לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך פארשטאנד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 10:40 am

לערנענדיג אין מיין קינד'ס ביכל פונעם מבול האב איך זיך אנגעשטויסן אין די פאלגנדע:
P_20191117_122720.jpg

והאיך יתקיימו שניהן?
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקלעכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 4:21 pm

לערנענדיג נדה האב איך געלערנט א רמב"ן אין חידושים אין דף נד ווי ער שלאגט זיך מיט דער רמב"ם אין דער חשבון פון ימי נדות און ימי זיבות. צום סוף רעדט ער זיך אפ אויף די וואס לערנען פאלש הל' נדה, וז"ל

וכן יש שבושין בחבורי הראשונים בקצתם, כגון רב סעדיה שכתב שכל אחד עשר יום שבין נדה לנדה בשלש ראיות של שלשה ימים נעשית זבה גדולה בין ברצופין בין במפוזרין, וזה טעות מתפרש כאן ובכמה מקומות דרצופין בעינן ולא מפוזרין. ועל כיוצא בדברים הללו ידוו כל הדווים שהתורה משתכחת מלומדיה ואין אדם מוצא הלכה ברורה במקום אחד:


ער רעדט זיך אפ מיט א ידוו כל הדווים. דער וואס איז מתבונן אין דער ענין וועט זען אז דער רס"ג איז בלויז א חומרא נישט קיין קולא. ער איז גאר מחמיר אין הל' זיבה אז מ'קען ווערן א זבה גדולה אן רצופין. און אויף דעם זאגט ער אויך ידוו כל הדווים, פונקט ווי דער רמב"ם וואס קומט אויס א קולא און א חומרא אינאיינעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8602 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 05, 2020 11:14 am

"וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה. עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם."

וואס טייטשט שבת? האבן מיר צוויי טייטשן: די ערשטע שבת פון "מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" מיינט יום טוב, די צווייטע און די דריטע פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת" און "הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת" מיינט א וואך. די פראבלעם מיט דעם פשט איז אז ס'איז אביסעלע מאדנע צו נוצן דעם זעלבן ווארט אינעם זעלבן קאנטעקסט יעדעס מאל מיט א צווייטן טייטש. און לויט'ן פשט פון די קראים אז שבת מיינט דעם זיבעטן טאג פונעם וואך איז פונקט אזוי שווער, ווייל על כרחך וועט די צווייטע שבת פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת" מוזן מיינען וואכן.

נאך אן הערה: לויט ביידע פשטים איז שווער פון וואו ווייסט מען צו וועלכן שבת/יום טוב די תורה באציעט זיך? אפילו אויב מ'זאגט אז שבת מיינט יום טוב ווייסט מען ווייטער נישט צו ס'מיינט דעם ערשטן טאג פסח צו דעם זיבעטן.

האב איך געטראכט א פשט וואס פארענטפערט ביידע שוועריקייטן, שבת אין די דאזיגע פסוקים מיינט א וואך, אדער מער ספעציפיש, א גרופע פון זיבן טעג. יעצט אין די פריערדיגע פסוקים שטייט: "וּבַחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַזֶּה חַג הַמַּצּוֹת... וְהִקְרַבְתֶּם אִשֶּׁה לַהשם שִׁבְעַת יָמִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ", איז נאכדעם וואס די תורה פארציילט אונז איבער דעם "וואך" פון יום טוב פסח איז זייער פארשטענדליך אז ווען די תורה זאגט ווייטער מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת יְנִיפֶנּוּ הַכֹּהֵן... וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" באציעט מען זיך צו דעם וואך, און די תורה זאגט אונז אז מ'פאנגט אן צו ציילן צומארגנס פונעם וואך פונעם יום טוב פסח (אסרו חג), זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין, און ביז צומארגנס פונעם זיבטען וואך זאל מען ציילן.

(וועם ס'געפעלט נישט מיין פשט זאל אריינקוקן אין רשב"ם אויף שמות קאפיטל י"ג פסוק ט', עיין שם ותמצא "מרגוע" לנפשך הקנאית.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג מאי 05, 2020 8:48 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2302 מאל

הודעהדורך ישעיה » דינסטאג מאי 05, 2020 8:43 pm

גוט גוט

פון ויקיפדיה:
גם במסורת ביתא ישראל פורשה המילה "שבת" כמתייחסת לחג הפסח, אולם הספירה החלה ממחרת שביעי של פסח, ולא ממחרת החג הראשון של פסח כנהוג אצל הפרושים. אי לכך חל חג השבועות שישה ימים מאוחר יותר, בי"ב בסיוון ולא בו' בסיוון

(מנוסח הנ"ל משתמע שהם סמכו על מה שיום השביעי הוא יום שבתון)
ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 05, 2020 8:58 pm

WOW ברוך שכיוונתי!
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2302 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג מאי 07, 2020 1:55 pm

הייליגע רבי, קוק אויף די נושא פון הרב נאה דא פון דף 24 און ווייטער. הערת פון הרב הנשקה דא, און צוריק פון הרב נאה דא.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקלעכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:41 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:"וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה. עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם."

וואס טייטשט שבת? האבן מיר צוויי טייטשן: די ערשטע שבת פון "מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" מיינט יום טוב, די צווייטע און די דריטע פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת" און "הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת" מיינט א וואך. די פראבלעם מיט דעם פשט איז אז ס'איז אביסעלע מאדנע צו נוצן דעם זעלבן ווארט אינעם זעלבן קאנטעקסט יעדעס מאל מיט א צווייטן טייטש. און לויט'ן פשט פון די קראים אז שבת מיינט דעם זיבעטן טאג פונעם וואך איז פונקט אזוי שווער, ווייל על כרחך וועט די צווייטע שבת פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת" מוזן מיינען וואכן.

נאך אן הערה: לויט ביידע פשטים איז שווער פון וואו ווייסט מען צו וועלכן שבת/יום טוב די תורה באציעט זיך? אפילו אויב מ'זאגט אז שבת מיינט יום טוב ווייסט מען ווייטער נישט צו ס'מיינט דעם ערשטן טאג פסח צו דעם זיבעטן.

האב איך געטראכט א פשט וואס פארענטפערט ביידע שוועריקייטן, שבת אין די דאזיגע פסוקים מיינט א וואך, אדער מער ספעציפיש, א גרופע פון זיבן טעג. יעצט אין די פריערדיגע פסוקים שטייט: "וּבַחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַזֶּה חַג הַמַּצּוֹת... וְהִקְרַבְתֶּם אִשֶּׁה לַהשם שִׁבְעַת יָמִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ", איז נאכדעם וואס די תורה פארציילט אונז איבער דעם "וואך" פון יום טוב פסח איז זייער פארשטענדליך אז ווען די תורה זאגט ווייטער מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת יְנִיפֶנּוּ הַכֹּהֵן... וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" באציעט מען זיך צו דעם וואך, און די תורה זאגט אונז אז מ'פאנגט אן צו ציילן צומארגנס פונעם וואך פונעם יום טוב פסח (אסרו חג), זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין, און ביז צומארגנס פונעם זיבטען וואך זאל מען ציילן.

(וועם ס'געפעלט נישט מיין פשט זאל אריינקוקן אין רשב"ם אויף שמות קאפיטל י"ג פסוק ט', עיין שם ותמצא "מרגוע" לנפשך הקנאית.)

אינטערסאנטע חידוש. אבער מ'געפונט נישט אז שבת זאל מיינען א וואך נאר אין לשון חז"ל וואס האבן עס אנגעהויבן נוצן בהשפעת זייערע אריינטייטשונג אין פסוק. די ווארט שבת מיינט א רוה צייט, עס ווערט גענוצט סיי לגבי דעם זיבעטן טאג פון די וואך און סיי לגבי די זיבעטע יאר פונעם שמיטה צייקל. ווען די תורה וויל אנריפן דעם רוה-טאג צייקל אדער דעם רוה-יאר צייקל דאן ריפט עס די תורה שבת . ביי שמיטה געפונען מיר די אנזאג פון די תורה אז מ'זאל מאכן יובל נאך זיבן שמיטה צייקלן וואס מיר זעהן קלאר אז א צייקל הייבט זיך אן פון ערשטן טאג אדער יאר וואס איז נישט קיין רוה צייט און ענדיגט זיך אלס א צייקל ביים זיבעטן טאג אדער יאר וואס איז א רוה צייט. ממילא אויב איך זאל טייטשן שבת בראשית וועט עס זייער גוט שטימען ווייל די שבע שבתות תמימות מיינט אויך א שבת צייקל און דאס וועט אויך זיין אייניג ווי די אפטייטש און געדאנק ווי ביי שמיטה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט