ו' חוקת

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

ו' חוקת

שליחה דורך שמואל הלוי »

[center]"דא גזירת אורייתא"[/center]
אינעם טאג יום ו' חוקת זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן, דער תענית ווערט נאך דערמאנט אין מגן אברהם (או"ח הל' תענית סימן תק"פ, ס"ק ט"ז), וז"ל: "כתב התניא ביום הששי פ' חקת נהגו יחידים להתענות, שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. ולא קבעו אותו בימי החודש, מפני שמתוך שאלת חלום נודע להם שיום הפרשה גורם גזירת התורה, זאת חקת התורה מתרגמינן דא גזירת אורייתא", עכ"ל.

די מעשה וואס דער מגן אברהם ברענגט האט פאסירט אין יאר ה' אלפים ד' לפ"ג, עש"ק חוקת, ט' לחודש תמוז, ווען מען האט ליידער פארברענט צוואנציג וועגענער אנגעפילט מיט ספרי קודש אין מדינת פראנקרייך. די סיבה פארוואס ס'איז באשטימט געווארן אויפן טאג פון די וואך און נישט אויפן טאג פון חודש איז, ווייל די רבנים האבן געמאכט א שאלת חלום, און עס איז געקומען די תשובה: "דא גזירת אורייתא", מרמז צו זיין אז די גזירה פון פארברענען די תורה איז געווען אנגעהאנגען אין ו' חוקת.

כאטשיג דער תענית איז באשטימט געווארן אויף יום ו' חוקת און נישט אויפן טאג פון חודש, אבער ווען ס'געפאלט אויך די זעלבע יום החודש ווי עס איז געווען אינעם יאר וואס ס'האט פאסירט די שרעקליכע שריפה, איז דא א ספעציעלע ענין צו פאסטן דאן, אזויווי עס שטייט אין ספר לקט שמואל (דף ל"ה, אות רע"א), וז"ל: "כשחל יום ט' בחודש ביום הששי טוב שיתענה". און אין ספר משחא דרבותא שטייט (דף ע' ע"ב) אז ווער ס'פאסט חוץ די תענית פון ו' חוקת, אויך יום ט' לחודש, וועט קומען אויף אים א ברכה.

די אייניקלעך פון הייליגן תוספות יו"ט זי"ע זענען עקסטער מצווה געווארן צו פאסטן אינעם טאג ט' תמוז, צוליב די ביטערע גזירה וואס עס איז נגזר געווארן אויפן הייליגן תויו"ט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספר לבושי מכלול.

אויך אין שנת ת"ח לפ"ק (ו' תמוז) האט פאסירט א ביטערע אומגליק אין דעם טאג ו' חוקת, ווען ס'איז ליידער חרוב געווארן צוויי גרויסע אידישע קהילות, אזוי ווי דער מג"א ברענגט (שם), וז"ל: "וגם בשנת ת"ח נחרבו שני קהילות גדולות באותו היום, כמ"ש בסליחות שחיבר בעל השפתי כהן" עכ"ל.

אין ספר כתבי הקודש (לבן בעל יסוד יוסף, אות כ"א) שטייט, אז זיין מנהג איז צו זאגן אין דעם טאג די קינה פון "שאלו שרופה באש".

אין ספר מועד לכל חי שטייט (סימן ט', אות ד') אז אין די שטאט איזמיר איז געווען א מנהג אז ו' חוקת איז מען בכלל נישט ארויס אין גאס צו טוהן געשעפטן, און אלעס וואס מען האט געברויכט צו ערלעדיגן לכבוד שבת, האט מען געטוהן דאנערשטאג, וז"ל: "בעירינו איזמיר נהירנא מכד הוינא טליא דהיו כמה אנשים סוחרים שהיו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערב שבת חוקת, ומה שהיה להם לעשות בע"ש, היו מתקנים מיום ה'...".

נאך שרייבט ער, אז פילע פירן זיך נישט צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דעם טאג, וז"ל: "והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לכפר ביום הזה, וה' שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רע אכיה"ר".

אויך נישט לאנג צוריק אין יאר תש"א לפ"ק האט פאסירט א ביטערע אומגליק אין דעם טאג, ווען ס'האט אויסגעבראכן א גרויסע פאגראם אויף די אידן פון די שטאט יאַס, און עס איז ליידער גע'הרג'עט געווארן דעמאלס 24,000 אידן הי"ד. כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסקווירא זצ"ל איז געווען צווישן די אידן אין יענע שטאט, און בנסי ניסים איז ער ניצול געווארן ממות לחיים, און ער האט פון דעמאלס אן געפאסט יעדעס יאר ו' חוקת.

די רעבעצין פון הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זצ"ל הי"ד האט געזאגט אז זי האט בקבלה פון איר טאטע הרה"ק ר' מרדכי דוב מהארנאסטייפל זצ"ל, וואס האט געהאט בקבלה בשם זקינו דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זי"ע אז אינעם טאג ו' חוקת זאל מען נישט גיין זיך וואשן ביים טייך.

צום שלוס וועלן מיר אראפברענגען דאס לשון פון ספר "הלוי והגר" וואס איז קיינמאל נאך נישט געדרוקט געווארן, און איז נאך בכת"י, וז"ל: והנה בשבלי הלקט כתב דקבעו תענית יחידים ביום ו' לפרשת חקת על שריפת התורה ביום זה, ולא קבעוהו לפי יום בחודש, משום שהודיעום בחלום שיום הפרשה גורם גזירת התורה, דמתרגמינן 'זאת חקת התורה' – דא גזירת אורייתא. ע"כ. ובפשטות העניין תמוה, דהא 'גזירת אורייתא' הוא תרגום תיבת 'חוקת', ודכוותיה מתרגם 'חוקת הפסח' – גזירת פסחא, וכמוש"נ למעלה, ומה רמז יש כאן לשריפת התורה.

ולפמש"נ אפשר דזהו עומק הרמז על שריפת התורה, דאילו היה התרגום 'קיימא דאורייתא' – ברית התורה, היה הפירוש שהתורה עצמה היא מקויימת ומחוייבת בחוק וברית, ולא היתה יד הזדים יכולה לשורפה ולאבד חלקים ממנה, אבל מכיון שתרגם אונקלוס 'גזירת אורייתא' מוכח שלא התורה עצמה היא החוקה, אלא מיירי בחק שגזרה תורה, ואכתי לא שמענו שהתורה עצמה חקוקה בחוק וברית, ובזה ניתן הפתח למשחית לשורפה בעוונותינו, ודו"ק.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז סיי די טאג פון ט' תמוז און סיי די טאג פון ו' חוקת זאלן אריבערגיין בשלום אן קיין שום געשעדיגטע, ונאמר אמן.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר