מיט א טיפערן בליק - פרשת וירא עו' - לעבן אויף קידוש ה'!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק - פרשת וירא עו' - לעבן אויף קידוש ה'!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת וירא תשע"ו
כמו שכבש אברהם אבינו את רחמיו..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ווען מיר לערנען די הערליכע בראשית פרשיות, ווי די תוה"ק טוט אונז דערציילן די גרינדונג פון "כלל ישראל" איז כדי זיך אפצושטעלן און ריכטיג באטראכטן איעדע קליינע פרט ופרט וואס די פסוקים זאגן אונז, איעדעס ווארט איז א לימוד לדורות ווי חז"ל זאגן אונז חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי ס'איז נישט עפעס א שיינע מדת חסידות, ס'איז א חיוב וואס ליגט אויף אונז - זיך כסדר מתבונן זיין אין די וועגן וואס די אבות הקדושים האבן פאר אונז אוועקגעשטעלט, און זיך כסדר פרעגן ווי האלט איך, ווי בין איך אויפן וועג אנצוקומען אהין?! פארשטייט זיך אז כדי זיך צו קענען פרעגן דארפן מיר ריכטיג אפלערנען די געוואלדיגע לעבן זייערע מעשי אבות סימן לבנים זייער גאנצע לעבן איז געווען איין שטיק סימן פאר אונז ווי אזוי א לעבן דארף אויסזעהן, בפרט ווען מיר לערנען יעצט איבער דאס לעבן פון אונזער פאטער אברהם ווי חז"ל זאגן אונז אז הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם יכול יהיו חותמין בכולם ת"ל והיה ברכה בך חותמין ולא בהם וואס דאס מיינט אז אין אברהם איז נכלל אלע אנדערע אבות און מיט אברהם איז מען חותם, לאמיר זיך פארטיפן כאטש עפעס א קליין ביסל אין דאס לעבן פון אברהם אבינו און זוכה זיין בסייעתא דשמיא ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

די ערשטע וואונדערליכע פאסירונג וואס מיר געפינען איבער אונזער פאטער אברהם איז די באקאנטע מעשה אור כשדים, ווי חז"ל הקדושים (עירובין נג. ועוד) דערציילן אונז אז נמרוד האט באפוילן אז מען זאל נעמען אונזער געטרייע פאטער אברהם און אים אריינווארפן אין פייער אויף צו פארברענט ווערן - בלויז צוליב זיין ריינע אמונה אין השי"ת, אברהם האט געהאט פאר זיך די מעגליכקייט פון זיך אונטער געבן פאר נמרוד און זיך ביקן צו זיינע געטשקעס, אבער ניין אברהם האט פארשטאנען אז ווען ס'קומט צו עבודה זרה דארף מען זיין גרייט אויף מסירת נפש, און מיט שטאלץ האט ער אריין שפאצירט אין פייער פאר די כבוד פון הקב"ה דער מלך יחיד ומיוחד - א געוואלדיגע נס איז געשעהן און אברהם אבינו איז געראטעוועט געווארן... מיטן פשוטע שכל וואלטן מיר געזאגט אז אזא געוואלדיגע מסירת נפש פון אברהם זאל דערמאנט ווערן אין פסוק מיט אלע דיטאלן, אבער אין די תוה"ק טרעפן מיר די מעשה נאר ברמז (טו ז) וַיֹּאמֶר אֵלָיו אֲנִי ה' אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאוּר כַּשְׂדִּים, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט וואס איז פשט אז אזא גרויסע נסיון ווי אריין שפאצירן אין פייער פאר כבוד שמים זאל נישט קלאר ארויסגעשריבן ווערן?

די שאלה גייט א טריט טיפער, ס'איז באקאנט די משנה אין אבות (פ"ה ג) עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולן - הקב"ה האט אויספרובירט אברהם אבינו מיט 10 נסיונות און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען, אין די מפרשי חז"ל איז פארהאן א מחלוקת צו די מעשה פון אור כשדים איז א חלק פון די צען נסיונות אדער נישט, די רמב"ם האלט: אז די ערשטע פון די צען איז דער נסיון פון לך לך מארצך - וואס דאס מיינט אז די מעשה אור כשדים איז נישט א חלק פון די צען, רבינו יונה האלט: אז די ערשטע פון די צען איז די נסיון פון אור כשדים וואס דאס מיינט אז ס'איז יא געווען א חלק פון די צען.
אבער לכל הדעות פרעגט זיך, אויב לערנט מען ווי די רמב"ם אז אור כשדים איז נישט א חלק פון די צען - פרעגט זיך פארוואס טאקע נישט איז דען פארהאן א גרעסערע נסיון ווי דאס?! און אויב לערנט מען ווי רבינו יונה אז ס'איז געווען די ערשטע פון די צען - פרעגט זיך בדרך כלל ווען מען פרובירט אויס א מענטש גייט מען מקל אל החמור מען פאנגט אָן מיט די גרינגערע און מען גייט שווערער און שווערער, בפשטות זעט דאך אויס אז דער נסיון פון 'כבשן האש' איז דאס גרעסטע נסיון - איז אויב אזוי ווי פאסט זיך אז נאך דער נסיון זאל זיין דער ערשטע און ערשט דערנאך די קליינע נסיון פון לך לך מארצך און אזוי ווייטער?!

איידער מיר גייען צו צום שמועס לאמיר באמערקן נאך איין נקודה, אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר דעם אחרון חביב די לעצטן נסיון עקידת יצחק, כידוע אז דער זכות העקידה באגלייט אונז טאג טעגליך, דער איד פאנגט אָן זיין טאג בעטנדיג רבונו של עולם כמו שכבש אברהם אבינו את רחמיו לעשות רצונך בלבב שלם, כן יכבשו רחמיך את כעסך מעלינו ויגלו רחמיך על מדותיך... מיר בעטן בזכות פון אברהם אבינו'ס מסירת נפש ביים עקידה, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס געפינען מיר נישט אז מען זאל בכלל דערמאנען דעם זכות פון אברהם אבינו'ס מסירת נפש ביים מעשה אור כשדים?!

אין א קליין דערפל אינעם ווייטן אירופה - פון קינדווייז אָן האבן די צוויי ר' גבריאל מיט ר' איטשע געקניפט א זעלטענע שטארקע פריינטשאפט, זיך נישט גערירט איינער אָנעם צווייטן, ווי אויך שפעטער ווען זיי האבן חתונה געהאט האבן זיי אנגעהאלטן דעם שטארקן קשר, געלעבט ממש ווי ברידערלעך... די פינסטערע ווינטן פונעם צווייטן וועלט מלחמה האבן אנגעהויבן בוזשעווען, די דייטשע נעגל האבן זיך אריינגעגראבן נישט אויסלאזענדיג אפילו די קלענסטע דערפלעך, צושפליטערנדיג אפילו די קלענסטע משפחות, צו לינקס די אומבאוועגנדע שעפעלעך פריצייטיג אוועקגעריסן און פארשניטן, צו רעכטס די כלומר'שט גליקליכע וואס האבן זיך געטראפן פנים אל פנים מיט א גרויזאמען פינסטערן עתיד אָן זייערע באליבטע, קוים א ווילן אדער א ציל ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, אונזערע חברים ר' גבריאל און ר' איטשע האבן זיך בדרך נס צוריק אנגעטראפן הארט נאכן אוועקגעריסן ווערן פון זייערע באליבטע און האבן געמאכט א בונד זיך נישט אוועק צו רירן איינער פונעם אנדערן ווי ווייט מעגליך, זיך פארשאפט א שטיקל ברויט איינער פארן אנדערן, זיך שטענדיג מחזק געווען אריינברענגענדיג שטראלן פון חיות אין די ביטערע טעג.

איין טינקעלן פרימארגן אין די פארביסענע פרעסטן אויפן טעגליכן מארש פונעם לאגער צום צוואנגס ארבעט באמערקט ר' גבריאל ווי ר' איטשע'ס פנים איז גענצליך פארלאשן, קוים וואס ער יאגט נאך דעם גאלאפ און עס קוקט אויס ווי אט אט וועט ער פארנאכלעסיגן זיינע טריט און בלייבן הונטערשטעליג, וואס דאס קען מיינען א זיכערען טויט ה"י... ער שרייט איטשע! איטשע! וואס גייט פאָר היינט? ר' איטשע דרייט זיך אויס מיט א פארלאשענעם בליק, איך קען שוין נישט מער, וואס זאל איך טוען, איך שפיר ווי איך בין נישט מער ביכולת, איך זע נישט קיין סוף צו דעם פלאג, שוין זיבן חדשים גייען מיר טעגליך אין דעם בלאטע, עבודת הפרך, נישט קיין טאג נישט קיין נאכט, נישט קיין שבת, נישט קיין יו"ט, די משפחה מיינע איז שוין אוועקגעריסן, וואס האב איך פארבליבן, וואס האב איך אנצוגיין, איך שפיר אז כ'בין שוין גרייט אומצוקומען על קידוש השם... כאטש וועט עס זיין על קידוש ה'...

א דערציטערטער שפרינגט ר' גבריאל אויף אין נעמט זיך קוויטשען אויף ר' איטשע, קידוש השם?! די מיינסט אויפגעבן און שטארבן וועט זיין א קידוש השם?! מ'קען טאקע שטארבן על קידוש השם, אבער וואס וועט זיין מיט "לעבן" על קידוש השם! איטשע אויפגעבן על קידוש ה' איז גרויס אבער ס'קומט נישט צו צו לעבן על קידוש ה', הייב אויף דיינע אויגן געדענק אז דער באשעפער איז דא מיט אונז, ער וועט אונז זיכער ראטעווען אין אייניגע סעקונדן, מיר ברויכן ווייטער אנגיין און פרובירן צו נעמען דאס לעבן איין מינוט אויפאמאל, געדענק אז אין אונז - יא אין אונז מיר און דיר ווענדט זיך דער עתיד פון כלל ישראל, יעדע מינוט וואס מיר לעבן איז על קידוש השם, יעדעס בייטש, אלע יסורים, הינגער, יעדעס אטעם וואס די געבסט דא איז אויף קידוש השם ממש...

ר' איטשע האט זיך אויפגעהויבן, דער מוט עטוואס פארגרינגערט, וואס א מינוט איז אריבער האט ער אנגעהויבן טיף אנערקענען אז זיין חבר גבריאל איז גערעכט, אויף אזוי ווייט אז די שארפע רייד האט אים געטראגן נישט נאר אויף יענעם צופרי, נישט נאר דורכאויס דעם גאנצן מלחמה נאר דורכאויס זיין גאנצן לעבן, שטענדיג איז אים געשטאנען פאר די אויגן און געקלינגען אין די אויערן די ווערטער: וואס וועט זיין מיט "לעבן" על קידוש השם! זיבעציג יאר שפעטער זיצט ר' איטשע ארומגענומען מיט דאס אומגלויבליכע, קינדער און אייניקלעך עוסקים בתורה ומצוות און ער לערנט זיי אט דעם זעלבן יסוד אומקומען על קידוש ה' איז גאר גרויס און ס'איז עפעס וואס איעדע איד דארף כסדר זיין גרייט דעראויף, אבער ס'איז נאר א קלייניגקייט צו דאס גרויסקייט פון לעבן על קידוש ה', קינדערלעך געדענקט אז איעדעס אטעם פון א איד דארף זיין לקדש שמו יתברך...

ברידער טייערע, דאס איז קלאר אז די אלע קדושים וטהורים וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה' זענען אנגעקומען צו די גרעסטע און העכסטע מדריגות און זיי האבן געברענגט א תיקון אויף די וועלט וואס מיר האבן נישט דערין קיין שום השגה, אבער בעיקר וואס זיי האבן אונז געוויזן איז: א איד דארף לעבן א לעבן פון תורה ומצוות א לעבן פון קידוש ה' און אויב האט ער נישט דאס איז שוין גרינגער נישט צו זיין אויף די וועלט, און דערפאר במשך הדורות ווען מען האט געשטעלט דעם איד צום וואנט אז ער זאל חלילה אויפגעבן תורה ומצוות האט ער מיט שטאלץ אויסגעשריגן דעם שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, אבער פאר אונז מיינט דאס אז מיר דארפן לעבן כבוד שמים, מיר דארפן לעבן א לעבן וואס זאל זיין א שטיק קידוש ה'... להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די אומות העולם אדער ר"ל ווען א מענטש גייט אריבער א דעפרעסיא וכדומה קען מען אויך טרעפן דעם געדאנק פון אויפגעבן א לעבן פאר געוויסע צוועקן ה"י וד"ל, אבער וואס מען טרעפט ביי זיי נישט איז לעבן אויף קידוש ה', לעבן א לעבן וואס דער מענטש געבט זיך אינגאנצן איבער פאר הקב"ה, מען איז זיך אינגאנצן מבטל דעם דעת פארן רצון ה', טאג טעגליך פירט מען זיך אויף טריט און שריט על פי תורתו הקדושה און פון דארט שעפט מען חיזוק התעוררות, און אפילו ווען ס'גייט שווער רירט מען זיך נישט אוועק נאר מיט א פעסטע אמונה און בטחון בלייבט מען פיל מיט שטארקייט און דביקות בה' דאס טרעפט מען נישט אין ערגעץ נאר ביי עם ישראל... און טאקע דאס איז אונזער עיקר ארבעט אויף די וועלט צו לעבן אויף קידוש ה' הייליגן השי"ת'ס נאמען און פארשפרייטן הקב"ה'ס ליכטיגקייט איבער די וועלט!

דער נסיון פון אור כשדים איז טאקע אויסטערליש גרויס - מיר האבן נישט קיין השגה וואס דאס מיינט אז אברהם האט געלעבט אין א וועלט אָן קיין ברעקל תורה ומצוות און מיט דעם אלעם איז ער גרייט אריין צו שפאצירן אין פייער פאר כבוד שמים, אבער ס'קומט נישט נאנט צו דער קלענסטע נסיון פון לעבן אויף קידוש ה', ווייל גיין אין פייער אויף קידוש ה' קומט נישט נאנט צו לעבן אויף קידוש ה', אומקומען אויף קידוש ה' איז איינמאל – לעבן פאר קידוש ה' איז איעדע רגע ורגע – ס'ענדיגט זיך נישט! דערפאר ווען ס'קומט צום נסיון פון אור כשדים ווערט עס נאר דערמאנט ברמז, אבער ווען ס'קומט צו לעבן א לך לך מארצך ווען דער מענטש דארף זיך ארויסלאזן אין וועג אריין - ער טוט אנפאנגן לעבן א לעבן וואס ער ווייסט נישט וואס ווען ווי, הקב"ה זאגט גיי ארויס פון דא, ווי זאל איך גיין? אל הארץ אשר אראך גיי נאר כ'וועל דיר שוין ווייזן... דער מח פרעגט ..וואס הייסט אוועק גיין כ'האב דאך דא עלטערן און גוטע פריינד, איך בין דאך דא אין שטאט דעם אדרעס פאר די צובראכענע מענטשן און דא פליצלינג דארף איך פארלאזן דעם פלאץ, נעמען דעם וואנדער שטעקן ווי אהין כ'ווייס נישט... אבער אברהם לייגט אלעס אין די זייט, ער האט נישט קיין שום מיינונג נאר אז הקב"ה הייסט פאלגט מען, מען פרעגט נישט קיין פראגעס און אזוי ווייטער ביי אלע שפעטערדיגע נסיונות... דאס איז די מסירת נפש וואס די תוה"ק וויל אז מיר זאלן לערנען אין אריין אטעמען זיין גרייט צו לעבן קידוש ה', זיין גרייט צו לעבן א לעבעדיגע לעבן פאר כבוד שמים!

דערמיט פארשטייען מיר שוין געשמאק פארוואס אור כשדים איז לשיטת הרמב"ם בכלל נישט איינע פון די צען נסיונות, ווייל די צען זענען נאר די וואס אברהם האט זיי געלעבט, ס'איז די צען וואס אברהם האט זיי געדארפט אריבער גיין לעבעדיגערהייט און לעבן דערמיט טאג טעגליך... לשיטת רבינו יונה איז עס די ערשטע און טאקע בדוקא די ערשטע ווייל דער נסיון פון אריין גיין אין פייער איז א קלייניגקייט כלפי די שפעטערדיגע נסיונות, ווי פריער אויסגעשמועסט, זיך מוסר נפש זיין פאר כבוד שמים איז גאר גרויס אבער ס'איז נאר אַן איינמאליגע זאך – לעבן מיט מסירת נפש מיינט אז איעדע רגע טוט מען זיך פון פריש איבערגעבן פאר הקב"ה און דאס איז געווען די לעבן פון אונזער פאטער אברהם!

דערמיט דערהערט זיך געוואלדיג פארוואס מיר טוען כסדר דערמאנען דעם גרויסן זכות פונעם עקידת יצחק און נישט דער כבשן האש, ווייל דער נסיון פון די עקידה איז בעיקר נישט דאס אז יצחק איז גרייט געווען אויף קידוש ה' אפשר דאס אויך, אבער בעיקר איז עס דאס גרייטקייט פון אברהם די וועג ווי אזוי אברהם איז צוגעגאנען דערצו, - אברהם אבינו נאכן ווארטן אזוי לאנג פאר קינדערלעך איז ער ענדליך זוכה צו האבן מיט שרה אמנו א יצחק, ענדליך זעט ער א טראפעלע ליכטיגקייט, אה! ענדליך וועט זיך אנפאנגן בויען א כלל ישראל קומט השי"ת און בעט אים והעלהו שם לעולה ברענג אים אויף פאר א קרבן, ווי קענען מיר דאס פארשטיין, מקריב זיין א אייגן קינד אפילו דער גרעסטער אכזר וואלט דאס נישט געקענט, און דא רעדן מיר פון די גרעסטע בעל חסד אין היסטאריע, אבער אונזער פאטער אברהם נעמט זיך צוזאם זיינע כוחות און מיט די גרעסטע מאס פרישקייט וישכם אברהם בבקר מיט א זריזות גייט ער מקריב זיין יצחק ווייל אויב דאס איז דער רצון ה' טוט מען עס מיט די גרעסטע שמחה און ברען... לאמיר גיין א טריט ווייטער און זיך פארשטעלן אז ער וואלט טאקע מקריב געווען יצחק, פאר א טאטע צו לעבן מיטן מחשבה אז ער האט מקריב געווען זיין אייגן קינד איז אומדערטרעגליך... דאס איז געווען דער עיקר נסיון צו קענען לייגן אלעס אין א זייט און פארשטיין אז ס'עקזעסטירט גארנישט אויף די וועלט נאר כבוד שמים, קידוש שמו יתברך און וואס הקב"ה הייסט - צו מען פארשטייט יא אדער נישט צו ס'איז גרינג אדער שווער טוט מען עס מיט א געוואלדיגע התלהבות און שמחה!

טייערע ברידער, אברהם אבינו לערנט אונז אז מיר דארפן כסדר לעבן אויף קידוש ה', א איד דארף כסדר לייגן אלע זיינע אייגענע מיינונגען תאוות און חמדת אין א זייט און זיך מדבק זיין אין דעם אחד יחיד ומיוחד ווייל אויסער דעם איז גארנישט פארהאן, און כאטש אמאל פארשטייט מען נישט וואס ס'גייט פאָר, ס'איז שווער און ביטער טאר מען זיך נישט שרעקן נאר זיך לאזן פירן און מיט א שטארקע אמונה און בטחון ממשיך זיין, געדענקן אז מיר אלע גייען אריבער נסיונות פונקט ווי אונזער פאטער אברהם און בעזר ה' וועלן מיר צום סוף זוכה זיין ווי אברהם... פון די אנדערע זייט געבט אונז אברהם דעם געוואלדיגע חיזוק אז ווען א איד לעבט מיט מסירת נפש ער היט זיינע מחשבות זיינע אויגן זיין דיבור וכו' ער געבט איבער זיינע נפשיות'דיגע רצונות פאר הקב"ה איז דאס די גרעסטע קידוש ה' וואס נאר פארהאן, ס'איז פיל מער ווי אומקומען אויף קידוש ה', און אויב אויף די אלע קדושים זאגן אונז חז"ל אז זיי זענען מכפר און מגין פאר אידישע קינדער עד סוף כל הדורות על אחת כמה וכמה ווי גרויס איז אונזער לעבן מיט מסירת נפש וויפיל זענען מיר משפיע פאר זיך פאר די וועלט פאר עם ישראל עד סוף כל הדורות, לאמיר זיך שטארקן און אנפאנגן לעבן א לעבן פון קידוש ה' פארשטיין אז איעדע אטעם וואס א איד געבט דארף ברענגן און משפיע כבוד שמים אויף די וועלט פארשטייט זיך אז אונזער מסירת נפש וועט משפיע זיין אז טאקע די אבות הקדושים וואס האבן זיך אזוי מוסר נפש פאר כבוד שמים וועלן אונז קומען צום האנט און צוזאמען וועלן מיר זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג ווען ס'וועט ארויסקומען דעם גרויסן קידוש ה' ומלאה הארץ דעה את ה' בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• לייג דיינע מיינונגען תאוות און חמדת אין א זייט און זיי זיך מדבק אין דעם אחד יחיד ומיוחד.
• איעדע אטעם וואס א איד געבט דארף ברענגן און משפיע כבוד שמים אויף די וועלט.
• ווען די געבסט איבער דיינע נפשיות'דיגע רצונות פאר הקב"ה ביסטו זוכה צו די העכסטע מדריגות אין קידוש ה'.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר