מיט א טיפערן בליק - פרשת ויגש - האלט אָן דעם חנוכה פלאם!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

מיט א טיפערן בליק - פרשת ויגש - האלט אָן דעם חנוכה פלאם!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת ויגש תשע"ו
אחרי הודיע אלקים אותך..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג נאך די גרויסע לעכטיגע טעג 'די ימי חנוכה' איז ביי אלע פון אונז פארהאן א געוויסע הרגשה וואס זאגט ..אמת טאקע אז די פיזישע לעכט האבן זיך שוין פארלאשן - די לעכט ברענען שוין נישט, אבער דער שטראל דער ליכטיגקייט וואס יו"ט האט פאר אונז געברענגט ברענט נאך... דער אידעלע בענקט און האפט אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו זעהן דעם הייליגן פלאם און שפירן איר ווארעמקייט במשך דעם לאנגן קאלטן ווינטער הבא עלינו לטובה - פארשטייט זיך אז כדי די ווארעמע יו"ט'דיגע אטמאספערע זאל מיט אונז פארבלייבן דארפן מיר זיך דערין פארטיפן און בסייעתא דשמיא וועלן מיר זוכה זיין אז דער חנוכה תשע"ו וועט זיין א חנוכה צום געדענקן.

אין א פראסטיגן קאלטן ווינטער נאכט האט דער הייליגער בעל שם טוב כדרכו בקודש גענומען אייניגע תלמידים זיך אריינגעזעצט אין שליטן און ויסעו - דער פראגע 'ווי אהין פארט מען'? ווייסן שוין אלע - אפילו דער בעל עגלה אז מען פרעגט נישט, נאר מיט א ריינע אמונת צדיקים פאָרט מען געמיטלעך אויסטרעטענדיג דעם פריש ווייסן שניי שיכט. אזוי פארנדיג זענען זיי מיטאמאל אנגעקומען הארט פאר א גרויסן פארפרוירענעם טייך, די שטאטס מענטשן זענען אלע געווען פארזאמעלט דארט און אפגעהאלטן "אייז גליטשונג פארמעסטן"... ווי ס'פלעגט דעמאלטס זיין א גרויסע אנגענומענער גוישער איינפירונג דורכאויס זייערע חגאות אלס צערעמאניע פון די פארמעסטן צו גיין גליטשן אויף די אייז, אבער נישט סתם ארום גליטשן נאר מיט די ספעציעלע שיך וואס זיי האבן אנגעטוען ביים גליטשן האבן זיי געטוען אויסקריצן אויף

די אייז כל מיני נידריגע סימבאלן און צלמים, ווער ס'האט די שענסטע איז דער געווינער!
פארשטייט זיך אז די חסידים האב גלייך געבעטן מ'זאל פארקירעווען דעם וועג און פרובירן ארומפארן דעם טייך אויסצומיידן דעם פארזאמלונג, אבער דער הייליגער בעש"ט האט זיך איינגעשפארט אז טאקע דווקא אהער זענען מיר געקומען, צום גרויס התפעלות פון די חסידים שטייגט דער רבי אפ - אפילו די גויים האבן זיך געוואונדערט וואס טוט דא דער גרויסער ראבינער? דער רבי האט פאר אייניגע רגעים באטראכט דעם סצענע און נאכדעם אראפגעלאזט זיינע הייליגע אויגן אויף אראפ מיט אַן דערקענבארער התרגשות און שמחה, נאך אייניגע מינוטן איז מען אויפן וועג צוריק קיין מעזביזש...

צוריק אין שטעטל קומען זיי אָן - די חסידים זענען פארוואונדערט ביז גאר, וואס איז דער באדייט פונעם באזוך? נאכדערצו אזא סארט גוישע אייז פארמעסט?! דער בעל שם הקדוש לאזט זיך נישט לאנג ווארטן און איז מסביר, תלמידים טייערע כ'האב געוואלט איר זאלט קלאר זעהן און דאס אריין נעמען טיף אינעם הארץ און נשמה אז די נידריגסטע סיבאלן און צלמים וואס ווערן געקריצט זענען סוף סוף נאר אויף אייז – און אויף דער מינוט וואס אביסל ווארעמקייט טוט זיך אויסשפרייטן אויפן האריזאנט צוגייט עס און ס'ווערט אויס, וואסער טוט רעפרעזענטירן חיות-לעבן, כידוע אז בעולם הזה איז נישט דא נאך אזא זאך וואס געבט לעבן ווי וואסער, וואסער איז איינע פון די פונדאמענטאלסטע באדערפענישן, ס'איז כמעט גארנישט דא אָן וואסער, וואסער איז אלעס, ס'איז אונזער גאנצער חיות, דאס איז אלעס אבער נאר אויב די וואסער איז פליסיג, ס'לעבט, ס'האט ווארעמקייט, אבער אויב די וואסער ווערט קאלט און פארפרוירן, ס'ווערט הארט, איינמאל ס'איז אינגאנצן אייז קען מען ליידער אנהייבן אריינקריצן צלמים און עו"ז'ס... קען דאך דער מענטש אבער מיינען אז די קריצן פארבלייבן ניין! מיט אביסל ווארעמקייט צוגייט אלעס און קיין זכר פארבלייבט נישט, דער ארבעט פון א איד איז כסדר אריין צוברענגן אין זיך און אין
די וועלט ווארעמקייט און דאס איז משפיע כוחות אז די אלע קריצן וואס עקזעסטירן ווערן צולאזט ס'צוגייט און דער קוואל פליסט ווייטער...

איז אצינד טייערע ברידער שטייענדיג נאך די גרויסע טעג וואס עם ישראל האט געטוען אנצינדן דעם גרויסן פלאם די הייליגע נרות חנוכה איז כדי ממשיך צו זיין און מאכן זיכער אז די וועלט בלייבט ווארעם און דער אמתע "גלאבעל ווארמונג" גייט אָן מיט א שטארקייט, לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין די פרשיות וואס חנוכה געפאלט געווענדליך דערין וואס דאס איז מקץ - ויגש און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

לעצטע וואך אין די פרשה (מקץ) שפילט זיך אויס א אויסטערלישע אינטערעסאנטע מעשה וואס מיר דארפן פארשטיין, פרעה הרשע - דער וואס זיין גאנצע עקזיסטענץ שרייט אויס אז ס'עקזעסטירט נישט קיין בורא עולם, נאר ער איז אליין א ג-ט און א בעל הבית איבער די וועלט, דער פרעה חלומט זיך א חלום איבער זיבן קיהען וכו' שפעטער חלומט ער נאך א חלום מיט זיבן זאנגן וכו' בקיצור ס'טוט זיך חלומות, פרעה ערוועקט זיך אינגאנצן איבערגענומען מיט זיינע חלומות ער לאזט רופן אלע כשוף מאכערס און קלוגע חברה פונעם גאנצן לאנד אבער ס'גייט נישט קיינער קען עס אים נישט פותר זיין...

דער שר המשקים זעענדיג אז ס'איז צרות, קיינער רופט זיך נישט אָן איז ער מודה אז ס'איז פארהאן אין די מצרישע תפיסה א אידיש יונגל און יא ער קען פותר חלום זיין, ס'נעמט נישט לאנג און יוסף הצדיק שטייט ביי פרעה אין פאלאץ, און איידער ער פאנגט אָן שטעלט ער קלאר פאר פרעה בִּלְעָדָי אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה – ס'איז נישט מיין דער חכמה פון באשיידן חלומות, נאר די הייליגע באשעפער וועט ענטפערן צו די פרידן פון פרעה, דערנאך וואס יוסף איז הערליך שיין פותר די חלומות און ס'געפעלט גאר שטארק פאר פרעה און פאר אלע ארומיגע, זאגט פרעה מיט התפעלות הֲנִמְצָא כָזֶה אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ אֱלֹקִים בּוֹ – צו דען וועלן מיר געפינען איינער וואס א גייסט פון ג-טליכקייט איז אין אים, אוודאי אז נישט איז דאך נישט מער ווי פאסיג אז ער זאל דינען אויף דער דאזיגע אויפגאבע, און פרעה איז ממשיך אויסצולויבן יוסף אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת אֵין נָבוֹן וְחָכָם כָּמוֹךָ - דערנאך וואס דער באשעפער האט דיר געמאכט וויסן דאס אלעס איז נישט פארהאן א קליגערע און מער פארשטענדליכע מענטש ווי דיר... און דערנאך האט אים פרעה אויפגענומען אלץ דער משנה למלך איבערן גאנצן לאנד מצרים, איבערגעבנדיג זיין רינגל פאר יוסף ווי די פסוק פארציילט מיט אלע דיטאלן אז יוסף האט עס באקומען מיט כבוד און פאראדע.

לאמיר באטראכטן דעם בילד, יוסף הצדיק נאכן זיצן לאנגע יארן אין דער ביטערע מצרישע תפיסה האט ער ענדליך א געלעגנהייט זיך צו שטעלן פארענט פון דעם גרויסע רשע פרעה - דער וואס סימבאלעזירט דעם אני ואפסי ווי פריער געשמועסט, און אפשר איז יעצט די צייט וואס מען קען געפעלן פאר פרעה און זיך ארויסזעהן פון תפיסה, אבער ווי נאר יוסף פאנגט אָן רעדן זאגט ער פאר פרעה די חכמה פון באשיידן חלומות איז נישט מיין בִּלְעָדָי אֱלֹקִים יַעֲנֶה די הייליגע באשעפער וועט ענטפערן, וואס ווי פארשטענדליך שטעלט ער איין זיין לעבן, שטייענדיג פאר אזא סארט רשע קען מען פארלירן דאס לעבן ווען מען דערמאנט דאס ווארט ג-ט אדער בורא עולם, ס'איז א וואונדער אז פרעה ווארפט אים נישט צוריק אין תפיסה אריין... יוסף הצדיק איז ממשיך און איז פותר דעם חלום און פלוצלינג פאנגט פרעה אליין אָן צו רעדן פון דער באשעפער אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת, וואס איז געשעהן מיט דעם גרויסן פרעה? ער זיצט דא אין פאלאץ ארום גענומען מיט זיינע חברה און גארנישט מען רעדט פון בורא עולם? נאך נישט פערטיג נאר דערנאך געבט פרעה איבער די גאנצע לאנד אין די הענט פון יוסף, וואס גייט דא פאָר? ווייל איינער קען פותר חלום זיין געבט מען אים די לאנד אין די הענט אריין, וואס איז געשעהן מיט פרעה ער האט פארגעסן אז דער יוסף איז אַן עברי און ער קומט פון תפיסה?!

טייערע ברידער, דער תירוץ אונזערע ליגט אינעם פראגע, יוסף הצדיק נאכן אריבער גיין די שווערסטע נסיונות, נאכן יארן וואס ער האט מיט אלע זיינע כוחות געטוען אנפילן זיין גאנצע מחשבה און דעת מיט א ריינע אמונה אין השי"ת, נאך יארן פון מסירת נפש אונטער די שווערסטע אומשטענדן האט ער זוכה געווען צו דעם "וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים" ער האט גענומען די אלע געוואלדיגע ידיעת פון גדלות און השגות הבורא וואס ער האט פארמאגט און עס אריין גענומען אין הארצן, ס'איז געווארן א חלק פון זיין מציאות ער האט עס געלעבט טאג טעגליך, און אלץ רעזולטאט איז ער געווארן א שטיק ריינקייט ער האט זוכה געווען צו דעם טיטול צדיק יסוד עולם אדורך און אדורך, ווייל זיין גאנצע מציאות איז געווארן א שטיק אמת איעדעס ווארט וואס איז פון אים ארויסגעקומען איז געקומען פון א ריינע אמתע פלאץ, איעדער דיבור זיינע איז געווען בבחינת דברים היוצאים מן הלב און דערפאר האט ער טאקע זוכה געווען אז ס'איז געווען נכנסים אל הלב ס'איז אריין אין הארץ פון די וואס האבן עס געהערט...

