והאמין בה' ויחשביה לו צדקה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

והאמין בה' ויחשביה לו צדקה

שליחה דורך בן אדם »

ס'איז באוויסט די קשיא פון מפרשים וואס איז דער ויחשביה לו צדקה, מ'רעדט דאך דא פון אברהם אבינו די ראש המאמינים, איז פון נאך עפעס א שטיקל אמונה האט ער עם געטון עפעס א גאנצע טובה?

נאר כדי צו פארשטיין דארף מען קודם מקדים זיין וואס חז"ל זאגן אונז אז אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער חוקר, און זיין עצם אמונה אינעם באשעפער איז געווען נאר דורך חקירה אזוי ווי עס שטייט אין מדרש "ראה בירה דולקת וכו' הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני בעל העולם" און באמת'ן האט אברהם נישט געדארפט אנקומען צו די עבודה פון אמונה ווייל דורך זיין חקירה פון די דריי יאר אלט איז ער שוין אנגעקומען צו א ידיעה ברורה אונעם באשעפער, און ווי די באשעפער האט זיך גלייך אנטפלעקט צו עם און מיט דעם האבן די אבות הקדושים ממשיך געווען ווי די אייבישטער האט זיך אנפלעקט צו זיי אזוי ווי צו אברהם, דאגעגן משה רבינו האט געהאט אן אנדערע דרך, משה רבינו האט געארבעט אויף ידיעה נישט דורך חקירה נאר דורך אמונה, און איז אזוי אנגעקומען צו ידיעת הבורא. און נאך מער, אויף יעדן מדריגה אין ידיעה ווי ער איז אנגעקומען האט ער זיך נישט אפגעשטעלט נאר געגיינגען ווייטער, אזוי ווי רבי משה זכות (ממגורי האר"י ז"ל) אז משה רבינו איז ארויף אויף די בארג מיט די שם ודאי"י און ער ליירט לייגט צו אז ס'איז די ר"ת פון "ויברך דוד את ה'", פשט אז אלעס איז געגיינגען דורך אמונה. ווייל דאס איז די אמת'ע תכלית פון אמונה, אנצוקומען צו ידיעה.

אזוי אויך זעט מען אז די יודישע קינדער האבן דעמאלטס געגלייבט מיט אן אמונה פשוטה אויף זייער א פשוט'ן און תמימות'דיגער אויפן ווי ס'ווערט געברענגט אין ספה"ק אז די יודישע קינדער האבן נישט געהאט די מידה פון דעת וואס בפשטות מיינט עס אז זיי זענען נישט אנגעקומען צו די מידה פון "ידיעת הבורא", אבער פשוטער אמונה האבן זיי יא געהאט ווי חז"ל זאגן שלא שינו את לשונם וכו' און ביי קריעת ים סוף תפסו אומנות אבותם, ד"ה אז זיי האבן פשוט נאכגעמאכט וואס די עלטערן האבן געטון וואס דאס איז בעצם די ערשטע דרגה אין אמונה. אבער משה רבינו האט געהאט אסאך א גרעסערע ארבייט, ווייל ער האט געוואוינט אין פרעה'ס הויז. אבער אפילו אזוי האט ער זיך געשטארקט און אנגעהאלטן די אמונה אין באשעפער נאך זייענדיג אין פרעה'ס הויז, און למעשה איז ער נישט געבליבען ביי די אמונה נאר ער איז געגיינגען לעילא ולעילא ביז ער איז אנגעקומען צו ידיעה ממש - דארט ווי אברהם האט אנגעהויבן. און דורך דעם האט ער זוכה געווען צו געוואלדיגע כוחות ווי אוועקלייגן דעם מצרי בשם המפורש און אזוי אויך איז געשען ניסים צו עם ווי למשל אין מדין איז געווען "המים עלו לקראתו" און ביז די סנה. און דעמאלטס האט די באשעפער עם געגעבן דעם דז'שאב ער זאל צוריקגיין קיין מצרים און אריינברענגען האפענונג און אמונה אין די יודישע קינדער דורך זיי פארציילען פון דעם באשעפער און ער זאל זיי ווייזען אותות ומופתים אז זייער אמונה זאל זיך שטארקען אבער די תכלית זאל זיין  אז זיי זאלן אויך ציקומען צו די מדריגה פון ידיעה ווי ס'שטייט אין פסוק "וידעו כי אני ה'" און אזוי אויך "וידעתם כי אני ה'" .

למעשה, די חילוק ציווישען אברהם'ס אמונה און משה רבינו זעט מען קלאר און פסוק "ושמי ה' לא נודעתי להם" און ווי רש"י זאגט אז ער האט זיך נאר באוויזען צו זיי מיט'ן שם שק"י. און שם שק"י ווייזט טאקע אויף דרך הטבע וואס מיט דעם האבן די אבות געלעבט, און אפילו די נסים ביי די אבות איז געווען בדרך הטבע און דאס איז געווען וויל זיי האבן געגלייבט אין וואס זיי האבן געזען,  ווייל דאס איז געווען זייער דרך אין אמונה. משא"כ משה רבינו האט געלייבט און מער פון וואס ער האט געווויסט, יותר מדרך הטבע, און טאקע ביי עם האט זיך אנגעפאנגען די הנהגה פון למעלה מדרך הטבע. ווייל דורך זיין העכערע השגות אין אמונה האט ער ממשיך געווען א העכערע הנהגה, ווי ס'שטייט שוין פון אר"י הק' אז אמונה איז טייטשט המשכה מלשון "ויהי אומן את הדסה" אז דורך אמונה איז מען ממשיך השפעות טובות און ישועות שלא כדרך הטבע, און אזוי ביד ער האט משיג געווען נאך א דרגה אין ידיעה .

איז יעצט לאמיר צוריקומען צום פסוק אברהם האט געזאגט מה תתן לי וכו' הן לי לא נתת זרע והנה בן ביתי יורש אותי, און ווי די מדרש ברענגט אראפ אז ער האט געזען אין די שטערענס אז ער קען קיין קינדער נישט האבן. האט עם דער באשעפער געזאגט דו האסט טאקע נישט קיין מזל צו האבן קינדער, אבער ס'איז דא אן אנדער וועג "צא מאיצטגנינוס שלך"  דאס הייסט קוק נישט דורך דעם דרך הטבע, נאר ס'איז דא עפעס העכער'ס פון דעם, דאס איז אמונה למעלה מדרך הטבע. זאלסט פשוט גלייבן אפילו דו זעסט עס נישט, און אויף דעם זאגט די פסוק "והאמין בה'" אז אברהם האט טאקע טועם געווען דעם טעם פון אמונה למעלה מדרך הטבע וואס דאס ברענגט אויך צו ידיעה און פארדעם איז "ויחשביה לו צדקה" ווייל אברהם האט געטון נישט ווי זיין דרך ממילא איז דאס געווען אן עקסטרע צידקות פון אברהם.
רעאגיר