אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:41 pm

אויב האט איהר נאכנישט געהערט דערפון וועט איהר עס שווער גלייבן: עס זענען דא הונדערטער שבטים אין פארווארפענע דזונגלען ארום די וועלט וואס האבן קיינמאל קיין קאנטאקט נישט געהאט מיט די פארגעשריטענע וועלט, און זיי לעבן ווי פאר טויזענטער יאהרן צוריק, אהן קיין מעדעצין, פיליזאפיע, געשמאקע עסן, און אפגערעדט עלעקטריק, מאשינען אדער סיי וואס פאר א סארט טעכנעלאגיע.

די מערסטע פון זיי געפונט זיך אינעם אמעזאן רעין פארעסט http://en.wikipedia.org/wiki/Amazon_rainforest אין דרום אמעריקע [וואס איז איבער צוויי מיליאן סקווער מייל גרויס און לויפט דורך ניין לענדער], דורך די יאהרן זענען אסאך פון זיי אויסגעשטארבן נאכדעם וואס די ציווילזירטע וועלט האט זיי געטראפן און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די באקטיריע'ס וואס דרייען זיך ביי אונז וואס זיי זענען נישט געווען אימיונד דערצו.

דא האט איהר א פיהר חלקים'דיגע וידיאו ווי א פארשער מאכט די ערשטע קאנטאקט מיט די טולאמבי שבט אין New Guinea נישט ווייט פון אסטראליע, נאכן זעהן ווי יענער כאפט א אימת מות קוקענדיג אין שפיגל, אדער זייער התפעלות פון באשאפן פייער דורך א מעטש, זעהט מען ערשט די גאונישע חידושים פון די פשוטע זאכן אין לעבן.

עס איז גאר אינטערעסאנט, דראמאטיש און רירענד.







http://en.wikipedia.org/wiki/Uncontacted_peoples

און דא איז אפאר בילדער פון איינע פון די שבטים געכאפט פון די לופט, זייערע הייזער און ווי זיי פראבירן צו שיסן אויפן עראפלאן מיט א בויגן.
בייגעלייגטע פיילס
מ.jpg
מ.jpg (10.33 KiB) געזען געווארן 1703 מאל
י.jpg
י.jpg (12.41 KiB) געזען געווארן 1703 מאל
imgres.jpg
imgres.jpg (13.07 KiB) געזען געווארן 1703 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6401 מאל

הודעהדורך איינער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:08 pm

איך ווייס נישט וועגן די ווידאוס, אבער די פיקשערס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:06 pm

דוכט זיך מיר עס איז געשטאנען באשריבן א צייט צוריק אין שטערן/שפאקטיוו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14495
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17043 מאל

הודעהדורך איינער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:37 pm

איך האב מיך פארגעשטעלט, אז עפעס מאכט עס נישט קיין סענס מיט די ווידאוס, האב איך געמאכט א גוגעל סערטש. און עס איז פאלש.

http://asopa.typepad.com/asopa_people/2 ... fable.html
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:21 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:26 pm

יש"כ 'איינער' פאר די אינפארמאציע, עס זעהט טאקע אויס אז רוב אינטערנעט אידן האלטן אז די וידיאו איז פאלש.

וועל איך לעת עתה מוזן זיין צופרידן מיט א אמת'ע וידיאו וואס bbc האט געכאפט בשותפות מיט די גאווערמענט פון בראזיל אינעם אמעזאן רעין פארעסט, עס איז געכאפט געווארן מיט ספעציעלע זאאם לענזעס פון א קילאמעטער אוועק.



אויב הערט איהר מעררים דאן ליינט דא:
http://www.huffingtonpost.com/2011/02/0 ... 18621.html

און דא איז א גאנצער וועבסייט מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע, בילדער און וידיאו'ס.
http://www.uncontactedtribes.org/evidence

ווי אזוי אזא באגעגעניש גייט טאקע צו וועל איך מוזן איבערלאזן פאר יעדן'ס פריוואטער כח הדמיון.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6401 מאל

הודעהדורך אברעמעל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:45 pm

מאוויס איז דא זייער אסאך פון זיי. (נישט אלעס איז געמאכט פאר שוואכע הערצער)
קוקט אויס די זעלבע אמת ווי דעם.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:10 pm

ס'דא פון צוויי געגנטער, אין אפריקע (ווי די זאלא שבט) און אין די עמעזאן זשאנגלען, אין די אפריקע זשאנגלען האט מען שוין מער ווייניגער יעדן אנטדעקט און געמאכט קאנטאקט, אבער אין די עמעזאן נישט ווייל דארט איז,דא א נארמאלע רעגירונג וואס באשיצט זיי, ס'איז א גרויס פארברעך דארט צו מאכן קאנטאקט מיט זיי נאכדעם וואס די מציאות האט געוויזן אז זיי באקומען כל מיני מחלות פון אונז וואס זיי זענען נישט אימיונט דערצו, און אונז זענען שוין אימיונט יארן פון די מחלות.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:19 pm

יעצט אין די נייעס אז א גרופע פון אזעלכע עמעזאן חברה האט מחליט געוועהן יא צו קאנטאקטען די וועלט ,און זענען ארויסגעקומען

http://www.pri.org/stories/2014-07-09/u ... odern-life

מומחים זאגן אז שוין 20 יאהר איז נישט געוועהן א פרידליכע קאנטאקט פון איינע פון די שבטים

בילד
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1218 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:14 pm

רוב פון די 'געפינסן' זענען סטעיגד כבמואר ברחבי הרשת.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2380 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 5:39 pm

קול ברמה:
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150817-WA0001.jpg
IMG-20150817-WA0001.jpg (140.77 KiB) געזען געווארן 933 מאל
2.jpg
2.jpg (23.48 KiB) געזען געווארן 933 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6401 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:47 am

לעצטנס האב איך אראפגעלאדנט פון אן אשכול ''אינטערסאנטע דאקאמענטעריס'', א ווידיאו איבער א שבט אין אמעזאן דרום אמעריקא, איך קען עס יעצט נישט טרעפן (דא אין שטיבל), קען מיך איינער אפשר העלפן?
מה שנלאו החכמים בפלסופי האומות להשיג אחדות ה' בשקידת הלימוד ישיגו נערי בנ"י מיד שיגיעו לקצת דעת (דא"ח בסדר תפילות לכל השנה, דרושים לחתונה ד"ה להבין בברכת חתנים – קל"ג א')
באניצער אוואטאר
איש חזון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט