דער "מאנטי האל פראבלעם"

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך יידל » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:05 pm

ישראל, פראבעביליטי ארבעט אפילו ווען דער מהיכי תיתי פראגע בלייבט הענגן אין די לופט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:15 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:נו, וואס האט דאס צו טון מיט די רעזולטאטן? דעם שפילערס ספיקות טוישט נישט די מציאות הדברים. דער פאקט איז; אויב שפילט זיך אפ הונדערט מאהל אין נ''י און אין לאס אנזדשעלעס אזא מעשה, און די ניו יארקע האבן אלע געסוויטשט, און די אנדערע זענען געבליבן מיטן ערשטן. איז א זיכערע זאך - מאטעמאטיש גערעדט - אז אין נ"י איז פארהאן א גרעסערע צאל קאר באזיצער.

ווייל אפגעזען פון דעם שפילערס צווייפלונגען, האסטו איינגעזעצט די מעשה אז די טיילער ווייסט און ער וויל געבן קאנסטראקטיוו עדווייס, מהיכא תיתא?
ווייל אויב ער ווייסט 'נישט' גייט זיין א דריטל מאלן וואס די טיילער גייט עפענען די טיר מיטן קאר.
און אויב ער ווייסט און ער איז קארג אדער אן אומפארגינער גייט דער 'וויסנדער-טיילער' עפענען די טיר מיטן קאר צוויי דריטל מאל, (אדער אביסל ווייניגער, ווארום ער וויל דא נישט אז מען זאל באמערקן זיין נידערטרעכטיגקייט,
איך האב איינגעזעצט די מעשה אז "ישראל קאפקע" אלס טיילער ווייסט ביי זיך אז ער האט אזוי גע'חשבונ'ט. יעצט ווען מ'פרעגט ישראל קאפקע" ווי איז דא מער קארס, וואס ענטפערן ער?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2957
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4156 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:19 pm

איך האב איבער געשריבן מיין פאריגן ענטפער, איך מיין אז עס איז פיל קלארער יעצט.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2277 מאל

הודעהדורך קול דודי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:21 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:און אויב ער ווייסט ''און' ער איז קארג' אדער אן אומפארגינער גייט דער 'וויסנדער-טיילער' עפענען די טיר מיטן קאר צוויי דריטל מאל, (אדער אביסל ווייניגער, ווארום ער וויל דא נישט אז מען זאל באמערקן זיין נידערטרעכטיגקייט),

דאכט זיך האסט נישט גיט פארשטאנען. דער "טיילער" עפענט קיינמאל נישט אויף די טיר מיט'ן קאר.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:26 pm

וואס איר מיינט (פילייכט) צו זאגן איז אזוי,
עס איז פאראן צען טירן,
א קאמפיוטער ווייסט וועלכע טיר האט די קאר, און ער איז פראגראמירט צו עפענען 'נאר די טירן מיט די ציגעלעך',
יעצט נאכן עפענען אכט טירן, און עס איז נאר פארבליבן צוויי טירן, מיין ערשט געקליבענע טיר, און די לעצטער פון די ניין אומגעקליבענע, וואס די קאמפיוטער האט איבערגעלאזט, איז קלאר אז מיין טיר האט נאר צען פראצענט און טיר 'אומגעקליבן נומער ניין' האט ניינציג פראצענט.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2277 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:58 pm

נא, don't leave me in suspense, זאגט מיר עפעס.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2277 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:23 pm

ישראל, דו מישט דא אריין חשבונות מיט געפילן, דאס איז נישט קיין פראקטישע שאלה, וואס דעמאלס קומען צו אלע וועריעבעלס, ווי די רצונות פונעם טיר עפענער, זיינע פנים שטריכן, וכדו', נאר דא רעדט מען פון א סטריקטלי מאטעמאטישע היכי תמצא. אלע מענטשען אינוואלווד האבן קיין שום געפיל לכאן או לכאן.