דערמיט איז געוואלדיג פשוט וואס ס'שפילט זיך אפ אין די פרשה יוסף ווערט איינגעלאדענט דורך פרעה פותר צו זיין זיינע חלומות, אמת טאקע אז מיטן פשוטן אויג איז יעצט א גוטע געלעגנהייט פון זיך ארויסזעהן פון תפיסה און אויב וועט ער זיך נעמען רעדן פון בורא עולם וועט ער עס איינשטעלן, אבער ווען מען רעדט פון איינער וואס איז א שטיק אמת איינער וואס לעבט אמונה און בטחון, ס'איז נישט ביי אים עפעס א ידועה נאר ער לעבט עס - איז בכלל נישט שייך א צווייטע אפציע, און ווען פרעה בעט אים א פתרון איז נישט פארהאן בכלל עפעס אנדערש ווי צו זאגן אז איך בין נישט דער וואס באשייד חלומות ס'איז אלעס בורא עולם "ווייל דאס איז דער ריינע אמת" און כאטש על פי טבע וואלט דער רשע אים געדארפט ארויסווארפן פון פאלאץ איז אבער דער פאקט אנדערש ווי חז"ל זאגן אונז דברים היוצאים מן הלב – נכנסים אל הלב און אפילו דער הארטע רשע ווען ער הערט אזעלכע ריינע אמתע רייד פון דער טיפעניש פון הארץ צוגייט ער ממש ווי א קינד און פלוצלינג רופט ער אליין אויס דעם אחרי הודיע אלקים אותך, פלוצלינג ווערט אים קלאר אז ס'איז פארהאן א בורא עולם, כאטש ער ארבעט זיין גאנצע לעבן דערקעגן אבער ווען מען באגעגנט זיך מיטן אמת ווען דער ה' הוא אלקים איז אין הארץ איז נישט שייך בכלל כופר צו זיין, ס'איז נאר ווילאנג ס'איז בבחינת ידועה אז מען קען פרעגן און האבן שאלות וד"ל, אבער ווען מען איז זוכה צו דעם והשבות אל לבבך - ווען ס'גייט אריין אין הארץ צוגייט אלעס און ס'ווערט קלאר ווי טאג אז ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו... און נישט נאר וואס פרעה זעט איין אז יא ס'איז פארהאן א בורא עולם - פארשטייט ער אויך אז נאר אזא איינער וואס גלייבט אין הקב"ה נאר אזא איינער וואס איז א שטיק אמת איז דער ריכטיגע מענטש וואס זאל איבערנעמען די לייצעס פונעם לאנד מצרים און נאך עטליכע סעקונדעס געבט ער אים איבער דעם קעניגליכן רינגל!

דער זעלבע יסוד טרעפן מיר אין די וואכעדיגע פרשה דערנאך וואס יוסף זעט די געוואלדיגע געטריישאפט וואס די ברידער האבן פאר בנימין האט ער זיך שוין מער נישט געקענט צוריקהאלטן, און ער טוט זיך אנטפלעקן פאר די ברידער אֲנִי יוֹסֵף... וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו - איך בין יוסף אייער ברידער... די ברידער האבן אים נישט געקענט ענטפערן זייענדיג דערשראקן און פארשעמט. ס'איז באקאנט וואס חז"ל זאגן אונז אויף דעם "אוי לנו מיום הדין, אוי לנו מיום התוכחה"... נאך א באקאנטן מדרש איז פארהאן וואס זאגט אז אט די זעלבע מצב ווי ס'איז געווען ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט וועט זיין ווען משיח וועט קומען... דערנאך וואס מיר דערהערן וואס מיר שמועסן האבן מיר אין די צוויי מדרשים א געוואלדיגע ליכטיגקייט.

ס'איז פארהאן געוויסע זאכן וואס דער מענטש קען הערן איינמאל און נאכאמאל פון איין בעל דרשן און נאך איין און אמאל קען עס אים אפילו מעורר זיין אבער דאך גייט עס נישט אריין – פון דער צווייטע זייט איז פארהאן א געוויסע מינוט וואס א איד הערט א פשוטע נקודה וואס ער האט שוין געהערט צענדליגע מאל און פלוצלינג מאכט עס אים אויף דאס הארץ און ס'גייט טיף אריין, ס'נעמט אים איבער דאס לעבן און דער מענטש ווינדערט זיך וואס איז דא געשעהן?! (אויף די שאלה איז פארהאן עטליכע ענטפערס אבער איינע פון זיי איז דער יסוד וואס מיר שמועסן) כדי אז עפעס זאל אריין גיין אין הארץ דארף עס קומען פון הארץ, ס'דארף זיין אמתדיג מען קען עס נישט סתם זאגן אלץ א שיינע ידועה בעלמא ס'דארף קומען פון א ריינע אמתע פלאץ, און ווען ס'קומט פון הארץ ארויס וואס דאס מיינט ס'קומט מיט א ריינקייט מיט א אמת קען עס ווערן געזאגט אויפן פשוטסטן אויפן - פון דער פשוטסטן מענטש און ס'האט דער גרעסטע רושם, ווייל ס'איז אמת, ס'איז נישט פארהאן א שטערקערע כח אויף די וועלט ווי דער אמת אליין!

ווען די ברידער האבן זיך מיט יוסף געטראפן האט זיך די אמת אויסגעשפילט פאר זייערע אויגן, און כאטש זיי האבן געהאט אסאך סיבות און טענות וואס זיי האבן געהאלטן אז זיי האבן געמעגט און געדארפט טוען וואס זיי האבן געטוען האט זיך אבער דער אמת ארויסגעשטעלט פארנט פון זייערע אויגן און ווען מען זעט די אמת ווערט אלעס קלאר, אלע זייערע שיטות און מיינונגען וואס זיי האבן געהאט זענען פארשווינדן געווארן און א פחד האט זיי איבערגענומען, און דאס איז דער אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה ווען מען קומט צום יום הדין אין די וועלט פון כולו אמת וועט פלוצלינג קלאר ווערן פארן מענטש אלע זיינע ספיקת און תירוצים וועלן ווערן בטל ומבוטל ווייל אין די שאטן פון אמת צוגייט אלעס! דאס איז אויך פשט אין דער אנדערע מדרש וואס זאגט אז אט די זעלבע וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער אמת וועט זיין פארענט פון די אויגן, דער ומלאה הארץ דעה את ה' וועט פלוצלינג זיין אויסגעשפרייט אויף די וועלט מיט די גרעסטע קלארקייט, ווייל ווען אמת נעמט איבער איז אלעס קלאר ווי ריינע קריסטאל!

טייערע ברידער שטייענדיג אין די טעג פון נאך חנוכה טעג וואס מיר האבן געארבעט פטור צו ווערן פון דער חכמה יוונית און עס ערזעצן מיטן דעת ה' ותורתו, מיטן ריינע מחשבה פון ה' הוא האלקים, איז דאס אבער נאך נישט גענוג, כידוע אז שמן-אויל איז מרמז אויפן דעת, נו ס'איז זעלבס פארשטענדליך אז די שמן אליין איז נישט גענוג נאר מען דארף עס אנצינדן מען דארף מאכן אז די אויל זאל ברענען, און ערשט דעמאלטס טוט דער אויל זיין פליכט און אויפגאבע, אט דער זעלבע איז מיט אונז פון האבן דעם ידועה דעם 'וידעת היום' דאס איז נאך נישט גענוג ס'איז דער ערשטע טריט אינעם ריכטיגן וועג אבער מיר טארן נישט שטיין בלייבן ס'פארלאנגן זיך דער 'והשבות אל לבבך' מען דארף אנצינדן דעם פייער און מאכן פון די אויל א פלאם, אט דאס זעלבע דארפן מיר מאכן פון דעם ידועה א פלאם, מען דארף עס אריין נעמען אין הארץ און ס'דארף ווערן א חלק פון אונזער מציאות, ס'דארף ווערן א שטיק אמת און ווען ס'איז אמת ברענט עס ווי א פלאם פייער און ווי מיר האבן אנגעפאנגען דעם שמועס אז ווען ס'ווערט ווארעם צוגייט אלעס, אלע קריצן וואס א איד האט אלע שאלות ספיקת מחשבות זענען נאר פארהאן ווי לאנג ס'איז אייז אבער ווען דער פייער ברענט ווען ס'איז קלאר אין הארץ צוגייט אלעס און דער קוואל פליסט און מיר זענען זוכה משפיע צו זיין פאר זיך און פאר אלע ארומיגע ווייל ס'איז אלעס דברים היוצאים מן הלב וואס ברענגט אז ס'איז נכנסים אל הלב! זאל הקב"ה אונז געבן די כוחות הנפש אז מיר זאלן מצליח זיין צו דעם והשבות אל לבבך און דערהערן אין די טיפניש פון אונזערע הערצער אז ס'איז ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, מיר זאלן עס לעבן און שפירן און דער אמת זאל זיך פון אונז ארויסגיסן און משפיע זיין אויף זיך און אויף די וועלט, און דער אמת זאל שוין בקרוב ערוועקן דעם גרויסן אמת פון ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• דער וידעת היום איז נאך נישט גענוג, ס'איז דער ערשטע טריט אינעם ריכטיגן וועג אבער מיר טארן נישט שטיין בלייבן.
• ס'פארלאנגט זיך א והשבות אל לבבך מיר דארפן דערהערן אין די טיפניש פון אונזערע הערצער אז ס'איז ה' הוא האלקים.
• לאמיר אנהאלטן דעם הייליגן חנוכה פלאם און בסייעתא דשמיא זוכה זיין אנצוווארעמען זיך די משפחה און די וועלט. בביאת מלך במשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר