בלאט 1 פון 1

לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:35 pm
דורך געוואלדיג
אסאך מאל האב איך ווען איך לערן אז איך טרעף מיך אן מיט שטיקלעך וואס זענען נישט דווקא קיין חידושים אבער זיי זענען יא אינטרעסאנעטע נקודות וואס ווען איך זאג דאס איבער פאר אנדערע וועלן זיי מיר בעהטן אז זיי וילן דאס זעהן פון אינעווייניג, צומאל וועט א בעל דרשן דאס נוצן ביי א דרשה אדער א אינגערמאן צו ווייזן בקיאות וכו' דאס זענען אזעלעכע פנינים וואס פאלן צווישן די בענקלעך, וועל איך זיי אי"ה דא ארויף לייגן אלס אל תמנע טוב מבעליו, און ווער עס האט אויך אזעלעכע שטיקלעך איז מכובד צו צולייגן.

1
ספורנו בראשית י"ח י"ב פרשת וירא

ותצחק שרה בקרבה. שחשבה שהיה דבר המלאך ברכת נביא בלבד כענין אלישע לא נבואה ושליחות האל ית'. וחשבה שלא יושג זה בזקנים בברכת שום נביא כי אמנם להשיב הבחרו' אחר הזקנה הרי הוא כתחיית המתים שלא תהיה זולתי במצות האל פרטית או בתפלה משגת חן מאתו:


דהיינו אז שינוי הטבע קען אפילו א נביא נישט צוזאגן, נאר השי"ת אליין אדער דורך תפילה, די שטארקע כח פון תפילה.