(חוץ מזה וואס זיין געפיל איז נישט מעלה ומוריד, ווייל אלעמאל מוז ער עפענען נאך א טיר וואס האט א ציג אונטער זיך.)
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7265 מאל

הודעהדורך קול דודי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:35 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:ו
יעצט נאכן עפענען אכט טירן, און עס איז נאר פארבליבן צוויי טירן, מיין ערשט געקליבענע טיר, און די לעצטער פון די ניין אומגעקליבענע, וואס די קאמפיוטער האט איבערגעלאזט, איז קלאר אז מיין טיר האט נאר צען פראצענט און טיר 'אומגעקליבן נומער ניין' האט ניינציג פראצענט.

יא. די שאלה פרעגט מען געווענליך מיט דריי טירן(מיט 66% אקעגן 50%), אבער ס'איז היינו הך.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:01 pm

קול דודי האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ו
יעצט נאכן עפענען אכט טירן, און עס איז נאר פארבליבן צוויי טירן, מיין ערשט געקליבענע טיר, און די לעצטער פון די ניין אומגעקליבענע, וואס די קאמפיוטער האט איבערגעלאזט, איז קלאר אז מיין טיר האט נאר צען פראצענט און טיר 'אומגעקליבן נומער ניין' האט ניינציג פראצענט.

יא. די שאלה פרעגט מען געווענליך מיט דריי טירן(מיט 66% אקעגן 50%), אבער ס'איז היינו הך.

מיין ערשטע האלב איז די שליסל צו מיין הסבר, סיי ער ווייסט, און סיי ער עפנט 'נאר' ליידיגע, אויב נישט גייט 'דער טיילער' זעלבסט אויך האבן א 33.3% שאנס פון עפענען די טיר מיטן קאר.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2277 מאל

הודעהדורך קול דודי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:11 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:מיין ערשטע האלב איז די שליסל צו מיין הסבר, סיי ער ווייסט, און סיי ער עפנט 'נאר' ליידיגע, אויב נישט גייט 'דער טיילער' זעלבסט אויך האבן א 33.3% שאנס פון עפענען די טיר מיטן קאר.

ריכטיג.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:15 pm

פארוואס? האט געשריבן:איך האף צו שרייבן א קאוד וואס א קאמפיוטער זאל רענדאמלי קלויבן טיהרן לויט די רולס.
געב מיר א שעה צוויי.

rosettacode.org/wiki/Monty_Hall_problem

https://fiftyexamples.readthedocs.org/en/latest/monty-hall.html

stackoverflow.com/questions/1247863/is-this-a-good-or-bad-simulation-for-monty-hall-how-come

www.codeproject.com/Articles/16179/The-Monty-Hall-Problem-C-Solution
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7265 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:24 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:איך האף צו שרייבן א קאוד וואס א קאמפיוטער זאל רענדאמלי קלויבן טיהרן לויט די רולס.
געב מיר א שעה צוויי.

rosettacode.org/wiki/Monty_Hall_problem

https://fiftyexamples.readthedocs.org/en/latest/monty-hall.html

stackoverflow.com/questions/1247863/is-this-a-good-or-bad-simulation-for-monty-hall-how-come

www.codeproject.com/Articles/16179/The-Monty-Hall-Problem-C-Solution

אדם רוצה בקב שלו, יותר מתשעה קבין של חבירו...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:44 pm

פארוואס? האט געשריבן:איך בין נישט קיין פראפעשנעל, איך בין זיכער אז מ'קען עס שרייבן בעסער אדער קורצער.
עכ"פ, דאס האב איך געשריבן (אין JavaScript):

קאוד: וועל אויס אלע
<!DOCTYPE HTML>
<html>
   <head>
      <title> the monty hall problem </title>
   <head>
    <body>
           <script>
         alert("Hi! Thanks for choosing our Monty Hall Game. all rights reserved for kaveshteible.com/farvus?");
         
         function shuffle(o){
            for(var j, x, i = o.length; i; j = Math.floor(Math.random() * i), x = o[--i], o[i] = o[j], o[j] = x);
            return o;
            };
            
         var doors = ["goat 1 ", "goat 2 ", "car "];
         doors = shuffle(doors);
      
         
         var choiceD = prompt("Please enter a Door from 1 to 3, (enter a single digit)!", "");
         choiceD = parseInt(choiceD) ;
         
         
         
         if (choiceD !== 1 & choiceD !== 2 & choiceD !== 3) {
            alert("Error!!!");
            } else {  alert("you choosed number " + choiceD);   };
            
         
         var choiceDoor = doors[choiceD - 1];
         
         
         if (choiceDoor === "goat 1 ") {
            var a = doors.indexOf("goat 2 ");
            var b = a + 1
            var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + b + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
               if (choiceS === "stick"){
                  alert ("you have gotten a goat");
                  } else {
                  alert ("you have gotten a car");
                  }
                  } else if (choiceDoor === "goat 2 ") {
                     var c = doors.indexOf("goat 1 ");
                     var d = c + 1
                     var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + d + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
                        if (choiceS === "stick"){
                           alert ("you have gotten a car");
                           } else {
                           alert ("you have gotten a goat");
                              }
                              } else {
                                    var e = doors.indexOf("car ");
                                    var f = e + 1
                                    
                                    if (doors[0] === "car ") {
                                    doors.shift();
                                    } else { doors.splice(e, 1); }
                                    
                                    var rand = doors[Math.floor(Math.random() * doors.length)];
                                    var g = doors.indexOf(rand);
                              
                                    var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + g + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
                                    
                                    if (choiceS === "stick"){
                                       alert ("you have gotten a car");
                                       } else {
                                       alert ("you have gotten a goat");
                                          }
                                       };
      </script>
    </body>
</html>


און פאר די וועלכע ווילן זעהן וואס ס'טוהט זיך מאחורי הפרגוד, האב איך געשריבן:

קאוד: וועל אויס אלע
<!DOCTYPE HTML>
<html>
   <head>
      <title> the monty hall problem </title>
   <head>
    <body>
           <script>
         alert("Hi! Thanks for choosing our Monty Hall Game. all rights reserved for kaveshteible.com/farvus?");
         
         function shuffle(o){
            for(var j, x, i = o.length; i; j = Math.floor(Math.random() * i), x = o[--i], o[i] = o[j], o[j] = x);
            return o;
            };
            
         var doors = ["goat 1 ", "goat 2 ", "car "];
         doors = shuffle(doors);
         alert("the order is: " + doors); //take out
         
         var choiceD = prompt("Please enter a Door from 1 to 3, (enter a single digit)!", "");
         choiceD = parseInt(choiceD) ;
         
         
         
         if (choiceD !== 1 & choiceD !== 2 & choiceD !== 3) {
            alert("Error!!!");
            } else {  alert("you choosed number " + choiceD);   };
            
         
         var choiceDoor = doors[choiceD - 1];
         alert("you choosed " + choiceDoor + "!"); //take out
         
         if (choiceDoor === "goat 1 ") {
            var a = doors.indexOf("goat 2 ");
            var b = a + 1
            var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + b + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
               if (choiceS === "stick"){
                  alert ("you have gotten a goat");
                  } else {
                  alert ("you have gotten a car");
                  }
                  } else if (choiceDoor === "goat 2 ") {
                     var c = doors.indexOf("goat 1 ");
                     var d = c + 1
                     var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + d + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
                        if (choiceS === "stick"){
                           alert ("you have gotten a car");
                           } else {
                           alert ("you have gotten a goat");
                              }
                              } else {
                                    var e = doors.indexOf("car ");
                                    var f = e + 1
                                    alert("the car is in door no. " + f); // take out
                                    if (doors[0] === "car ") {
                                    doors.shift();
                                    } else { doors.splice(e, 1); }
                                    alert("the other 2 doors are: " + doors); // take out!
                                    var rand = doors[Math.floor(Math.random() * doors.length)];
                                    var g = doors.indexOf(rand);

                                    var choiceS = prompt("there's a goat in door number " + g + ", please choose to stick or switch. enter stick or switch." , "");
                                    
                                    if (choiceS === "stick"){
                                       alert ("you have gotten a car");
                                       } else {
                                       alert ("you have gotten a goat");
                                          }
                                       };
      </script>
    </body>
</html>


איך הויב דיר אן מקנא צו זיין! ווען האסטו זיך צוגעלערענט? זאגסטו נישט גארנישט?

בד"וו, עפעס טויג נישט, ווייל אפילו ווען איך וועל אויס טיר נומער איינס זאגט עס מיר אז איך האב א ציג אין נומער איינס, דארפסט זיכער מאכן אז די טיר וואס דו ווייזט מיר איז נישט די זעלבע וואס איך האב מתחילה אויסגעוועלט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7265 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 5:20 pm

אוי וויי.
כ׳האב געמיינט, כ׳האב עס שוין פארראכטן, כ׳על עס באלד איבערגיין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:34 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:איך האף צו שרייבן א קאוד וואס א קאמפיוטער זאל רענדאמלי קלויבן טיהרן לויט די רולס.
געב מיר א שעה צוויי.

rosettacode.org/wiki/Monty_Hall_problem

https://fiftyexamples.readthedocs.org/en/latest/monty-hall.html

stackoverflow.com/questions/1247863/is-this-a-good-or-bad-simulation-for-monty-hall-how-come

www.codeproject.com/Articles/16179/The-Monty-Hall-Problem-C-Solution


איך בין נייגעריג אויב די אלע קאודס טוישן יעדן מאל ״רענדאמלי״ די ציגן און די קאר פון אונטער די טיהרן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 10:49 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:בד"וו, עפעס טויג נישט, ווייל אפילו ווען איך וועל אויס טיר נומער איינס זאגט עס מיר אז איך האב א ציג אין נומער איינס, דארפסט זיכער מאכן אז די טיר וואס דו ווייזט מיר איז נישט די זעלבע וואס איך האב מתחילה אויסגעוועלט.

איך מיין עס איז שוין פארראכטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:53 am

די לעצטע ווערסיע פון מיין קאוד:

קאוד: וועל אויס אלע
<!DOCTYPE HTML>
<html>
   <head>
      <title> the monty hall problem </title>
   <head>
    <body>
           <script>
         alert("Hi! Thanks for choosing our Monty Hall Game. all rights reserved for kaveshteible.com/farvus?");
         
         // define the shuffle function
   function shuffle(o){
            for(var j, x, i = o.length; i; j = Math.floor(Math.random() * i), x = o[--i], o[i] = o[j], o[j] = x);
            return o;
            };
            
//ask the user if he want to play as the player or the game host
   var player = prompt('do you want to play as the player or the game host? . enter "player" or "game host".', "");
//define a function to alert what's going on behind the scenes only for the game host
   function behindAlert(content) {
         if (player === "game host") {
            alert(content);
            }
            };
            
//define an array for behind the doors, and then shuffle it.
   var firstDoors = ["goat ", "goat ", "car "];
   var doors = shuffle(firstDoors);
   behindAlert("the order is: " + doors);
   

//ask the user to choose a door.
   var valueChoice1 = prompt("Please enter a Door from 1 to 3, (enter a single digit)!", "");
   var numberChoice1 = parseInt(valueChoice1) ;
   var arrayChoice1 = numberChoice1 - 1; //that's because the array is 0-based
   var doorChoice1 = doors[arrayChoice1];
   behindAlert("you choosed " + doorChoice1 + "!");   
   
   
//define a new array after the first choice
   var newDoors = doors.slice(0, 3);
   newDoors.splice(arrayChoice1, 1, "open");
   
      
//ask the user if he want to switch, but first find the goat to open
   var goatToOpen = newDoors.indexOf("goat ") + 1;
      if (doorChoice1 === "car ") {
      var goats = [];
      goats[0] = newDoors.indexOf("goat ");
      newDoors.splice(goats[0], 1, "change");
      goats[1] = newDoors.indexOf("goat ");
      var rand = goats[Math.floor(Math.random() * goats.length)];
         goatToOpen = rand + 1;
         }
      var valueChoice2 = prompt("there's a goat in door number " + goatToOpen + ', please choose to stick or switch. enter "stick" or "switch".', "");
      
         
//find the door he chooses and alert
   if (valueChoice2 === "stick") {
      alert("you have gotten a " + doorChoice1 + "!");
      } else if (valueChoice2 === "switch") {
         if(doorChoice1 === "car "){
            alert("you have gotten a goat!");
            } else {
            alert("you have gotten a car!");
            }
      };
      </script>
    </body>
</html>
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 05, 2016 2:18 pm

יש לי להוסיף קצת לומדות. כ'בין נישט זיכער דערין עד הסוף, וירקדו החכמים לפנינו.

איינע פון די הסברים וועלכע האבן מיר געכאפט זאגט אזוי:

דו האסט אויסגעקליבען איין טיר, יעצט זענען געבליבען צוויי אנדערע טירן. מאנטי - וועלכער ווייסט וואו די קאר ליגט - וועט פון יענע צוויי עפענען די ליידיגע און וועט דיר געבן די אפציע צו טוישן דיין טיר מיט די דריטע פארבליבענע.

זאגט דער ביאור: מיר דארפן אנקוקען די 3 טירן ווי צוויי גרופעס; איין גרופע איז די איין טיר וועלכע דו האסט אויסגעקליבן, די צווייטע גרופע זענען די פארבליבענע צוויי וועלכע דו האסט אוועקגעווארפן.

וויפיל שאנסן האט גרופע נומער 1? 1 אין 3.

וויפיל שאנסן האט גרופע נומער 2? 2 אין דריי.

זייער פשוט.

יעצט ווען מאנטי - וועלכער ווייסט פונקטליך וואו די קאר ליגט - גייט צו גרופע 2 און ער עפענט בכוונה תחילה די ליידיגע טיר פון צווישן יענע צוויי, איז זייער קלאר אז די גאנצע שאנס פון גרופע נומער צוויי ליגט יעצט אויף די לעצטע פארמאכטע טיר וועלכע מאנטי האט נישט געפענט.

אין אנדערע ווערטער: די דריטע טיר טראגט יעצט מיט זיך די שאנס פון 2 אין דריי, און דיין טיר וועלכע דו האסט פון אנפאנג אויסגעקליבען - וואס דאס איז גרופע 1 - בלייבט מיט זיין ארגינעלע שאנס פון 1 אין 3.

איז אודאי כו"ע מודי אז מען מוז טוישן די סעלעקציע פון די ערשטע טיר צו די דריטע. ע"כ ההסבר.

-----------

עס איז אזא געשמאקע הסבר אז ס'האט מיר געמאכט א פראבלעם:

פארוואס זאל די זעלבע חשבון נישט ארבעטן אפי' ווען מאנטי ווייסט נישט וואו די קאר געפונט זיך?

לאמיר מאכן די זעלבע מעשה:

דו קלויבסט טיר נומער 1. יעצט האמיר צוויי גרופעס; טיר 1 וואס דו האסט גענומען איז גרופע 1, און די צוויי אוועקגעווארפענע [ - דהיינו אז אויב די קאר ליגט דארט באקומסטו עס נישט] זענען גרופע נומער צוויי.

יעצט גייט מאנטי און ער עפענט איינע פון די טירן אין גרופע 2. מאנטי האט 'נישט' געוואוסט וואו די קאר איז, אבער מן השמים האט מען זיך מרחם געווען אויף אים און 'פונקט' האט ער געפענט א ליידיגע טיר.

קען מען דען נישט זאגן די זעלבע חשבון?

גרופע 1 האט איר ארגינעלע שאנס פון 1 אין דריי. גרופע נומער 2 האט געהאט א שאנס פון 2 אין דריי, און יעצט אז איך ווייס וועלכע פון אירע צוויי טירן איז ליידיג [ווייל מאנטי האט עס פונקט געפענט] האט די לעצטע פארבליבענע טיר די גאנצע צוויי אין דריי שאנס פון די גרופע, און איך בין אודאי מחויב צו טוישן.

וואט עי פיעס אוו נאנסענס... אבער @פארוואס?

------------

די תירוץ איז אז אה"נ אז דורך דיין קלויבען טיר 1 האבן זיך דא פארמירט צוויי גרופעס, עכ"פ לענין דיין געוואונען: גרופע 1 איז אויף דיין זייט, און גרופע צוויי איז קעגן דיר. אבער לענין השאנסן האט דיר קיינער געגעבען די רעכט צו אסאסיאירען טיר 2 צום דריטן און דורך דעם אים געבן א 2 אין 3 שאנס.

טיר 1 קען שרייען מאי חזית? בעיני השכל קען מען דאך אויסשטעלן די גרופעס און זייערע שאנסן כיד הדמיון הטובה עליך. שרייט טיר 1: איך בין פונקט אזא מחותן לענין השאנסים ווי טיר 3. אפשר בין איך גאר דער וואס איז זיך משתף מיט טיר 2 - דהיינו במחשבתך פארעם די גרופעס כזה: טיר 1 און 2 זענען גרופע 1, און טיר 3 איז גרופע 2.

ממילא - זאגט טיר 1 - האט 'מיין' גרופע געהאט א 2 אין 3 שאנס, און יעצט ווען מאנטי האט געפענט טיר 2 און געזען אז ס'איז ליידיג איז די גאנצע שאנס אריבער צו מיר, און דער שפילער זאל ח"ו נישט טוישען זיין בחירה.

און דאס איז טאקע דער אמת: ווייל מ'קען דמיונ'ען גרופעס אויף סיי וועלכע וועג, ווייל עס איז טאקע נישטא קיין אמת'ע פאקטאר [לענין השאנסים] מכריע צו זיין די גרופעס, איז טאקע יעדער גלייך און איינער קענסעלד אויס דעם צווייטן, ממילא בלייבט יעדע טיר מיט א 1 אין דריי שאנס ווי א נארמאלער מענטש.

-------

ועכשיו לשאלת המיליאן: פארוואס ווען מאנטי ווייסט יא וואו די קאר ליגט פאלט אוועק דער חשבון.

ולפי המבואר איז פשט אז טאקע זיין ידיעה וואו די קאר ליגט, און זיין זיך נעמען בקום ועשה צו די טירן 2 און דריי אויפצועפענען דער פון זיי וואו ער ווייסט אז ס'איז ליידיג, דאס איז דער אזוי-געזוכטער פאקטאר וועלכע איז 'באמת' קובע טירן 2 און 3 אלס איין גרופע, און טיר 1 - וואו ער האט נישט קיין רעכט אנצורירען ווייל דו האסט עס דאך אויסגעקליבען - אלס א גרופע פאר זיך.

ממילא איז ריכטיג צו זאגן אז גרופע צוויי האט א שאנס פון 2 אין 3, און גרופע 1 האט נאר א שאנס פון 1 אין 3.

----------

כאמור כ'מיין אז מ'דארף עס נאך אביסל אראפברענגען למטה מעשרה, ואשמח לשמוע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6337 מאל

הודעהדורך קול דודי » מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:16 pm

ונבנתה, דאכט זיך אז מ׳קען אפשר זאגן ״הפילוסופיה הארורה הטעתו.״ :-)

באמת איז גאנץ פשוט ווען מ׳הייבט אן פונ׳ם אלף: וואס הייסט דאס מעגליכקייט (טשאנס)? טשאנס הייסט אזוי: מ׳רעכנט צוזאם אלע וועגן וואס קענען מעגליך צוברענגען דעם ריאליטעט וואס מזעט פאר זיך, און מ׳רעכנט אויס און וויפיל פון די וועגן איז עפעס א פאקט אמת. דאס איז דער טשאנס פונ׳ם פאקט.

למשל, איינער שפילט דעם שפיל ניין מאל און קיינער עפענט נישט קיין טיר; דהיינו, ער זעט נאך אלץ דריי פארמאכטע טירן. איז דאך גאנץ פשוט אז און (בערך) דריי פון די ניין מאל וועט די פרייז זיין אונטער זיין טיר, און זעקס פון ניין מאל וועט עס זיין אונטער די אנדערע טירן. די טשאנס איז א דריטל פאר זיין טיר.

וואס איז אבער אויב אן אנדערער עפענט א ליידיגן טיר (בכוונה) נאכדעם וואס ער האט אויסגעקליבן א טיר? אויב מ׳שפילט די שפיל ניין מאל, וועט אויסקומען אזוי: אין דריי פון די ניין מאל וועט די פרייז זיין אונטער זיין טיר, און זעקס פון די ניין מאל וועט עס זיין אונטער די אנדערע פארמאכטע טיר (דוק ותשכח). ממילא, ווען מטרעפט זיך און אזא ריאליטעט, איז טוישן די טיר א בעסערע טשאנס. (זעקס פון ניין מאל, דהיינו צוויי דריטל.)

וואס איז אבער אויב א מן דהוא עפענט אן אנדערע ליידיגע טיר שלא בכוונה? דעמאלטס איז אזוי: אויב מ׳שפילט די שפיל ניין מאל, וועט און דריי פין די ניין מאל אויסקומען אז די אפענע טיר וואס יענער האט געעפנט שלא בכוונה וועט האבן די פרייז! בלייבט איבער נאר זעקס פון ניין מאל וואס איז בכלל מעגליך אנצוקומען צו דעם פאקט אשר עינינו רואות. אין דריי פון די זעקס וועט די פרייז זיין אונטער די ערשטע טיר, איו די אנדערע דריי וועט עס זיין אונטער די צווייטע טיר. די טשאנס איז א האלב (דריי פון זעקס).

די מכה בפטיש איז וואס כ׳האב דערמאנט אין אנהויב. וויפיל וועגן איז דא אנצוקומען צו דעם ריאליטעט וואס מ׳זעט (צוויי פארמאכטע טירן אין איין אפענע טיר אנעם פרייז)? אונ׳ם ערשטן פאל (אויב שפילט מען ניין מאל למשל) איז דא ניין אנדערע אופנים אנצוקומען צי דעם ריאליטעט וואס מזעט, אין און זעקס פון די ניין וועט די פרייז זיין אונטער די אנדערע טיר. אונ׳ם צווייטן פאל, ווען די אפענע טיר איז א דבר שאינו מתכוון, איז נאר דא זעקס אופנים (אויב שפילט מען ניין מאל) אנצוקומען צו דעם ריאליטעט וואס מ׳זעט, אין און דריי פון די זעקס וועט די פרייז זיין אונטער די אנדערע טיר.

ופשוט הוא. א גמר חתימה טובה.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:37 pm

אה, ענדליך אויפגעוועקט דעם פראפעסאר, א דאנק.

(אייביג געוואוסט אז די הארטע-סייענס'ניקעס קענען נישט פארגינען מיר פילאזאפן...)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6337 מאל

הודעהדורך איש חזון » זונטאג יולי 16, 2017 2:46 pm

דער דין העולה פון דעם מונטי הול בעיה איז: ווען דו וועלסט אויס טיהר 1 (למשל) זאגן מיר אז עס איז מסתבר אז עס נישט דארט, נאר אין איינע פון די אנדערע צוויי (וזהו פתרון הבעיה על רגל אחד).
די זאך איז נאר, אז כאטש מען באנוצט זיך מיט דעם לשון אז עס ''לוינט זיך'' פאר דעם שחקן צו בוחר זיין צו טוישן, איז דאס נאך אלעמען נישט קיין אביעקטיווע ריווח.
שטעל דיך פאר אז עס זענען דא צוויי שחקנים, ראובן וועלט אויס טיהר 1 און שמעון וועלט אויס טיהר 3, און דער מנחה עפנט אויף טיר 2 און ווייזט דעם חד גדיא, וועלן מיר זאגן פאר ראובן אז עס לוינט זיך אים צו בוחר זיין טיר 3 און פאר שמעון טיר 1?...
וכן: וואס וועט זיין אז אנשטאט אז דער שחקן זאל בוחר זיין אין א געוויסע טיר, וועלן מיר איינלאדענען א פלוג אין זאל, ער זאמזעט ארום און ער לאנדער אויף טיר 1, וועלן מיר דען זאגן אז עס נישט מסתבר אז ער האט פונקט צוגעטראפן דעם טיר וואס באהאלט דאם אוטא, נאר עס געפינט זיך ווארשיינליך אונטער איינע פון די אנדערע טירן?...
אט א דא שטעקט די טיפקייט און צומישטקייט פון תורת ההסתברות...
מה שנלאו החכמים בפלסופי האומות להשיג אחדות ה' בשקידת הלימוד ישיגו נערי בנ"י מיד שיגיעו לקצת דעת (דא"ח בסדר תפילות לכל השנה, דרושים לחתונה ד"ה להבין בברכת חתנים – קל"ג א')
באניצער אוואטאר
איש חזון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט