וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:03 pm

אדער ווי דעם רמב״ן איז אויך נישט שלעכט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:04 pm

רמב"ם (ממי שאמרו) ורמב"ן נפגשו.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8374 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג מערץ 05, 2013 11:19 pm

א דאנק, יידל, פאר דער הערליכער אריינפיר צו דעם וויסנשאפטליכן מעטאד. עטליכע הערות:

אייזיק ניוטאנ'ס עפל-געשיכטע ווערט באטראכט ווי א מיטאס, כאטש ער אליין און זיינע תלמידים האבן געשריבן דערוועגן.

וועגן פסיכאלאגיע ווי אן "אומאפפרעגבארע וויסנשאפט" - רוב חלקים פון דער היינטיגער פסיכאלאגיע זענען שטארק באזירט אויף דעם וויסנשאפטליכן מעטאד, כאטש אוודאי נישט אזוי "הארט" ווי אין פיזיק וכדומה. אבער טאקע ווייל פסיכאלאגיע איז אזא נייע וויסנשאפט, און האט זיך קוים אויסגעקראצט אין די לעצטע צענדליגער יארן פון די ערשטע אומאפפרעגבארע מהלכים, האלט איך אז פסיכאלאגיע האלט יעצט ביי דעם שטאפל וואו אריסטו האט געהאלטן מיט פיזיק. פון פראפעסאר פאול בלום האב איך אמאל געהערט אין א לעקציע, "פרויד איז נישט רעלאוואנט נישט ווייל מען קען אים גוט אפפרעגן, נאר דווקא ווייל מ'קען אים נישט אפפרעגן." ודפח"ח.

וועגן יידל'ס נקודות וועגן לאגיק און וויסנשאפט - האמעאפאטישע "רפואות" זענען היינט וויסנשאפטליך אפגעפרעגט און זיי זענען ווייט פון לאגיק כרחוק מזרח ממערב. אבער דער פאקט אז האמעאפאטיע איז נישט לאגיש האט נישט אפגעהאלטן וויסנשאפטלער פון שטודירן צי אפשר דאך איז עס אפעקטיוו. די מסקנא איז טאקע אז עס ארבעט נישט, אבער נאר ווייל מ'האט עס אויספרובירט מיט'ן "וויסנשאפטליכן מעטאד" און נישט ווייל עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.

געפילטע פיש נ"י איז מסביר סטאטיסטיק מיט עפלעך. א פשוט'ערער מהלך וואלט געווען צו ווארפן א מטבע. אז דו וועסט ווארפן א מטבע צען מאל וועט עס לאו דווקא פאלן אויף ביידע זייטן פינף און פינף מאל. אבער אויב דו וועסט עס ווארפן הונדערט מאל וועט עס שוין זיין נאנטער צו 50-50, און טויזנט מאל וועט עס זיין נאך נאנטער צו 500-500, וכן להלאה.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3661 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 06, 2013 2:41 pm

ייש"כ געפילטע פארן אזוי שיין צולייגן סטאטיסטיקס נאך בעסער ווי איך וואלט ווען אין מיין ווילדסטען חלום געקענט מסביר זיין. איך וויל אבער נאכאמאל מדגיש זיין אז סטאטיסטיקס איז בלויז א קליינע חלק פון סייענס און די הארטע סייענסעס פארלאזן זיך כמעט נישט אויף סטאטיסטיקס (וועלכע איז נאר א פליגל פון מאטעמאטיקס) נאר אויף מאטעמאטיקס זעלבסט.

יאנקל האט געשריבן:אייזיק ניוטאנ'ס עפל-געשיכטע ווערט באטראכט ווי א מיטאס, כאטש ער אליין און זיינע תלמידים האבן געשריבן דערוועגן.

איך מיין אז די מיטאס איז נאר די חלק אז דער עפל איז דירעקט געפאלן אויף זיין קאפ. די חלק אז ער האט אנגעהויבן באטראכטן די לבנה ווי אן עפל וועלכע פאלט צום ערד נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים איז יא אמת (עכ"פ ער אליינס - און זיינע חבירים - שרייבט אזוי).
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:17 pm

יידל, זיי מיר מסביר וואס מיינט "כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט".
ייש"כ
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8374 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:52 pm

פלאצעבא אפעקט הייסט אין ענגליש Placebo effect. אודה ולא אבוש, דעם איבערטייטש אויף אידיש האב איך גענומען פון הציץ ונפגע, (וועלכע איז זעט אויס נפגע געווארן און איז פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין) וועלכער האט מיר, אגב, אויך געגעבן דעם געדאנק צו שרייבן איבער'ן סייענטיפישן מעטאד זעענדיג אז עס פעלט פאר געוויסע די יסודות צו קענען פארשטיין פארוואס אנדערע געוויסע לאכן זיך אויס פון אלטערנאטיווע הייל מיטלען און ענדליכע שטותים.

וואס איז דאס פלאצעבא אפעקט? פלאצעבא הייסט עפעס וואס מאכט א מענטש טראכטן אז ער באקומט הילף אויף א געוויסע פראבלעם (פיזיש אדער גייסטיש) און נאר דאס טראכטן אליינס העלפט אים ארויסצוקריכן פונעם פראבלעם. ביי גייסטישע פראבלעמען ארבעט דאס זייער פשוט. ווען א מענטש איז דיפרעסט און מ'רעדט איין פאר זיין מוח אז עס טאר מער נישט זיין דיפרעסט וויבאלד עס באקומט 'מעדעצין' וואס ערלויבט דאס נישט, וועט זיין מוח אויפהערן פראדוצירן די כעמיקאלן וועלכע מאכן אים דיפרעסט. (א גוטער דוגמא פארן באנוץ מיט פלאצעבא אפעקט איז די מעשה פון יענער רבי וועלכע האט געגעבן א ליידיגע קמעיא פאר א פרוי וועלכע איז משוגע געווארן און האט איר געזאגט אז אויב ווען זי וועט עפנען די קמעי' וועט עס זיין אויסגעמעקט, דאן זאל זי וויסן אז זי איז אויסגעהיילט. וכך הוה...) ביי פיזישע פראבלעמען איז די פלאצעבא אפעקט אביסל מער קאמפליצירט, אבער עס איז גאנץ קלאר דאקומענטירט געווארן און סייענטיפקלי אויפגעוויזן געווארן אז עס עקזעסטירט און אז עס קען העלפן. ועיין באשכול המצוין לעיל וואו כעלעם'ר מגיד (אויך א טייערער איד איבער וועמען די אראלים האבן מנצח געווען אונז מצוקים און ער האט אפגעטראגן פון שטיבל און איז נישט צום געפונען) האט א שלל לינקס וואו דאס ענין ווער אביסל אויסגעשמועסט. אי"ה כשירחיב (אויב איך און קאווע שטיבל וועלן נאך ביידע לעבן דעמאלטס) וועל איך אויך שרייבן אויף פלאצעבא באריכות ווי עס ברויך צו זיין.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך משה געציל » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:14 pm

דארפסט נישט זיכן א דוגמא פון פארצייטישע קמיעות. די רבי' גלויבערס בזמנינו גייען לכאורה אויך אריין אין די כלל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2710 מאל

הודעהדורך ממרום שלח אש » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:33 pm

די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:07 am

ממרום שלח אש האט געשריבן:די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:16 pm

אן אינטערעסאנטע ארטיקל טענה'ט אז "די סייענטיפיק מעטאד" עקזעסטירט נישט - אבער סייענס ארבעט נאך אלס. http://bigthink.com/in-their-own-words/ ... fic-method
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:11 pm

איך וועק אויף דעם אשכול לרגל דאס אויפוועקונג פונעם וועקער, כ'האב הערות, בל"נ שפעטער.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1918
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:29 pm

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
ממרום שלח אש האט געשריבן:די פלאסיבא אפעקט איז אמאל באטראכט געווארן ווי א איינרעדעניש, ווייל קאמען סענס פארשטייט עס נישט, אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן מיט די יארן, און היינט וועט אין יעדע ערענסטע סטאדי זיין א קאנטראל גרופע וואס וועט באקומען א פלאסיבא, סקען מיינען א צוקער פיל אדער אפילו א ענליכע באהאנדלונג, נאר אן די סובסטאנץ.
כלומר, אז דאס וואס מען מאכט א קאנטראל גרופע מיט פלאסיבא איז א קלארע ראי' אז די פלאסיבא / איינרעדעניש, האט א כוח.

יא. אבער די היילונג עפעקט קומט נישט מכח די כעמיקאלן פון די מעדיצין, וועלכע קומט אויסהיילן אט די באשטימטע קראנקהייט. ווען א נייע מעדיצין ווערט אויספרובירט, קומט די קאנטראל גרופע און ווייזט אויף וואספארא הויכע פראצענט ווערט אויסגעהיילט דורך די פלאסיבא, און נישט דורך די מעדיצין...! אויב די פראצענט איז גענוג הויך, דאמאלס ווענדט עס אפ די ראיה אז די כעמיקאלן אין די מעדיצין האבן געווירקט...וקל להבין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10383
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6598 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:52 pm

יידל האט געשריבן:ווען מ'שטודירט און מ'פארשט וויסנשאפט, דארף מען נוצן דידאקטיוו ריזענינג, אמת'ע הנחות וועלכע פירן צו א מוכרח'דיגע מסקנא, און נישט "אינדאקטיוו ריזענינג". דידאקטיוו ריזענינג מיינט א לאגישער חשבון אין וועלכער די מסקנא איז מוכרח. א ביישפיל איז די פאלגענדע חשבון.
1. א מענטש לעבט נישט אויף אייביג.
2. דזשארדזש וואשינגטאן איז א מענטש.
מסקנא: דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג.
דאס הייסט אז נאכדעם וואס מען האט אראפגעלייגט א הנחה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג, און נאך אן הנחה אז דזשארדזש וואשינגטאן איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן, איז מוכרח אז דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג. אינדאקטיוו ריזענינג, לעומת זה, איז א מסקנא וועלכע איז מסתבר אבער נישט מוכרח. לדוגמא:
1. א יעדע לעבעדיגע זאך וואס מיר ווייסן נאר דערפון דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
מסקנא: א יעדע לעבעדיגע זאך דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
עס איז טאקע שטארק מסתבר, אבער מוכרח איז עס נישט. עס קען דאך זיין עס זאל עקזעסטירן א לעבעדיגע זאך וואס דארף נישט צוקומען צו וואסער, און מיר זאלן נישט וויסן דערפון. און דערפאר קענען מיר נישט אראפלייגן א הנחה אז יעדע לעבעדיגע זאך דארף וואסער צום לעבן. מיר קענען סך הכל זאגן אז אלע לעבנס-פארמען וואס מיר ווייסן דארפן וואסער אויף צום לעבן.
.

די מיינונג פון די סייענטיסן אויף גיל העולם זענען דאך יא געבויעט אויף אינדאקטיוו ריזענינג? @לעיקוואד האט דאס מצדיק געווען דא מיט די טענה אז מיר נוצן אלע אינדאקטיוו ריזענינג אין לעבן. דער פראבלעם מיט איז נאר אז די טענה זעלבסט איז אינדאקטיוו...
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1918
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:50 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:האסט גוט פארענטפערט אן אנדערע קשיא וואס איך האב געהאט. תרם אקרא.
וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז פשוט. די סיבה פארוואס מ'מאכט אוועק די סייענטיסטן, איז נישט צוליב דעם וואס מ'גלייבט זיי נישט. נאר צוליב געוויסע שטודיעס ווען דו ליינסט עס טראכסטו: דער מענטש האט היינט געהאט וואדקע אין זיי סיריעל אנטשטאט מילעך. די עולם וויל פארשטיין פארוואס אדער ווי אזוי, מער פון ווי אזוי דו האסט עס אויס פראבירט.

קוקסט למשל אריין אין אריסטו, להבדיל רמב"ם, און אנדערע פון יענע דורות, זיי זענען דיר מער מסביר די לאגיק פון זייער שטודיע מער פון די פאקטן.
יעצט פארשטייסטו?
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20160915_144915.jpg
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1918
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:29 pm

און דער פאקט איז אויך נישט אמת...

די זריחה ושקיעה איז פון די ערד'ס ראטאציע אויף איר אייגענע אקסיס.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6466 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:14 pm

און לויט איינשטיין דרייט זיך די זון ארים די וועלט פינקט וואו די וועלט דרייט זיך ארים די זון
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1660
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:43 pm

ווי אויך פארט די וועלט ארום דיין קאר

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1065 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 13, 2017 7:13 pm

זעהט זיך אויס מ׳האט געדארפט זיין אלבערט איינשטיין צו מאכן טאועל-פאפיר...

Four Everyday Items Einstein Helped Create

In addition to his work on relativity, the physicist laid the scientific foundations for paper towels, lasers, and more common products

http://news.nationalgeographic.com/2017 ... s-science/
.The good person loves people and uses things, while the bad person loves things and uses people
Sydney J. Harris
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2656 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט