יוסף מזרחי. נישט אז שקר און פאפעריי איז עקסקלוסיוו צו די דריי, אבער די דריי האבן א לאנג-יעריגע רעפוטאציע פון נישט האבן דעם מינדעסטן רעספעקט פאר'ן אמת, און פראפאגאנדירן שקרים וואס ס'איז שווער צו דן זיין לכף זכות אז זיי גלייבן באמת וואס זיי זאגן.
הרב יוסף מזרחי
רוב פון די קירוב-שקרים זענען נישט היינט אויפגעקומען. פאר א תקופה אין די תש"מ-נ יארן זענען די חשוב'ערע מחזירי בתשובה, ווי הרב לארענץ קעלעמען, אויפגעקומען מיט כל מיני "וויסנשאפטליכע" ערקלערונגען וועלכע דארפן אויפווייזן ווי תורה שטימט מיט וויסנשאפט, וכדומה. די פון דעם חדר קען מען נישט אייביג באשולדיגן אין בכוונה זוכן צו פאפן זייערע צוהערער – טייל פון זיי האבן עס מעגליך געמיינט מיט אן אמת, און טייל פון זייערע ראיות און ארגומענטן זענען טאקע איינדרוקספול. די היינטיגע לייכטזיניגע קירוב-פערזענליכקייטן זענען גאר ווייט פון זיי – קוים וואס זיי האבן אריגינעלע געדאנקען, אלעס וואס זיי פארקויפן איז איבערגעקייטע שקרים פון אנדערע, און וואס איז יא אריגינעל – על כל פנים אין דעם פאל פון הרב מזרחי – איז אפענסיווע פראפאגאנדע קעגן אלץ און אלעמען וואס געפעלט אים נישט.
אין די לעצטע יארן איז הרב יוסף מזרחי אויסגעשטיגן ווי דער טשאמפיאן פון פאפעריי און אראגאנץ, און דערמיט איז זיין אנזען איבער דער חרדישער וועלט נאר געוואקסן. מזרחי איז נישט נאר הוחזק שקרן, נאר ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו פיטערן זיינע צוהערער מיט אינפארמאציע וואס ער האט נארוואס געהערט – אן אפילו טראכטן איין רגע אז פאר מ'פארקויפט פאר א רבים דארף מען זיכער מאכן אז מ'האט די פאקטן ריכטיג.
איין אזא ביישפיל איז זיך פארלאפן דעם פארגאנגענעם ווינטער, ווען עס איז אויף דעם אינטערנעט ווידער פארשפרייט געווארן א בילד וואס איז פאלסיפיצירט געווארן נאך אין 2002 וואס ווייזט ווי ארכעאלאגן גראבן כלומר'שט אויף א ריזיגן סקעלעט. כדרכו, האט מזרחי נישט גענומען די מי נאכצוקוקן אויב דאס בילד איז אן אמת'ע (מיט "גוגל" וואלט ער דאס געקענט אויסגעפונען אין בערך 10 סעקונדעס), און האט עס ווייטער פארשפרייט שרייבנדיג אויף "פעיסבוק" אין א שלעכטן ענגליש: "ווען מענטשן לייענען אין דער תורה אז עס פלעגן אמאל זיין ריזיגע מענטשן, האבן זיי א ספק, אלזא, אט איז א ראיה – אין כינע האבן זיי געטראפן א סקעלעט פון א ריזיגן מענטש, זייענדיג פינקטליך ווי די תורה שילדערט!!!" מזרחי'ס נאכפאלגער, אויף דעם מהלך פון זייער רבי'ן, האבן אויך נישט נאכגעקוקט צו דאס בילד איז אמת, און 251 מענטשן האבן "געלייקט" דעם בילד, בשעת 237 האבן געשפירט אז דאס איז גענוג וויכטיג צו "שעירן" – מיטטיילן מיט אנדערע.
אין די לעצטע טעג איז פארשפרייט געווארן א זעקס-מינוטיגע ווידעא וואו הרב מזרחי דערציילט - באגלייט מיט ווידעא-אילוסטראציעס פון פאפולערע מואוויס - אז די חכמי התלמוד זענען געווען די ערשטע צו וויסן דעם פונקטליכן מינימום זמן פון איין מולד הלבנה צו דעם צווייטן (די "ראיה" ווערט אויך גענוצט דורך הרב יצחק און הרב כהן, און אויך דורך פארשידענע קירוב-ארגאניזאציעס). מזרחי זאגט אז דער חשבון וואס חז"ל זאגן אונז גייט ווי פאלגנד: די מינימום צייט צווישן איין מולד אין דעם אנדערן איז 29.5 טעג, 40 מינוט, און 73 חלקים פון א מינוט – דאס קומט אויס 29.53059 טעג. די פינקטליכקייט פון דעם חשבון דארף לויט מזרחי זיין א ראיה אז חז"ל האבן באקומען דעם חשבון פון גאט אליין, ווייל א בשר ודם האט אין יענער תקופה נישט געקענט צוקומען צו אזא פרעציזער רעכענונג.
נאך פאר מ'גייט ווייטער דארף מען זיך אפשטעלן מיט איין וויכטיגע הערה. מיר וועלן באלד זען ווי מזרחי'ס וויסנשאפטליכע און היסטארישע באהויפטונגען שטימען נישט, אבער דא לאמיר אנווייזן וואספארא עם-הארץ ער איז אין דברי תורה. דער לשון הגמרא (ראש השנה כ"ה א') איז: "אמר להם רבן גמליאל, כך מקובלני מבית אבי אבא: אין חידושה של לבנה פחותה מעשרים ותשעה יום ומחצה, ושני שלישי שעה, ושבעים ושלשה חלקים." וואס זענען די 73 חלקים? דער רמב"ם איז מסביר (קידוש החודש ו', ב') אז יעדע שעה ווערט (דורך די אסטראנאמער) צעטיילט אין 1080 חלקים, וויבאלד דער דאזיגער צאל קען ווערן צעטיילט אין העלפט, פערטל, אכטל, דריטל, זעקסטל, ניינטל, פיפטל און צענטל. ווען חז"ל רעדן וועגן 73 חלקים רעדן זיי וועגן דעם סכום פון 1080סטלעך פון א שעה. וויפיל איז דאס? לאמיר מאכן דעם חשבון: א שעה פארמאגט 3600 סעקונדעס, לאמיר דאס צעטיילן אין 1080, קומט אויס אז יעדער חלק פארמאגט 3 און א דריטל סעקונדעס. וויפיל סעקונדעס איז 73 חלקים? לאמיר מאכן דעם חשבון פאר 3 און א דריטל מאל 73 – דאס קומט אויס 243 און א דריטל סעקונדעס. דאס מיינט אז די 73 חלקים באשטייט פון אביסל מער פון פיר מינוט.
מזרחי איז מסביר די 73 חלקים אזוי: "נעם 60 סעקונדעס און צעטייל דאס אויף 73" – לויט אים קומט אויס אז די "73 חלקים" וואס חז"ל דערמאנען (לכאורה איין חלק פון די 73 חלקים) איז בערך 4 פינפטלעך פון איין סעקונדע, אין דער צייט וואס עס איז באמת מער פון פיר מינוט!
טראצדעם וואס מזרחי קען נישט אפלערנען א פשוט שטיקל גמרא און האט בכלל נישט ארויס די פשוט'ע ציפערן פון חז"ל'ס חשבון, איז ער אבער גערעכט אז חז"ל'ס מולד קומט אויס 29.53059 טעג, דאס איז ווייל ער קייט נאך אינפארמאציע (און מיסאינפארמאציע) פון בעסערע און קליגערע פון אים, וועלכע האבן כאטש געהאט אביסל ערנסטקייט און טאלאנט אויפצוקומען מיט חידושים.
הרב מזרחי גייט ווייטער און באהויפטעט אז דער חשבון פון חז"ל איז דער פינקטליכסטער וואס איז פאראן, און די חכמי אומות העולם זענען צוגעקומען דערצו ערשט אין די לעצטע צענדליגער יארן. ער זאגט אז נאסא האט ערשט לעצטנס געטראפן אז דער חשבון איז 29.530588, וואס איז א דיפערענץ פון בלויז צוויי הונדערט-טויזנטסטלעך פון א טאג. (דער דיפערענץ איז באמת נאר צוויי מיליאנסטלעך – אבער מזרחי קען נישט קיין מאטעמאטיק.) מזרחי זאגט ווייטער אז די דייטשן האבן אין 1965 געמאכט א פינקטליכערן חשבון אין בערלין וואס האט געוויזן אז דער מינימום זמן פון איין מולד צום צווייטן איז 29.530589, וואס איז בלויז איין הונדערט-טויזנטסטל (באמת, איין מיליאנסטל) אפגעריקט פון דעם חשבון וואס חז"ל האבן אונז שוין געזאגט אין דער גמרא.
איז מזרחי גערעכט מיט זיין באהויפטונג אז חז"ל זענען געווען די ערשטע צוצוטרעפן צו דעם פינקטליכן מולד הלבנה?
לאמיר נעמען דעם ציפער וואס מזרחי גיט אן ווי חז"ל'ס חשבון: 29.53059. ער שטעלט דאס צו צו דעם בערלינער חשבון וואס איז 29.530589 – א חילוק פון איין מיליאנסטל. באמערקט אז פאר דעם ציפער פון חז"ל גיט ער בלויז אן פינף דעצימל-ערטער, און פאר די ציפערן פון נאסא און בערלין גיט ער אן זעקס דעצימל-ערטער. אויב זאל מען גלייבן אז מזרחי איז אויפריכטיג מיט זיינע ציפערן, וואלט מען אנגענומען אז דער ציפער וואס ער גיט פאר חז"ל איז פינקטליך און גייט נישט ווייטער, אבער דער אמת איז ווייט נישט אזוי. לאמיר צוזאמען מאכן דעם חשבון: א טאג באשטייט פון 24 שעה וואס יעדע שעה פארמאגט 1080 חלקים – 24 מאל 1080 קומט אויס 25920 חלקים אין א טאג. יעצט לאמיר מאכן א חשבון וויפיל חלקים מיר נוצן פון דעם דרייסיגסטן טאג: די ערשטע צוועלף שעה איז 12 מאל 1080, דאס קומט אויס 12960. די פערציג מינוט איז צוויי דריטל פון 1080, דאס קומט אויס 720. צו דעם דארף מען צולייגן די 73 חלקים. יעצט דארפן מיר צוזאמענרעכענען 12960 מיט 720 מיט 73 – דאס קומט אויס 13753. אונזער מאטעמאטישער חשבון וועט אונז יעצט ברענגען אויסצורעכענען וואספארא חלק 13753 איז פון 25920. דער רעכנמאשין שפייט אויס אן ענדלאזער ציפער: 0.5305941358024692. דאס איז די פראקציע פון דעם דרייסיגסטן טאג וואס מיר נוצן פאר דעם חשבון, און צו דעם דארף מען צולייגן די 29 טעג, דהיינו, 29.5305941358024692. אה! מיר האבן אנטדעקט אז ביי דעם זעקסטן דעצימל-ארט זיצט זיך באקוועם א ציפער – א 4! יעצט קענען מיר מאכן א מער-אויסגעהאלטענעם פארגלייך צווישן דעם ציפער פון חז"ל און די ציפערן פון נאסא און בערלין.
חז"ל: 29.530594
נאסא: 29.530588
בערלין: 29.530589
אט זעען מיר אז נאסא און בערלין זענען פאראייניגט מיט א דיפערענץ פון בלויז איין מיליאנסטל, און דער ציפער פון חז"ל איז אפגעריקט מיט פינף און זעקס מיליאנסטלעך. דאס איז נישט אזוי דראמאטיש ווי איין און צוויי מיליאנסטלעך וואס מזרחי וויל אונז פארקויפן, און דער סיפור הדברים ווי די וויסנשאפטלער "דערנענטערן" זיך צו דעם חשבון פון חז"ל איז שוין בכלל נישט אזוי געשמירט.
דערווייל האבן מיר געוויזן אז מזרחי קען נישט די פשוט'ע יסודות פון הלכה'דיגער אסטראנאמיע, ער קען נישט לייענען קיין דעצימלס, און ער איז נישט אויפריכטיג ביים ברענגען פינקטליכע ציפערן. עס איז אבער נאך ערגער פון דעם. דער רמב"ם שרייבט (קידוש החודש, יז, כד):
- וטעם כל אלו החשבונות, ומפני מה מוסיפים מניין זה, ומפני מה גורעין, והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים, והראיה על כל דבר ודבר, היא חכמת התקופות והגימטריות, שחיברו בה חכמי יוון ספרים הרבה, והם המצויים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחיברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר, לא הגיעו אלינו.
דאס איז א היסטאריע וואס גייט צוריק הונדערטער יארן פאר דער תקופה פון רבן גמליאל, און נאך פיל מער יארן פאר דער חתימת התלמוד.
א לאטיינישע איבערזעצונג פון תלמי'ס אלמאגעסט
היוצא לנו מכל זה אז הרב מזרחי'ס ראיה קען נישט דורכלעבן א לאגישן איבערזיכט, און איינוועגס ווייזט דאס אונז ווי אויסן טייל קירוב-פערזענליכקייטן זענען צו איבערנעמען מענטשן, און האבן נישט קיין פראבלעם צו פארקויפן שקרים – אין תחומים וואו זיי זענען גענצליך אומבאקאנט תורה'דיג און וויסנשאפטליך.
מ'זאגט נאך פון א סך גדולי ישראל, "אידישקייט קען מען נישט בויען מיט שקר." אידישקייט וואס הענגט אויף אזעלכע "ראיות" קען ווערן צובלאזן אין איין מינוט. יעדער איד דארף טרעפן זיין חלק און זיין טיפע אינספיראציע, צו קענען לעבן ווי א מאמין בה' ובתורתו מיט שכל און הגיון.
1.
Medieval Latin Christian Texts on the Jewish Calendar, by C. Philipp E. Nothaft; Calendrical Calculations, by Nachum Dershowitz, Edward M. Reingold; Greek Astronomy, by Sir Thomas Little Heath