ווען דער טאטע בענטשט זיינע קינדער מיט ליבשאפט, זאגט ער זיי:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

ווען דער טאטע בענטשט זיינע קינדער מיט ליבשאפט, זאגט ער זיי:

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת ויחי
ישמך אלקים כאפרים וכמנשה..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'איז שבת אויפדערנאכט: די טאטע מיט זיינע טייערע קינדער קומען אהיים פון שוהל, זיי רופן אלע אויס א הערליכן גוט שבת! אינדערהיים הערשט א רואיגקייט, די לעכטעלעך באלייכטן דעם הויז מיט איר הייליגע פלאמען, א אויסטערלישן ווארעמע געפיל נעמט אלע ארום ווען דער טאטע לייגט ארויף זיינע צוויי הענט און מיט די גאנצע הארץ בענטשט ער קינד ביי קינד מיט דעם הערליכן ברכה פון יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּה... ווי באקאנט איז דער מקור פון דעם הערליכן מנהג אין אונזער וואכעדיגע פרשה, די פסוק דערציילט אונז מיט אלע דיטאלן ווי יוסף הצדיק האט אויסגעשטעלט מנשה און אפרים פארנט פון יעקב אבינו אז ער זאל זיי בענטשן און טאקע אויף אזא וועג אז דער עלטערע מנשה זאל באקומען די רעכטע האנט און די יונגערע אפרים זאל באקומען דער לינקע האנט, אבער יעקב אבינו פארטוישט די הענט און לייגט דער רעכטע אויף אפרים און דער לינקע אויף מנשה און געבט זיי דעם געוואלדיגן ברכה פון הָאֱלֹקִים אֲשֶׁר הִתְהַלְּכוּ אֲבֹתַי לְפָנָיו אַבְרָהָם וְיִצְחָק הָאֱלֹקִים הָרֹעֶה אֹתִי מֵעוֹדִי עַד הַיּוֹם הַזֶּה, הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ...

יוסף הצדיק זעענדיג אז יעקב האלט דעם רעכטן האנט אויפן יונגערע אפרים האט ער אביסל אונטערגעהויבן דעם הייליגן האנט פון זיין גרויסע פאטער ווילנדיג דערמיט מרמז זיין אז דער רעכטע האנט באלאנגט אויף מנשה וואס איז דער בכור, אבער יעקב האט זיך נישט געלאזט נאר זאגט פאר יוסף יָדַעְתִּי בְנִי יָדַעְתִּי גַּם הוּא יִהְיֶה לְּעָם וְגַם הוּא יִגְדָּל וְאוּלָם אָחִיו הַקָּטֹן יִגְדַּל מִמֶּנּוּ וְזַרְעוֹ יִהְיֶה מְלֹא הַגּוֹיִם – איך ווייס מיין זוהן איך ווייס אז ער איז דער בכור, און ס'איז אויך ריכטיג אז ער מנשה וועט אויך זיין צו א גרויס און חשוב פאלק, אבער זיין ברידער דער קליינער אפרים וועט זיין חשוב'ער און גרעסער פון אים, דער נאמען פון זיינע קינדער וועט זיין גאר באקאנט און באוויסט ביי אלע פעלקער איבער די וועלט. און יעקב אבינו בענטשט זיי נאכאמאל מיטן ברכה פון בְּךָ יְבָרֵךְ יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּׁה – מיט דיר וועט איעדער איד בענטשן זיינע קינדער זאגנדיג "ישמך אלקים כאפרים וכמנשה".

לאמיר זיך פארטיפן, א) וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיט מנשה און אפרים אז איעדע טאטע עד סוף הדורות בענטשט זיינע קינדער ..מיין טייער קינד זאלסט אויפוואקסן ווי מנשה און אפרים, פארוואס ווינטשט מען נישט ישמך אלקים כאברהם יצחק ויעקב וכו' אדער גאר ווי משה רבינו? (ביי די טעכטער טרעפן מיר טאקע אז מען ווינטשט מיט די הייליגע אימהות ישימך אלקים כשרה רבקה רחל ולאה)? ב) פארוואס האט יעקב אבינו געטוען פארטוישן די הענט און געלייגט די רעכטע אויפן יונגערע, ס'איז דאך פארהאן אין דעם א חשש פון גורם זיין א קנאה און שנאה צווישן די צוויי? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן אין די געוואלדיגע ברכה וואס יעקב אבינו געבט אונז, פארשטייט זיך אליין אז אין די אלע פרשיות איז פארהאן א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין, דאס וואס מיר שמועסן איז נאר מה שנוגע צו אונזער עבודת ה', וואס מיר קענען בסייעתא דשמיא ארויסנעמען פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן...

ס'איז באקאנט דאס ווארט וואס די וועלט זאגט אויפן פסוק אין תהלים הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד פרעגט זיך אויב ס'איז א מצב פון 'שבת אחים' וואס דארף דערנאך שטיין 'גם יחד' אז ס'איז ברודער איז עס דאך זיכער צוזאמען?! ליידער איז דער תירוץ גאנץ א פשוטע, אז מען קוקט זיך ארום איבער די וועלט קען מען עס צום גרויס ווייטאג במציאות זעהן, ס'זענען פארהאן גאנצעטע משפחות ברידער און שוועסטער קינדער פון איין טאטע און מאמע און מען קען אפילו זיצן ביי איין טיש ביי איין שמחה וכדומה אבער ס'איז נישט פארהאן קיין ברעקל פון דעם 'גם יחד - צוזאמען' איינער קוקט נישט אויפן צווייטן, איינער רעדט נישט צום צווייטן וד"ל, זאגט די פסוק הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים אבער נישט סתם א שבת אחים נאר ס'איז גם יחד – ס'איז צוזאמען! אז מען באטראכט סדר בראשית געפינט מען אז די גאנצע סדר איז פיל מיט מצבים פון ברידער וואס האבן זיך נישט פארשטאנען, ווי למשל קין און הבל - יצחק און ישמעאל - יעקב און עשו - יוסף און די ברודער... אבער דא אין אונזער פרשה געפינען מיר ממש דאס פארקערטע, מנשה און אפרים ברודער וואס האבן געהאט א אויסערלישע פארשטאנד און ליבשאפט איינער פארן צווייטן, ס'איז געווען א ברידערשאפט וואס איז בבחינת 'גם יחד' אמתע ברידער ווי ס'דארף צו זיין. לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן.

לאמיר זיך פארשטעלן ווי דער רייכע זיידע הנגיד ר' וואלף לאזט רופן זיינע צוויי באליבטע אייניקלעך און זאגט זיי ..קינדערלעך כ'שפיר אז די יארן ריקן זיך און ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגן, נאכן אדורך טראכטן דער ענין האב איך באשלאסן אז ס'איז צייט צוצוטיילן דער פארמעגן, ר' וואלף לאזט זיך נישט ווארטן און נעמט גלייך ארויס דעם טשעק ביכל און פאנגט אָן שרייבן, צוויי מיליאן פארן אינגערע הונדערט טויזענט פארן עלטערע... זיידי איך בין עלטער?! מיין טייערע כ'ווייס די ביסט עלטער אבער דיין יונגערע ברידער וועט זיין דער איש מוצלח דערפאר שפיר איך אז ס'איז וויכטיג אז ער זאל פארמאגן מער געלט אין זיין אקונט... דער המשך פונעם מעשה וויל זיך נישט טראכטן וואס דארט האט זיך און גייט זיך אפשפילן עד סוף כל הדורות, מיט כל מיני טענות אז דער יונגערע האט פארדרייט און פארנערט, אדער אז זיידי איז נעבעך צומישט, ער האט זיך נישט געכאפט וכו' וכו'?!?!

אבער דא אין אונזער פרשה שטייען צוויי ברידער מנשה און אפרים און כאטש אז דער רעכטע האנט פון זייער הייליגע זיידע יעקב אבינו איז ביי זיי חשוב און ווערד אסאך מער ווי צוויי מיליאן, לייגט עס יעקב אויף די קאפ פונעם יונגערע ברידער אפרים, און מנשה דער בכור זאגט נישט קיין ווארט נאר מיט די גרעסטע מאס פארשטאנד שטייט ער דארט און הערט ווי יעקב זאגט פאר יוסף יָדַעְתִּי בְנִי יָדַעְתִּי אז מנשה איז דער בכור און אז ער וועט זיין גרויס און חשוב אבער דער קליינער אפרים וועט זיין חשוב'ער און גרעסער פון אים... מנשה הערט די הייליגע ווערטער פון זיין זיידע און איז עס מקבל בלב שלם אָן קיין שום שוועריגקייטן, ווייל אין די ווערטער ליגט דאך א יסוד עצום, ער דערהערט אז איעדע קינד איעדע מענטש האט זיין פינקטליכע באשערטן חלק וואס די חשבונות דערפון איז נישט מעגליך פארן פשוטן בשר ודם צו פארשטיין אבער ס'איז א פאקט, פאר איינעם איז באשערט א גרינג לעבן וואס איז באגלייט מיט פרנסה געזונט נחת וכדומה און פארן צווייטן ליידער נישט, דער מענטש מיז אבער פארשטיין אז מיין חלק איז מיין חלק און ס'האט אויף קיין שום וועג נישט קיין שייכות מיט א צווייטנס חלק, אפילו אויב דער צווייטער איז מיין אייגענע ברידער און כאטש אז איך בין דער עלטערע און כאטש אז מיר זענען אלע יארן געווען צוזאמען אויף טריט און שריט, מיינט עס אבער נישט אז אונזער אויסשטעל אין לעבן איז די זעלבע, פאר איעדן איז באשערט און אנגעגרייט א באזונדערע שליחות און תפקיד מיוחד, דער מענטש דארף טוען דאס בעסטע און מיט אלע כוחות פרובירן צו ערפילן זיין אייגענע פריוואטע שליחות צום מאקסימום... איז יעצט ווען מנשה הערט אז דער יונגערע ברידער אפרים דארף האבן א רעכטע האנט פארשטייט ער עס פאר א פשוטע מציאות "דאס איז עס – פארן ברידער איז באשערט א מצב וואס פארלאנגט א רעכטע האנט" נו וואס האט עס מיט מיר?! ב"ה אז איך האב מיינס און איך פריי זיך אז ער האט זיינס, אבער אפשאצן מיין מצב לפי זיינס, מיין חלק אקעגן זיין איז זיכער נישט קיין אפציע – ווייל איעדער האט א תפקיד מיוחד..!

יעקב אבינו האט פארטוישט די הענט ווייל ער האט אונז דאס געוואלט לערנען ..מיין טייער קינד ווען דיין טאטע געבט דיר ווייניגער ווי די האלטסט אז ס'קומט דיר, ווייניגער ווי דיין ברידער חבר שכן האט באקומען, און כאטש אז לפי דיינע חשבונות קומט דיר מער ביסט עלטער מער געלונגען טאלאנטפול וכו' זאלסטו חס ושלום נישט אפשטעלן דיין לעבן און אנפאנגען פארפירן מיט כל מיני טענות און גליסטענישן ..קוק ער האט באקומען מער פון מיר וד"ל, געדענק און זאג כסדר צו זיך אז דאס וואס איז מיינס איז מיינס און דאס וואס איז זיינס איז זיינס קיינער קען פון מיר גארנישט אוועקנעמען - דאס וואס קומט מיר וועט בסייעתא דשמיא אנקומען צו מיר... טייערע ברידער דער טאטע מיינט מען נישט נאר א פיזישע טאטע, מיר דארפן געדענקן אז בורא עולם איז אונזער גרויסע טאטע, וויפיל מאל דרייען מיר זיך ארום מיט א שווער הארץ און די אויגן גייען אויס צוקוקנדיג ווי א יונגערע ברידער איז מער מצליח, דער חבר פון ישיבה ווערט א גאון, יענער האט נחת פון די קינדער און פון די צווייטע זייט גייט מען אריבער צרות יגון ואנחה און דאס הארץ האט א געפיל פון טענות א געפיל פון פארוואס איך נישט וכדומה, לערנט אונז יעקב אבינו אז איעדער באקומט א באזונדערע האנט איינער א רעכטע און איינער א לינקע, ווייל איעדער האט זיין פונקטליכע תפקיד מיוחד און זיין פונקטליכע באשערטן חלק, זיך מעסטן איינער צום צווייטן איז בכלל נישט קיין אפציע!

ווען א טאטע בענטשט זיינע קינדער - בענטשט ער מיט מנשה און אפרים און נישט מיט משה רבינו, ווייל ווען א טאטע זאל ווינטשן ישמך אלקים כמשה וואלטן אלע קינדער געוואלט זיין אייניג ווי משה רבינו און דאס איז נישט ריכטיג ווייל ווי געשמועסט האט איעדער זיין אייגענע פונקטליכע תפקיד, דערפאר ווינטשט א טאטע ישמך אלקים כמנשה ואפרים קינד מיינס זאלסט אויסוואקסן ווי מנשה און אפרים זאלסט אייביג פארשטיין און געבענטשט ווערן מיט 'דיין' בעסטע, ס'זאל פון דיר אויסוואקסן דאס מערסטע וואס די קענסט זיין, הקב"ה זאל דיר העלפן ערפילן דיין אייגענע פולן פוטענציאל וואס ס'דארף פון דיר אויסוואקסן, קינד מיינס זאלסט דיך ח"ו קיינמאל נישט פארגלייכן אדער מעסטן מיט א צווייטנס חלק, געדענק אז איעדער האט א חלק און א תפקיד מיוחד!

טייערע ברידער דאס וואס מיר האבן געשמועסט איז מצד דער טאטע צו זיין קינד, אבער יעקב אבינו לערנט עפעס אויסטערליש יסודות'דיג פארן טאטן, טאטע געטרייע ווען די בענטשט דיינע זיסע לעכטיגע קינדערלעך געדענקן זאלסטו אז נישט איעדער קינד איז די זעלבע, בענטשט זיי נישט אלע גלייך, "איין קינד דארף א רעכטע האנט און א צווייטער דארף א לינקע"! מ'קען נישט בענטשן אלע אייניג, ווי מיר געפינען מען ווינטש נישט ישמך אלקים כאברהם יצחק נאר כאפרים וכמנשה און פונקט ווי דארט האט יעקב אבינו פארשטאנען און אונז מגלה געווען דעם יסוד אז ס'קען אמאל אפשר זיין א חשש פון ווייטאג ווען מען געבט דעם געפיל אז איינער איז מער אדער דארף מער ווי דעם צווייטן איז אבער נישט פארהאן קיין ברירה מען דארף אויסלערנען זיך און די קינדער איינמאל און נאכמאל אז איעדער האט א תפקיד מיוחד – נישט אלע קינדער זענען גלייך! איינער איז געלונגען, ליב צו לערנען, אויפשטיין פרי, בעל מידות טובות וכו' דער צווייטער נישט - ס'גייט אים נישט ער שלאפט שפעט וכו'... מען קען נישט און מען טאר נישט פארגלייכן, איעדע קינד איז א עולם מלא - א וועלט פאר זיך. וויפיל מאל הערט מען פון א טאטע אדער מאמע ..זלמן ווען ער איז געווען אזוי אלט ווי דיר האט ער מסיים געווען.. קוק ווי אזוי ברוך דאווענט/פירט זיך אויף.. פארוואס קענסטו נישט טוען צו די זאך געב נאר א קוק ווי יענער..?! אוודאי איז פארהאן א געדאנק פון קנאת סופרים תרבה חכמה איז עס נאר אויף אן אופן פון ארויסברענגן דעם קינד'ס פוטענציאל, אבער מיר דארפן קודם כל באמת אריין טראכטן צו דער קינד האט די מעגליכקייט וואס דער צווייטער האט, צו ער פארמאגט די זעלבע מעגליכקייטן, די זעלבע כוחות, געדענק אז וואס ברוך קען מיינט נישט אז זלמן קען, און די מידות וואס זלמן האט מיינט נישט אז ברוך דארף האבן, איעדער איז א וועלט פאר זיך און ווען מען בענטשט די קינדערלעך דארף עס זיין מיט הארץ און מחשבה לפי דעם פינקטליכע מצב פונעם קינד!

לסיכום געדענק: ווען א טאטע בענטשט זיינע קינדער מיטן ישמך אלקים כאפרים וכמנשה ליגט דארט צוויי לעבנס וויכטיגע יסודות:
א) פונקט ווי מנשה און אפרים האבן זיך נישט געקריגט אדער מקנה געווען איינער דעם צווייטן, נאר מיט די גרעסטע מאס אהבה בלב שלם האט מנשה צוגעקוקט ווי יעקב אבינו לייגט דעם רעכטן האנט אויפן יונגערע – ווייל ער האט פארשטאנען אז איעדע אידיש קינד איז א עולם מלא א וועלט פאר זיך ס'האט נישט קיין שום שייכות מיטן ברידער חבר שכן קרוב, איעדער פארמאגט זיין פונקטליכע תפקיד מיוחד, און אויב דער ברידער דארף א רעכטע זאל ער עס באקומען!
ב) פונקט ווי ביי מנשה און אפרים האט יעקב אבינו געלייגט דער רעכטע דארט ווי מען דארף א רעכטע און א לינקע דארט ווי מען דארף א לינקע – איעדער טאטע ווען ער בענטשט זיינע קינדער דארף ער געדענקן אז קיינער איז נישט די זעלבע איעדע קינד דארף באקומען זיינס, איינער א רעכטע און איינער א לינקע, מען טאר חלילה נישט פארגלייכן איינער צום צווייטן געדענק אז איעדע קינד איז א עולם מלא!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
tiferenblik@gmail.com דורך אי-מעיל בעז"ה

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר